Under maintenance
הויפט זייט » האדרת והאמונה... לרבי לעולמים

האדרת והאמונה... לרבי לעולמים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10651
מאנטאג יוני 27, 2016 3:28 pm#339236
האדרת והאמונה... לרבי לעולמים
הייתי בלונדון ונכנסתי לבקר במוזיאון אוקספורד הידוע, שם נפלו עיני על סידור ישן נושן, שהיה כתוב בתוכו פיוט הנפלא 'האדרת והאמונה לחי עולמים' בנוסח שונה במקצת, שתחת 'לחי עולמים' היה כתוב 'לרבי לעולמים'.

החלטתי לעיין היטב בנוסח הפיוט כולו, ואכן מצאתי דברים נפלאים וחידושים מופלגים אודות השיר. ברור לנו, שהשיר מיוסד כולו על הפיוט הנמצא בידינו, אם כי לרוב נטה מפירוש הפשוט, ופירש הענינים באופן אחר, אם כי הרבה פעמים השאיר הלשון המקורי - מן הסתם כי מצאו לנכון לפרש גם על הרבי. שוב חשבתי בלבי, מי יודע, אולי הפיוט המקורי הוא דווקא את זה שלפנינו.

משום 'אל תמנע טוב' אמרתי להביא כאן הפיוט הנפלא בנוסח השונה, ומובטחני שכל הקוראו יתקשר מיד במחשבתו, ברוחו, ובנשמתו, לרבו הגדול שיחיה.



האדרת שער והאמונת צדיקים
לרבי לעולמים

הבונה מוסדות והברכה שמתקיימת
לרבי לעולמים

הגאוה והגדולה
לרבי לעולמים

הדעה והדיבור
לרבי לעולמים

ההודל בוידל וההדר'דיגע אתרוג
לרבי לעולמים

הועד החתונה והותיקות'דיגע חסידות
לרבי לעולמים

הזיך והזוהר הק'
לרבי לעולמים

החיל של אלפים והחסיד
לרבי לעולמים

הטכס ההכתרה והטוהר ממתנגדיו
לרבי לעולמים

היחוד שטיבל והיראה
לרבי לעולמים

הכתר בהחתונה והכבוד
לרבי לעולמים

הלקח טיילן והליבוב לעשירים
לרבי לעולמים

המלוכה והממשלה
לרבי לעולמים

הנוי בהדרת פנים והנוצח לשונאיו
לרבי לעולמים

הסיגת הגבול והסגף כשרואים
לרבי לעולמים

העזות במסתרים והענוה ברבים
לרבי לעולמים

הפדיונות והפאר
לרבי לעולמים

הצביעות במסתרים והצדק כשרואים
לרבי לעולמים

הקריאה לשישי והכבוד קדושה
לרבי לעולמים

הרודן והרמימות
לרבי לעולמים

השיר כשנכנס והשבח במצוה טאנץ
לרבי לעולמים

התיפלות והתבערת
לרבי לעולמים



ברוך שאמר והיה החסיד...
מאנטאג יוני 27, 2016 3:33 pm#339238
:lol: :lol: :lol:
מאנטאג יוני 27, 2016 3:47 pm#339240
שש משזר: ייש"כ. דער שיר, אויף אונזער היימישער, רעאליסטישער איבערזעצונג איז געוואלדיג. 2 חסידות'ן קומען מיר מאמענטאל אויפ'ן געדאנק. סקווירא און וויז'ניץ (מנדל'יסטן.) נאר דאס איז לכאורה אן אפשפיגלונג פון כמעט אלע חסידות'ן. וואס איז, למשל מיט דעם חסידות אוואו מ'האט אריין געברענגט אן אנגעפולטן בעיבי פאאל אין ביהמ"ד, און די רעבבי שליט"ע איז געזיצן מיט זיין קאלפיק און אן אפענעם סידור און געזינגען די שירה, און טויזנטער (או.קעי, הונדערטער) חסידים האבן מיטגעטאנצט און געזינגען. און זיך געהויבן די בעקישעס ווייל זיי האבן געשפירט ממש מעמד קריעת ים-סוף...!
מאנטאג יוני 27, 2016 3:55 pm#339242
Re: האדרת והאמונה... לרבי לעולמים
זייער גוט.
איך וויל נאר מעורר זיין אז איך האב געזעהן אין איינער פון שי''ר'ס ספרים, ווי ער גייט דורך תפלות און פיוטים, אז דער אריגינעלער מקור פאר'ן תפלה ברוך שאמר האט טאקע דא א שייכות. מ'עט לאזען פארוואס פאר היים ארבעט.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מאנטאג יוני 27, 2016 3:55 pm#339243
לרבי "לעולמים"? קען נאר זיין חב"ד...
מאנטאג יוני 27, 2016 3:55 pm#339244
Re: האדרת והאמונה... לרבי לעולמים
טעות. כפול
מאנטאג יוני 27, 2016 4:03 pm#339246
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זייער גוט.
איך וויל נאר מעורר זיין אז איך האב געזעהן אין איינער פון שי''ר'ס ספרים, ווי ער גייט דורך תפלות און פיוטים, אז דער אריגינעלער מקור פאר'ן תפלה ברוך שאמר האט טאקע דא א שייכות. מ'עט לאזען פארוואס פאר היים ארבעט.

