Under maintenance
הויפט זייט » אלי וויזעל: רבונו של עולם, לאמיר שלום מאכן

אלי וויזעל: רבונו של עולם, לאמיר שלום מאכן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10672
זונטאג יולי 03, 2016 11:09 am#339952
אלי וויזעל: רבונו של עולם, לאמיר שלום מאכן
פאלגנד איז מיין איבערזעצונג פון אן ארטיקל וואס אלי וויזעל האט פארעפנטליכט אין דעם "ניו יארק טיימס", ראש-השנה תשנ"ח, וואס גיט צו שפירן דעם ווייטאג און פּיין פון א מלחמה איבערלעבער, און זיין קשר מיט'ן אויבערשטן.
–העניך



א תפילה פאר די ימים נוראים

פון אלי וויזעל

רבונו של עולם, לאמיר שלום מאכן. ס'איז צייט. ווילאנג קענען מיר אנגיין זייענדיג אין כעס?

מער פון 50 יאר איז דורך זינט דער קאשמאר האט זיך געענדיגט. אסאך זאכן, גוטע און ווייניגער גוטע, זענען געשען זינט דאן פאר די וואס האבן עס איבערגעלעבט. זיי האבן געלערנט צו בויען אויף די חורבנות. פאמיליע-לעבן איז פריש אויפגעשטעלט געווארן. קינדער זענען געבוירן געווארן, פריינטשאפטן זענען באשאפן געווארן. זיי האבן געלערנט צו גלייבן אין זייער סביבה, אפילו אין מענטשן. דאנקבארקייט האט איבערגענומען ביטערקייט אין זייערע הערצער. קיינער איז נישט אזוי פעאיג צו פארמאגן הכרת הטוב ווי זיי. דאנקבאר צו יעדן וואס איז וויליג צו הערן זייערע מעשיות און ווערן א שותף אין דעם קאמף קעגן אפאטיע און שכחה. פאר זיי איז יעדער מאמענט א חסד.

אה, זיי זענען נישט מוחל די מערדער און זייערע שותפים, און אוודאי זאלן זיי נישט. און דו זאלסט אויך נישט, רבונו של עולם. אבער זיי קוקן מער נישט אויף יעדן עובר ושב מיט חשש. זיי זעען אויך נישט א שפיז אין יעדן האנט.

מיינט דאס דען אז די וואונדן אין זייער נשמה האבן זיך פארהיילט? זיי וועלן זיך קיינמאל פארהיילן. ווילאנג א פונק פון די פלאמען פון אוישוויץ און טרעבלינקע גליען אין זייער זכרון, אזוי לאנג וועט מיין פרייד זיין פעלערהאפטיג.

און וואס טוט זיך מיט מיין אמונה אין דיר, רבונו של עולם?

איך אנערקען יעצט אז איך האב עס קיינמאל נישט פארלוירן, אפילו נישט דארט, דורכאויס די טונקלסטע שעות פון מיין לעבן. איך ווייס נישט פארוואס איך האב ווייטער געשושקעט מיינע טעגליכע תפילות, און די תפילות פאר שבת און יום-טוב, אבער איך האב זיי געזאגט, פיל מאל מיט מיין טאטן, און אום ראש-השנה ביינאכט, מיט הונדערטער ארעסטאנטן אין אוישוויץ. איז עס געווען ווייל די תפילות זענען געבליבן א קשר צו דער פארשוואונדענער וועלט פון מיין קינדהייט?

אבער מיין אמונה איז מער נישט געווען ריין. וויאזוי האט עס דען געקענט זיין? עס איז געווען פול מיט פּיין מער ווי מיט התלהבות, מיט פארלוירנקייט מער ווי מיט ערליכקייט. אין דער מלוכה פון אייביגער נאכט, אין די ימים נוראים, די ימי הדין, זענען מיינע תפילות געווען דירעקטירט צו דיר און אויך קעגן דיר, רבונו של עולם. וואס האט מיר מער געווייטאגט: דיין אפוועזנהייט אדער דיין שווייגן?

