דאנערשטאג יוני 16, 2016 1:49 pm#337984
הכונו למערכה סמארט פליפ פאנס
אונזער געמיינדע אין די לעצטערע צייטן איז אין א כסדר'דיגן קאמפ מיט'ן אזוי גערופענעם טעכנעלאגיע, ס'הערשט אבער א תוהו ובוהו וואס פונקטליך די צילן זענען, וואס וויל מען באקעמפן עד חרמה און מיט וואס גייט מען שלום מאכן. אנגעהויבן האט מען נאכן כינוס כלל ישראל מיט א זייער א פארשטענדליכן דאקטארין נישט צן אסר'ן אינטערנעט נאר לעבן דערמיט מיט פילטערס כל אחד לפי מדריגתו. טעג פילטערס ודומיהן זענען גאנץ פארשטענדליך, שטעלן צו פאר יעדן לויט זיין געברויך מיט לעוועל'ס. א ביזנעסמאן צו ווער קען פארשטענדליך ליינען נייעס און גענעראלע אינפארמאציע וואס א כלי קודש דארף טאקע נישט האבן. דערנאך איז אויסגעוואקסן קהילה פילטערס וואס בלאקן אלעס, נייעס, וויקעפידיע אא"ו און די מאטא איז איך קאנטראליר דיר. די לעצטע איז א טאטאל דורכפאל פאר יודעי דבר, א געוואלד קהלה פילטער האלטער האבן אלטארנאטיוון צו ליינען זען טראמפ דעבאטן צו מה שלבם חפץ.
א שטאפל ווייטער שרייען, די משומר פילטערס זענען פונקט אזוי יהרג ואל יעבור מען ברויך אויסשליסן די סמארטפאן באנוצער פון כלל ישראל ווי די ראפארמער און סטאטוסקוואניקן פון דערהיים. אנדערע קעמפן נאך מיט די טעקסט מעססעדזשעס אבער מיר וועלן זיך נישט באציען צו זיי איצטץ
למעשה ביי די דרשות, צעטליך, באגלייטן אא"ו איז די מלחמה געווידמעט קעגן די סמארטפאן'ס אויסשליסליך. א איד מיט א פליפ פאן איז אויף די גוטע זייט בעת די סמארט פאן אידן זענען כסדר א טריט אוועק פון די גימל עבירות. איצט איז אין נייעס אז מאטאראלע ארבעט אויף א נייעם ווערסיע פונעם אמאל פאפולארן רעזער פליפ פאן עס צו מאכן היפש קלוג בעת אנהאלטן דעם פליפ סטייל. עס ווערט באריכטעט אז עס ווערט מער פאפולאר ביי מיליאנען צוריק צוגיין צו פליפ פאן בעת וואס די סמארט פאן'ס נעמען איבער די מענטשנס לעבנס און מענטשן ווילן דאס נישט מער. אזאנע פיגורן ווי מעיאר ביל דעבלאזיא און אנדערע האליוואד שטערן דרייען זיך ארום מיטן אלט געזעצענעם פליפ פאן, אבער פארלאנגען נאר אביסל מער ווי קענען נעמען אן אובער טעקסי און נוצן מעפס אימעיל וכדומה. אלזא קומט ארויס די נייע קלוגע פליפ פאנס וואס די מאנופעקטורער זעען וועט זיין א פראדוקט מיליאנען וועלן זיך צוחאפן דערצו.
דער סמארט פאן פליפ פאן טיילונג איז בטל ומבוטל, מען וועט מוזן מטכס עצה זיין.