ביטע טו די היים ארבעט פאר אונז, און זיי אונז מודיע דערוועגן. מעודי לא שמעתי מזה.


שמעקעדיג האט געשריבן:לרבי "לעולמים"? קען נאר זיין חב"ד...

אדער קען עס ארויפגיין אויף יעדע רבי, וואס נאכן שטארבן גייט מען לעולמים זאגן די טיטלען אויפן נעקסטן רבי, וכן לעולמים. בבחינת 'שבכל דור ודור עומדים עלינו'...
מאנטאג יוני 27, 2016 4:14 pm#339249
כתב בעל ספר היוחסין כי בשבת הראשון של מנוי ראש גלויות בבבל היה החזן משורר "ברוך שאמר והיה העולם", והבחורים היו עונים "ברוך הוא", והחזן אומר "ברוך עושה בראשית" והבחורים ענו "ברוך הוא", וכן על כל המאמרים המתחילים ברוך היו עונים ברוך הוא.

בספר שבט יהודה מסופר גם כן על מינוי ראש גלות, ומובא שם אמירת ברוך שאמר באופן אחר: החזן התחיל ברוך שאמר, וראשי ישיבות ענו ברוך אומר ועושה, וחוזר החזן ואומר ברוך גוזר ומקיים, והם עונים ברוך עושה בראשית וכו'. וכל זה היה רק לרוממות ריש גלותא ולהדרת שמחתו. אבל בתפילה לא שרו אותו כפזמון אלא כברכה שלמה. ותיבות "ברוך הוא" הם מגוף הברכה (עבודת ישראל עמ' 58, ועי' כלבו סי' ד).


איך בין צו פויל געווען נאכצוקוקען אינ'ם ספר פון שי"ר, וואס איז נאר אויפ'ן קאמפיוטער, נישט בכתב, דעריבער האב איך עס גענומען פון דא נאך א ביסל גוגל'ן.

------------------------------

אקעי, יעצט נאכגעקוקט, מ'קען טרעפען פון שי"ר דא
טאק א ייש"כ פאר שש משזר ואוס האט מעורר געווען און צוגעצייכענט צו די באלערנטע ספרים פון שי"ר, וואס אפילו ווען איינער איז א פולקאמער גלויביגער אין אלס וואס ער האט געלערנט אין חדר, קען ער נאך אלס פיהל לערנען פון דער ספר יריעות שלמה.
מאנטאג יוני 27, 2016 10:30 pm#339281
אין הוצאות עוז והדר מהדורת פרידמאן, ברענגט ער א גירסא "לרבי גולמים".
מיטוואך אקטאבער 19, 2016 2:45 pm#339335
איך וואלט געטוישט איין שורה
הזלזול בש״ע לעבור על זמני המצות
אזוי וועט עס מיינען שש׳ס רבי אויך
מיטוואך אקטאבער 19, 2016 7:08 pm#352645
היסטאריקער האט געשריבן:איך וואלט געטוישט איין שורה
הזלזול בש״ע לעבור על זמני המצות
אזוי וועט עס מיינען שש׳ס רבי אויך