אין מיין עדות'שאפט האב איך געשריבן הארבע ווערטער, ברענעדיגע ווערטער וועגן דיין ראלע אין אונזער טראגעדיע. היינט וואלט איך זיי נישט איבערגעזאגט. אבער דעמאלט האב איך זיי געפילט. איך האב זיי געשפירט אין יעדן צעל פון מיין וועזן. פארוואס האסטו ערלויבט – אויב נישט ערמעגליכט – דעם מערדער טאג נאך טאג, נאכט נאך נאכט, צו פייניגן, מארדן און אויסמעקן צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער? פארוואס זענען זיי פארלאזט געווארן דורך דיין יצירה? אט די מחשבות האבן אין קיין שום וועג נישט געזאלט פארקלענערן דעם שולד פון די שולדיגע. זייער אנערקערטער שולד איז נישט נוגע צו מיין "פראבלעם" מיט דיר, רבונו של עולם. אין מיין יוגנט האב איך נישט ערווארטעט קיין סאך פון מענטשן. אבער איך האב אלעס ערווארטעט פון דיר.

וואו ביסטו געווען, גאט פון חסד, אין אוישוויץ? וואס איז פארגעגאנגען אויבן, אין הימלישן בית-דין, ווען דיינע קינדער זענען געצייכנט געווארן פאר השפלה, איזאלאציע און טויט נאר וועגן זיי זענען געווען דיינע קינדער?

די פראגעס זענען מיך נאכגעלאפן פאר מער פון פופציג יאר. דו האסט פארטיידיגער וועלכע לאזן זיך הערן, ווייסטו. פילע טעאלאגישע ענטפערס זענען מיר געגעבן געווארן, ווי: "גאט איז גאט. ער אליין ווייסט וואס ער טוט. א מענטש האט נישט קיין רעכט צו צווייפלען אין אים אדער אין זיינע וועגן." אדער: "אוישוויץ איז געווען אן עונש פאר דער אייראפעאישן אידנטומ'ס זינד פון אסימילאציע און/אדער ציונות." און: "איז נישט ישראל די לעזונג? אָן אוישוויץ, וואלט נישט געווען קיין ישראל."

איך ווארף צוריק די אלע ענטפערס. אוישוויץ מוז און וועט אייביג בלייבן נאר א פראגע-צייכן: מ'קען עס משיג זיין נישט מיט גאט און נישט אן גאט. ביי איין פונקט, האב איך אנגעהויבן זיך וואונדערן צי איך בין אפשר נישט געווען מענטשליך מיט דיר. נאך אלעם איז אוישוויץ נישט עפעס וואס איז אראפגעקומען פארטיג פון הימל. עס איז אויסגעטראכט געווארן דורך מענטשן, אויסגעפירט געווארן דורך מענטשן, און דורך א מענטשליכן שטאב. און זייער ציל איז געווען נישט נאר אונז צו פארלענדן, נאר אויך דיר. צי דען דארפן מיר נישט אויך טראכטן פון דיין צער? צוקוקנדיג דיינע קינדער ווי זיי ליידן אין די הענט פון דיינע אנדערע קינדער, האסטו דען נישט אויך געליטן?

ווען מיר אידן גייען יעצט נאכאמאל אריין אין די ימים נוראים, און מיר מאכן זיך גרייט צו מתפלל זיין פאר א יאר פון שלום און צופרידנקייט פאר אונזער פאלק און אלע פעלקער, לאמיר שלום מאכן, רבונו של עולם. טראץ אלעס וואס האט פאסירט? יא, טראץ דעם. לאמיר שלום מאכן: פאר דעם קינד אין מיר איז עס אומדערטרעגליך צו זיין אפגעשיידט פון דיר פאר אזוי לאנג.
זונטאג יולי 03, 2016 11:19 am#339954
WOW, הארץ רייסענד!

