מאנטאג יוני 20, 2016 5:07 pm#338448
עולם הפך: ווען 'דער בלאט' שרייט אז 'וואטסעפפ' איז שפיכת דמים
דער סאטמארער רבי פון קרית יואל, הרב אהרן טייטלבוים, האט געשטעלט אין גאנג א פייערדיגן קריג קעגן דעם סמארטפאן עפפ 'וואטסעפפ'. ער האט באפוילן זיינע פראפאגאנדע מיניסטארן, אין שפיץ פון די פירקלער אין זיין שמאטע 'דער בלאט' צו אטאקירן דעם עפפ מיט א ווילדן נוסח.
דער ווינק האט דער רבי געגעבן מוצאי שבועות ביי זיין טעראסע-באגלייטן צערעמאניע ווען ער האט דערקלערט אז וואטסעפפ איז עבודה זרה, גילוי עריות און שפיכת דמים ממש! די גראפיקער און פירקלער בחצר הקודש האבן זיך באלד א לאז געטון צו די קאמפיוטערס, און זיך גענומען שרייען מיט קידוש החמה אותיות: "עבודה זרה!" "גילוי עריות!" "שפיכת דמים!" אינעם 'בלאט' האבן זיי אנגעשמירט דעם גאנצן ברייט מיט שרייעדיגע ווערטער, וועלכע האבן געליארמט אז וואטסעפפ איז שפיכת דמים.
כ'בין געשטאנען און זיך געריבן די אויגן. דער בלאט?! די צייטונג וואס ערשיינט שוין 16 יאר און האט שוין פארגאסן טייכן אידיש בלוט שרייט "שפיכת דמים"?! וויפיל טונקעלע העצע, וויפיל שנאה און אכזריות, וויפיל סטראשעס און גלאריפיקאציעס פון פיזישע און גייסטישע אטאקעס זענען שוין געדרוקט געווארן אינעם בלאט אין לויף פון די אלע יארן? וויפיל פוסטע דעמאגאגיע צו פארטיידיגן יעדן מין רשעות און היפאקריטסטווע שבעולם האבן שוין פארשמירט די זייטן פונעם בלאט דורכאויס די יארן?
וואטסעפפ איז א פאפולערער עפפ וואס קען גענוצט ווערן אויף גוטס און שלעכטס. איז עס שוין גענוצט געווארן אויף שלעכטס? אוודאי. פונקט ווי דער טעלעפאן, דער קאר, דער קאמפיוטער, דאס רעדל, דער וואסער-ברונעם, דער בית המדרש, וכו' וכו'. דאס פירן א מערכה קעגן א 'כלי' וואס איז תלוי בידי אדם וויאזוי עס צו נוצן איז אבסורד עד הסוף. דוכט זיך אז אין היסטאריע איז נאך קיינמאל נישט גע'אסר'ט געווארן א נוצבארע און פראקטישע טעכנאלאגיע, וואס אויב איינעמ'ס יראת שמים איז נישט אמבעסטן "קען" עס גענוצט ווערן צום שלעכטס.
באמת איז דאס אלץ א חלק פון דער נארישער און אומבאלומפערטער מערכה קעגן דעם אינטערנעט, סמארטפאונס וכו'. אבער אז דער בלאט זאל האבן א פראבלעם מיט וואטסעפפ אז מיט דער טעכנאלאגיע קען מען באשמוצן אנדערע מענטשן – דאס איז שוין א חידוש פון א געמיינהייט און היפאקריטסטווע.
נאר לעולם ווייסן מיר זייער גוט וואס זייער פראבלעם מיט וואטסעפפ און אינטערנעט איז באמת. זיי קענען נישט דולדן אז זיי האבן פארלוירן קאנטראל פון רעדן פאר א ציבור אידן. פאר די צייטן פונעם אינטערנעט, האט א חרדישער איד נישט געהאט די מעגליכקייט צו רעדן פאר מער ווי 5-6 מענטשן. רעדן פאר א גרעסערן ציבור האט נאר געקענט געשען דורך די באשטימטע פראפאגאנדע מיניסטארן – אויף א מיקראפאן אין ביהמ"ד אדער אין 'דער איד' און 'דער בלאט'. דער פשוט'ער מענטש האט נישט נאר נישט געקענט זאגן א מיינונג וואס מ'זאל זיך דערמיט רעכנען, נאר ער האט ניטאמאל געקענט אויסדרוקן זיין מיינונג מיט'ן מויל. די צייטונגען האבן נישט געדרוקט קיין בריוו וועלכע שטימען נישט מיט זייער אגענדע, און דעם מיקראפאן האט מען נאר איבערגעגעבן פאר דעם אינערליכן קרייז פון משתלטים.
א נייע וועלט וואו יעדער יחיד קען אויסדרוקן א מיינונג, און קען גאר זאגן א מיינונג פאר צענדליגער צי הונדערטער מענטשן, פאסט נישט אריין אין דעם 'עקוועיזשאן' פון די משתלטים. עס איז נישט קיין חלק פון דעם גרויסן פלאן צו ווייטער קאנטראלירן די מאסן מיט פאליסיס און קאפריזן אן טראכטן א רגע וואס דער ציבור האט צו זאגן.
צי מיינט איר אז דער בלאט האט א פראבלעם מיט שפיכת דמים? א נעכטיגן טאג! פאר'ן בלאט עסט דעם געזונט אז דו ביסט דער וואס קען מאכן דעם שפיכת דמים. דער בלאט וויל אליין באשלוסן וועמענ'ס דם שופך צו זיין, וועמענ'ס עריות מגלה צו זיין, און וועמענ'ס קראנקע עבודה זרה שיטות צו פרעדיגן. דו זאלסט חלילה נישט זינדיגן אויף וואטסעפפ - כך יצאה גזירה מלפניו. לאז עבודה זרה, שפיכת דמים און גילוי עריות פאר די עקספערטן: דער צדיק פון קרית יואל מיט זיין בלאט.