זלזול? וואו זעהט איר אז אמשינאוו'ער רבי איז מזלזל אין שו"ע?
מיטוואך אקטאבער 19, 2016 7:31 pm#352647
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
כתב בעל ספר היוחסין כי בשבת הראשון של מנוי ראש גלויות בבבל היה החזן משורר "ברוך שאמר והיה העולם", והבחורים היו עונים "ברוך הוא", והחזן אומר "ברוך עושה בראשית" והבחורים ענו "ברוך הוא", וכן על כל המאמרים המתחילים ברוך היו עונים ברוך הוא.

בספר שבט יהודה מסופר גם כן על מינוי ראש גלות, ומובא שם אמירת ברוך שאמר באופן אחר: החזן התחיל ברוך שאמר, וראשי ישיבות ענו ברוך אומר ועושה, וחוזר החזן ואומר ברוך גוזר ומקיים, והם עונים ברוך עושה בראשית וכו'. וכל זה היה רק לרוממות ריש גלותא ולהדרת שמחתו. אבל בתפילה לא שרו אותו כפזמון אלא כברכה שלמה. ותיבות "ברוך הוא" הם מגוף הברכה (עבודת ישראל עמ' 58, ועי' כלבו סי' ד).


איך בין צו פויל געווען נאכצוקוקען אינ'ם ספר פון שי"ר, וואס איז נאר אויפ'ן קאמפיוטער, נישט בכתב, דעריבער האב איך עס גענומען פון דא נאך א ביסל גוגל'ן.

------------------------------

אקעי, יעצט נאכגעקוקט, מ'קען טרעפען פון שי"ר דא
טאק א ייש"כ פאר שש משזר ואוס האט מעורר געווען און צוגעצייכענט צו די באלערנטע ספרים פון שי"ר, וואס אפילו ווען איינער איז א פולקאמער גלויביגער אין אלס וואס ער האט געלערנט אין חדר, קען ער נאך אלס פיהל לערנען פון דער ספר יריעות שלמה.

@ליטוואק איך כאפ נישט ווי די געזאנג פון ברוך שאמר והי' העולם באציט זיך מיט די ריש גלותא
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 9:47 am#352962
מפני כבודו וויל איך נישט ענטפערן, איך האב עס נאר געשריבן אלס רעאקציע צום שיר ווי מען איז מבזה אנדערע רבי'ס נישט רעכענענדיג זיך מיט די געפילן פון זייערע חסידים, אבער איך בין נישט ח"ו מערער אויף זיין הנהגה המפורסם צו דאווענען און טון כמה מצוות למעלה מן הזמן
בד"ו איך האב געשריבן מיין פריערדיגע מעסעדזש 2 חדשים צוריק, פארוואס שטייט א פאריגע וואכעדיגע (חוה"מ ווען איך בין אפילו נישט דא געווען) דעיט?
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 12:00 pm#352970
היסטאריקער האט געשריבן:בד"ו איך האב געשריבן מיין פריערדיגע מעסעדזש 2 חדשים צוריק, פארוואס שטייט א פאריגע וואכעדיגע (חוה"מ ווען איך בין אפילו נישט דא געווען) דעיט?

Sent from my LG-K120 using Tapatalk


א פותח האשכול האט א מעגליכקייט צו מקפיץ זיין א אשכול וואס דאן ווערט די לעצטע הודעה פריש דאטירט מיט דעם נייעם טאג און אזוי קומט דער אשכול ארויף ביי די אקטיווע אשכולות
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 12:39 pm#352976
שש ס'זעהט זיך שטארק אהן אז איהר האט מישט קיין רבי און איר זענט מקנא {איים סארי האסט רחמנות} אויף די אלע וואס האבען יא ממילא ווי אימער איר קענט נאר קלאפט איר רבי'ס
{היינטיגע רבי'ס, ליודעי ח"ן באמת יודעים שהמדברים ככה על אדמורים מהיום בשורשם מדברים אותו דבר על אדמורים מעלמא דקשוט רק ככה הם מתכשרים}
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 1:07 pm#352978
איך זאל מגיב זיין?