עס קוקט מיר אויס אז דער וויזל האט געהאט אין זיך א ברסלב'ע ניצוץ ;)
דאנערשטאג יולי 07, 2016 12:40 pm#340812
פאלגנד איז מיין הקדמה צו דעם ארטיקל, וואס ערשיינט אין דעם פרישן "וועקער".


אלי וויזעל, תרפ"ט – תשע"ו


דער פארגאנגענער שבת פרשת שלח, כ"ו סיון, איז נפטר געווארן דער וועלט-בארימטער טשאמפיאן פאר חורבן-זכרון און שלום, אלי (אליעזר) וויזעל, אין עלטער פון 87 יאר.

אין 1986 האט וויזעל באקומען דעם נאבל פרייז פאר שלום, צו אנערקענען זיינע אויפטוען צו פארמערן שלום און טאלעראנץ אויף דער וועלט.

נאכ'ן חורבן האט וויזעל געשריבן זיין טיף עמאציאנעלן און הארץ-רייסנדן בוך פון זכרונות "און די וועלט האט געשוויגן". דאס בוך האט ער שפעטער איבערגעזעצט אויף פראנצויזיש און ענגליש אלס "נאכט". דאס בוך ווערט באטראכט ווי איינער פון די ספרי יסוד אויף דעם האלאקאסט, און איז איבערגעזעצט געווארן אויף 35 שפראכן.

וויזעל איז אויפגעוואקסן אין סיגוט, ראמעניע, וואו ער האט באקומען א חסידישן חינוך. נאך די שוידערליכע צרות ביים קריג האט וויזעל אפט באוויינט די אמונה וואס ער האט פארלוירן. ער האט זיך אבער נאך ווייטער געהאלטן ווי א חסידישער איד, און האט פיל געשריבן וועגן חסידישע רבי'ס און לערעס.

מיר שטייען יעצט אין חודש תמוז, אויף וואס צדיקים האבן געזאגט אז דאס איז ראשי-תיבות ז'מני ת'שובה מ'משמשים ו'באים. פאלגנד איז אן איבערזעצונג פון אן ארטיקל וואס אלי וויזעל האט פארעפנטליכט אין דעם "ניו יארק טיימס", ראש-השנה תשנ"ח, וואס גיט צו שפירן דעם ווייטאג און פּיין פון א מלחמה איבערלעבער, און זיין קשר מיט'ן אויבערשטן.
דאנערשטאג יולי 07, 2016 3:15 pm#340834
Re: אלי וויזעל: רבונו של עולם, לאמיר שלום מאכן
אדאנק ר' העניך,
מ'קען אננעמען אז די דאזיגע תפילה, ווען ס'איז נתלבש געווארן אין אותיות, נאך אין הארץ פון ר' אליעזר'ן, איז עס געווען אויף אידיש. די ענגלישע ווערסיע, איז נאר אן איבערזעצונג.
יעצט, האסטו זוכה געווען מחזיר צו זיין עטרה ליושנה.

וענתה השירה הזאת לעד בבני ישראל. א פייל אין די אויגן פון די משטינים, וואס זענען מוציא לעז אויף דעם הייליגן איד, און באשולדיגן אים מיט כפירה רח״ל.

אזא איד, וואס כאטש ס'איז מקוים געווארן ביי אים דער „וראית את אחורי ופני לא יראו“, פונדעסטוועגן האט ער מקיים געווען דעם „פה אל פה אדבר בו“.
מיטוואך אקטאבער 05, 2016 7:56 am#351698
אין די ימים נוראים טעג, טרייסלט מיר ווידער דאס הארץ מיט אלי וויזעל'ס צייטלאזע געבעט.
מיטוואך אקטאבער 05, 2016 10:49 am#351716
האט אפשר איינער א לינק פאר זיין בוק אדער גאר די בוק אליינס?
דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 9:41 pm#355992
דא איז א לינק פאר די ענגלישע בוק
night

האסט הנאה ביטע לייק
זונטאג דעצעמבער 04, 2016 4:57 pm#356153
א דאנק ATUB @העניך ATUB .
האט איר אפשר א לינק צו דעם ארגינעלן ארטיקל, אין די ניו יארק טיימס?
זונטאג דעצעמבער 04, 2016 8:50 pm#356180
העניך האט געשריבן:פאלגנד איז מיין איבערזעצונג פון אן ארטיקל וואס אלי וויזעל האט פארעפנטליכט אין דעם "ניו יארק טיימס", ראש-השנה תשנ"ח, וואס גיט צו שפירן דעם ווייטאג און פּיין פון א מלחמה איבערלעבער, און זיין קשר מיט'ן אויבערשטן.
–העניך



א תפילה פאר די ימים נוראים

פון אלי וויזעל

רבונו של עולם, לאמיר שלום מאכן. ס'איז צייט. ווילאנג קענען מיר אנגיין זייענדיג אין כעס?

מער פון 50 יאר איז דורך זינט דער קאשמאר האט זיך געענדיגט. אסאך זאכן, גוטע און ווייניגער גוטע, זענען געשען זינט דאן פאר די וואס האבן עס איבערגעלעבט. זיי האבן געלערנט צו בויען אויף די חורבנות. פאמיליע-לעבן איז פריש אויפגעשטעלט געווארן. קינדער זענען געבוירן געווארן, פריינטשאפטן זענען באשאפן געווארן. זיי האבן געלערנט צו גלייבן אין זייער סביבה, אפילו אין מענטשן. דאנקבארקייט האט איבערגענומען ביטערקייט אין זייערע הערצער. קיינער איז נישט אזוי פעאיג צו פארמאגן הכרת הטוב ווי זיי. דאנקבאר צו יעדן וואס איז וויליג צו הערן זייערע מעשיות און ווערן א שותף אין דעם קאמף קעגן אפאטיע און שכחה. פאר זיי איז יעדער מאמענט א חסד.

אה, זיי זענען נישט מוחל די מערדער און זייערע שותפים, און אוודאי זאלן זיי נישט. און דו זאלסט אויך נישט, רבונו של עולם. אבער זיי קוקן מער נישט אויף יעדן עובר ושב מיט חשש. זיי זעען אויך נישט א שפיז אין יעדן האנט.

מיינט דאס דען אז די וואונדן אין זייער נשמה האבן זיך פארהיילט? זיי וועלן זיך קיינמאל פארהיילן. ווילאנג א פונק פון די פלאמען פון אוישוויץ און טרעבלינקע גליען אין זייער זכרון, אזוי לאנג וועט מיין פרייד זיין פעלערהאפטיג.

און וואס טוט זיך מיט מיין אמונה אין דיר, רבונו של עולם?

איך אנערקען יעצט אז איך האב עס קיינמאל נישט פארלוירן, אפילו נישט דארט, דורכאויס די טונקלסטע שעות פון מיין לעבן. איך ווייס נישט פארוואס איך האב ווייטער געשושקעט מיינע טעגליכע תפילות, און די תפילות פאר שבת און יום-טוב, אבער איך האב זיי געזאגט, פיל מאל מיט מיין טאטן, און אום ראש-השנה ביינאכט, מיט הונדערטער ארעסטאנטן אין אוישוויץ. איז עס געווען ווייל די תפילות זענען געבליבן א קשר צו דער פארשוואונדענער וועלט פון מיין קינדהייט?

אבער מיין אמונה איז מער נישט געווען ריין. וויאזוי האט עס דען געקענט זיין? עס איז געווען פול מיט פּיין מער ווי מיט התלהבות, מיט פארלוירנקייט מער ווי מיט ערליכקייט. אין דער מלוכה פון אייביגער נאכט, אין די ימים נוראים, די ימי הדין, זענען מיינע תפילות געווען דירעקטירט צו דיר און אויך קעגן דיר, רבונו של עולם. וואס האט מיר מער געווייטאגט: דיין אפוועזנהייט אדער דיין שווייגן?