נע, בלייב מיט דיין חקירה מופלגת. איך קראך פאר קנאה.
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 1:10 pm#352979
היסטאריקער האט געשריבן: איך האב עס נאר געשריבן אלס רעאקציע צום שיר ווי מען איז מבזה אנדערע רבי׳ס נישט רעכענדיג זיך מיט די געפילן פון זייערע חסידים

איר הערט וואס דא טוטזעך?
מען טאר נישט מבזה זיין א מענטש אויב טשעפעט מען די געפיהלן פון זיינע פאולאוערס, פינטל. ער איז א גאט ציוואס?
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 1:17 pm#352982
ס'איז נישט קיין חקירה ס'איז אן עומד מן הצד און זעהט ווי נאכאמאל און נאכאמאל טוט איר די זעלבע זאך
{איך האף איך האב נישט בארירט אייער כבוד נישט דאס האב איך געמיינט}
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 1:19 pm#352984
אוודאי מעג מען מבזה זיין (לשיטתך) יעדעם אויסער גאט, אבער מען מעג אויך צוריק טשעפען יענעם
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 1:20 pm#352985
נו יור וועלקאם טו טריי... שש איז נאך קיינעם נישט שולדיג געבליבן
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 1:27 pm#352986
שוין צוויי חדשים, און ער האט גארנישט גענטפערט, דאס מיינט אז ער ווייסט אויך אז גערעכט איז גערעכט
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 3:49 pm#353002
הייסט'ס אז ביי דיר איז פשט פון מיין 'נישט צוריקענטפערן' אז 'מ'האט נישט וואס צוריקצוענטפערן'.

נו, כדי שלא יאמרו מדשתק שמע מינה 'אז ער ווייסט אויך אז גערעכט איז גערעכט', וועל איך אפענטפערן דעם היסטאריקער וואס פארשטייט צו אלעס א חוץ היסטאריע.


מיין 'האדרת והאמונה' רעדט נישט פון קיין איין ספעציפישע רבי, הגם אסאך רבי'ס קענען אריינגיין אין די כוונת השיר און אין אירע קאטעגאריעס. דו שרייבסט "איך האב עס נאר געשריבן אלס רעאקציע צום שיר ווי מען איז מבזה אנדערע רבי׳ס נישט רעכענדיג זיך מיט די געפילן פון זייערע חסידים". די חידוש איז, אז כ'בין קיינעם נישט מבזה דירעקט, כ'רעד אויסשליסליך פון צבועים ומשתלטים על הציבור און נישט פון צדיקים וואס זענען גראדע אויך רבי'ס. אויב דו האסט געשפירט אז מיין שיר רעדט פון דיין קרית יואל'ן רעבע, האסטו - מער פון מיר - אפגעשטעמפלט דיין רבי אלס איינער וואס פאסט אריין אין די קאטעגאריע, וואס זיינע חסידים'ס געפילן ווערן געטשעפעט [כ'בין זיכער ביי מיר אז א סקולענער חסיד'ס געפילן איז נישט געטשעפעט געווארן...].

יעצט לאמיר גיין צום נעקסטן שטאפל. איך האב נישט דערציילט קיין שבחים צווישן זיי און גאט, מצדי זאלן זיי זיך ביקן צום צלם זיבעציג מאל [אדער לחלופין רעדן א ווארט עברית], נהנה זיין משולחן איזבל, און עסן דייקא נישט שחיטה מונחת/שטיינזאלץ. אה, און אויך דאווענען למעלה מן הזמן. זייערע עבירות בין אדם למקום לאז איך איבער פארן מקום ב"ה. איך בין געקומען זינגען האדרת והאמונה בנוגע זייער התנהגות בין אדם לחבירו, און ווען דו קומסט מיר כביכול 'צוריקענטפערן' מיט א [מעגליכע] עוולה בנוגע בין אדם למקום, איז ניטאמאל אינטרעסאנט דיר צוריקצוענטפערן, ווייל דאס ווייזט אז דו האסט בכלל נישט געכאפט די נקודה.