אין מיין עדות'שאפט האב איך געשריבן הארבע ווערטער, ברענעדיגע ווערטער וועגן דיין ראלע אין אונזער טראגעדיע. היינט וואלט איך זיי נישט איבערגעזאגט. אבער דעמאלט האב איך זיי געפילט. איך האב זיי געשפירט אין יעדן צעל פון מיין וועזן. פארוואס האסטו ערלויבט – אויב נישט ערמעגליכט – דעם מערדער טאג נאך טאג, נאכט נאך נאכט, צו פייניגן, מארדן און אויסמעקן צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער? פארוואס זענען זיי פארלאזט געווארן דורך דיין יצירה? אט די מחשבות האבן אין קיין שום וועג נישט געזאלט פארקלענערן דעם שולד פון די שולדיגע. זייער אנערקערטער שולד איז נישט נוגע צו מיין "פראבלעם" מיט דיר, רבונו של עולם. אין מיין יוגנט האב איך נישט ערווארטעט קיין סאך פון מענטשן. אבער איך האב אלעס ערווארטעט פון דיר.

וואו ביסטו געווען, גאט פון חסד, אין אוישוויץ? וואס איז פארגעגאנגען אויבן, אין הימלישן בית-דין, ווען דיינע קינדער זענען געצייכנט געווארן פאר השפלה, איזאלאציע און טויט נאר וועגן זיי זענען געווען דיינע קינדער?

די פראגעס זענען מיך נאכגעלאפן פאר מער פון פופציג יאר. דו האסט פארטיידיגער וועלכע לאזן זיך הערן, ווייסטו. פילע טעאלאגישע ענטפערס זענען מיר געגעבן געווארן, ווי: "גאט איז גאט. ער אליין ווייסט וואס ער טוט. א מענטש האט נישט קיין רעכט צו צווייפלען אין אים אדער אין זיינע וועגן." אדער: "אוישוויץ איז געווען אן עונש פאר דער אייראפעאישן אידנטומ'ס זינד פון אסימילאציע און/אדער ציונות." און: "איז נישט ישראל די לעזונג? אָן אוישוויץ, וואלט נישט געווען קיין ישראל."

איך ווארף צוריק די אלע ענטפערס. אוישוויץ מוז און וועט אייביג בלייבן נאר א פראגע-צייכן: מ'קען עס משיג זיין נישט מיט גאט און נישט אן גאט. ביי איין פונקט, האב איך אנגעהויבן זיך וואונדערן צי איך בין אפשר נישט געווען מענטשליך מיט דיר. נאך אלעם איז אוישוויץ נישט עפעס וואס איז אראפגעקומען פארטיג פון הימל. עס איז אויסגעטראכט געווארן דורך מענטשן, אויסגעפירט געווארן דורך מענטשן, און דורך א מענטשליכן שטאב. און זייער ציל איז געווען נישט נאר אונז צו פארלענדן, נאר אויך דיר. צי דען דארפן מיר נישט אויך טראכטן פון דיין צער? צוקוקנדיג דיינע קינדער ווי זיי ליידן אין די הענט פון דיינע אנדערע קינדער, האסטו דען נישט אויך געליטן?

ווען מיר אידן גייען יעצט נאכאמאל אריין אין די ימים נוראים, און מיר מאכן זיך גרייט צו מתפלל זיין פאר א יאר פון שלום און צופרידנקייט פאר אונזער פאלק און אלע פעלקער, לאמיר שלום מאכן, רבונו של עולם. טראץ אלעס וואס האט פאסירט? יא, טראץ דעם. לאמיר שלום מאכן: פאר דעם קינד אין מיר איז עס אומדערטרעגליך צו זיין אפגעשיידט פון דיר פאר אזוי לאנג.