צולעצט, וואלט איך געקענט קומען מסביר זיין פשט אין א פארשלעפטן דאווענען למעלה מן הזמן, אבער דאס טו איך נישט פאר עטליכע סיבות. בראש וראשונה, ווייל דו זוכסט נישט קיין הסבר.


ולקינוח, היסטאריקער טייערער, כ'האב שוין דערמאנט דיין רעבע'ס מעשים טובים [בין אדם לחבירו] אין דעם אשכול: פארוואס, פארוואס, אוי פארוואס?! פארוואס מיינסטו אז איך רעד דא אויך פון אים? דו מיינסט אז אזא גרויסע רעבע האט נישט גענוג נאכפאלגערס... כ'מאך נאר א וויץ, כ'האב גראדע נישט געטראכט פון דיין רעבע ביים שרייבן דעם אשכול.


אה, און נעקסטיים ווען איך ענטפער נישט, זיי צופרידן אז איך ענטפער נישט, אבער רעד דיך נישט איין אז ס'קומט צוליב דעם וואס 'ער ווייסט אויך אז גערעכט איז גערעכט'.
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 6:33 pm#353023
אחד העם האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:איך וואלט געטוישט איין שורה
הזלזול בש״ע לעבור על זמני המצות
אזוי וועט עס מיינען שש׳ס רבי אויך

זלזול? וואו זעהט איר אז אמשינאוו'ער רבי איז מזלזל אין שו"ע?

ער איז נישט ח"ו מזלזל, ער קומט נאר נישט אן. די זמני התפילות דארפן צו זיין פלעקסיבל. אזוי ווי הרה"צ ר' מרדכי'לע מ'נדבורנה זצ"ל האט געזאגט ווען ער האט זיך געשטעלט שפעט דאווענען...רבוש"ע. אמת אז דו האסט געשריבן אין שו"ע א זמן תפילה. אבער דו ווייסט דאך אז מרדכי האט געוואלט דאווענען בזמנו. נאר ער איז נישט געווען גרייט. זיין הכנת הלב לתפילה האט זיך פארצויגן...! ממילא קענמען נישט פרעגן קיין קשיות אויף א צדיק אמת. ווען איינער זיצט און ליינט דעם צייטונג אדער פארברענגט אויף קאווע שטיבל בזמן התפילה איז א קשיא. אבער א צדיק טוט דאך עפעס אנדערש אין די צייט...!
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2016 8:06 pm#353040
אז דו ווילסט זאגען זיין עבודת ה', ממילא. אבער שו"ע אנערקענט נישט אז הכנת הלב איז וויכטיגער ווי תפלה בזמנה, וואס איז א חיוב אויף צדיקי אמת און צדיקי שקר גלייך.
פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:08 am#353066
ליטוואק פון בודאפעסט: איז דערפאר האט די אייבישטער באשאפן (דאס גלייבסטו יא...?) חסידים און ליטוואקעס...מ'טיילט זיך איין. למשל די ליטוואקעס זענען שטארק מקפיד אויף..."שקיעה". ס'איז ביי זיי יהרוג ואל יעבור (ניין. ס'איז נישט קיין מיסספעללינג. אדער אן עם הארצות פון א חסיד.) און חלב עכו"ם/חלב סתם איז ביי זיי גארנישט. אדער, ווען א חסיד זאגט נישט קיין תחנון אין א יארצייט פון איינעם פון די תלמידי ה'בעש"ט, אדער ווייל ער איילט זיך, איז דער גבאי פון א געוויסע גרויסע און פראמינענטע שול איהם גרייט צו געבן 2 פעטש און אוועקווארפן פון עמוד. אבער ביים זמן מוצאי שבת איז מען שטארק מיקל מיט ג' כוכבים. אז דער שרייבער פון די שורות האט אליינס מיטגעהאלטן אין א געוויסע זומער קאלאני, ווען די זון איז נאך געווען אויפ'ן האריזאנט זענען שוין א פאר חשוב'ע אידן געפארן מיט זייערע קארס...!
פרייטאג אקטאבער 28, 2016 4:18 am#353068
מ'קען יעדע זאך צונעמען באזונדער. נאר אויף זמן תפלה איז דיין תירוץ נישט אין פלאץ. זמן מוצ"ש, חלב הקאמפאניס ועוד, זענען מחלוקות הפוסקים, נישט קיין אפענע שו"ע'ס . זמן תפילה איז א קלארע הלכה און הכנת הלב איז נישט דוחה דער חיוב, והדברים פשוטים.
פרייטאג אקטאבער 28, 2016 7:07 am#353070
.
פרייטאג אקטאבער 28, 2016 8:20 am#353075
. איז א וועג פון דערמאנען פעטיציע'ס.
פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:31 pm#353092
פארוואס טשעפעסטו? איך האב געפרעגט אן אומשולדיגע פראגע, נאר נאכדעם באשלאסן אז עס וועט עפענען א קען פון ווערעם האב איך באשלאסן עס צו פארמעקן.
זונטאג אקטאבער 30, 2016 11:25 pm#353212
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'קען יעדע זאך צונעמען באזונדער. נאר אויף זמן תפלה איז דיין תירוץ נישט אין פלאץ. זמן מוצ"ש, חלב הקאמפאניס ועוד, זענען מחלוקות הפוסקים, נישט קיין אפענע שו"ע'ס . זמן תפילה איז א קלארע הלכה און הכנת הלב איז נישט דוחה דער חיוב, והדברים פשוטים.


בערעל דערמאנט אז ליטוואקס האבען געטוהן מלאכות ווען דער זון איז נאך געוועהן, נאר וואס דען? דער גר"א לפי פירושם ולהוציא מדעת חסידים האבען זיי געפילט פאר וויכטיג מחלל שבת זיין.

גאס איז קעגען שולחן ערוך לכל הדעות, וואס פארלאנגט ג' כוכבים און הכסיף.
זונטאג אקטאבער 30, 2016 11:58 pm#353215
איש תשבי: שוין. כ'וועלל נאכגעבן. אט די אידן (וועלכע זענען געפאהרן אום שבת ווען די זון איז נאך געווען אויפ'ן האריזאנט), זענען נישט פאררעכנט געווען צווישן די ל"ו צדיקים... :roll:
מאנטאג אקטאבער 31, 2016 8:18 am#353230
קען זיין, אבער ליטוואקס האבען זיך זייערע שלש שבועות וואס זיי זענען גרייט אויף דעם עובר זיין די שלש חמורות, נישט אנדרעש פין חסידים.
מאנטאג אקטאבער 31, 2016 9:07 am#353231
עפען אן אשכול וועגען דעם. לאמיר זע'ען צו מ'רעדט פון עכטע הלכות צו די וואס מ'האט געבאקען צו פארטיידיגען דאס טרעטען אויף תורה פון די חברי הכת.
דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 11:45 am#353318
אישתשבי: שקיעה איז מסתמא איינס פון זיי. בעצם איז דאס א גוטע זאך. און ראוי לשבח. און א טענה צו אונז חסידים. פארוואס אונז זענען נישט מקפיד אויף דעם. אבער צו טשעפען די ליטוואקעס איז עס פונקט גוט...!
דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 10:01 pm#353376
חוקר וסקרן האט געשריבן: באמת יודעים שהמדברים ככה על אדמורים מהיום בשורשם מדברים אותו דבר על אדמורים מעלמא דקשוט רק ככה הם מתכשרים}
דאנערשטאג מערץ 19, 2020 4:06 pm#444013
האדרת והאמונה... לרבי לעולמים
שש משזר האט געשריבן:הייסט'ס אז ביי דיר איז פשט פון מיין 'נישט צוריקענטפערן' אז 'מ'האט נישט וואס צוריקצוענטפערן'.

נו, כדי שלא יאמרו מדשתק שמע מינה 'אז ער ווייסט אויך אז גערעכט איז גערעכט', וועל איך אפענטפערן...


אה, און נעקסטיים ווען איך ענטפער נישט, זיי צופרידן אז איך ענטפער נישט, אבער רעד דיך נישט איין אז ס'קומט צוליב דעם וואס 'ער ווייסט אויך אז גערעכט איז גערעכט'.

IMG_6745.jpg


IMG_6745.jpg


פון דא.