זייער גוט איבערגעטייטש
יישר כח פאר די ארבעט
די בריוו איז א שטארקע יסוד און ווי אזוי מען דארף אנקוקען די האלעקאסט פון די טאג וואס די מלחמה האט זיך געענדיגט...
די נקודה ווערט אויך שטארק ארויסגעברענגט זייער שטארק אין ספר "בסתר רעם"
פרייטאג יוני 22, 2018 2:50 am#406912
כ'האב מיך היינט אנגעשטויסן אין אן אלטן אינטערוויו וואס אלי וויזעל האט אפגעהאלטן מיטן איזרעאלישן מאגאזן "בקהילה", (גליון כ"ז חשון תשע"ב), וואו אלי וויזעל איז מעיד איבער זיך דאס פאלגענדע:

גם אני אדם המאמין באלוקים ללא שיור. לפני ואחרי אושוויץ. בכל כתביי אני לא מביא דברי חוצפה, רק התדיינות כלפי שמיא. ביטויי כאב, שאלות ותהיות כדרכו של איוב.

בספרי אני כותב: המדרש מספר שכאשר הקב"ה רואה בסבלם של בניו הנפוצים בין הגויים, הוא מזיל שתי דמעות לאוקיינוס, וקולן הולך מסוף העולם ועד סופו. מדי פעם אני לומד את המדרש הזה ואומר לעצמי: במהלך הטרגדיה הנוראה הזין הקב"ה דמעות כה רבות על סבל בניו שהלכו מסוף העולם ועד קצהו, אך אנו, בני האדם, סירבנו לשמוע את קולן.



עד כאן דבריו הקדושים, דברי אלקים חיים.
פרייטאג יוני 22, 2018 3:10 pm#406966
שמעקעדיג האט געשריבן:WOW, הארץ רייסענד!

עס קוקט מיר אויס אז דער וויזל האט געהאט אין זיך א ברסלב'ע ניצוץ ;)

שמעקעדיג: שרייבן קען (כמעט) א יעדער, שיין. וויאזוי מ'פיהרט זיך אויף איז דער עיקר. טאקע א נאה דורש. אבער מ'דארף צו זיין א נאה מקיים אויכעט...!
מאנטאג יוני 25, 2018 10:59 pm#407160
איך האב אזוי אריינגעטראכט אז לכאורה האט דאך אלי וויזעל געטון דאס וואס א סאך פריערדיגע צדיקים האבן געטון. ער האטציך אויסגעטענה'ט כביכול מיט דעם באשעפער. ס'איז דאך דא כמה מעשיות פונ'ם הייליגן בארדיטשוב'ער רבין זצוק"ל ווי ער טענה'ט זיך אויס כביכול מיט הקב"ה. אויך פון אנדערע צדיקים איז באוואוסט אז זיי זענען געגאנגען אויף אן ענליכן דרך...!

איז אבער דא איין גרויסער חילוק. די אלע פריער'דיגע צדיקים וועלכע האבן זיך אויסגעטענה'ט מיט'ן אייבישטן, זענען אבער געבליבן 100% ביי זייער אמונה אין בורא כל עולמים. און ר' אליעזר וויזל, ליידער נישט. ווייל גלייך נאך די מלחמה האט ער געזאגט פארשידענע אויסדרוקן וועלכע קענען אויסגעטייטשט ווערן ווי כפירה, רח"ל. למשל, איינס פון זיינע סטעיטמענטס איז געווען אז...זיין גאט איז פארברענט געווארן אין אוישוויץ"...און. הגם די גמ' זאגט דאך אז אין אדם נתפס על צערו. און ער האט שוין שפעטער אויסגעדרוקט חרטה. אעפ"כ. זיינע סטעיטמענטס קענען נישט אנגענומען ווערן מיט די זעלבע שטארקקייט ווי די ווערטער פון די פריער'דיגע צדיקים. ווייל סוכ"ס אין זיין פערזענליכן לעבן איז ער נישט געווען קיין שומתומ"צ...!
מאנטאג יוני 25, 2018 11:41 pm#407161
חוץ פין זיינע חשבונות מיט גאט וואס איז בעסער אז מען רעדט ווייניגער, איז ער אויך געוועהן זייער אנגעווייטאגט אויף דער מהלך המחשבה פין די חריידישע אידען פאר די קריג, וואס האבען נישט געוואלט גלייבען אז עס קומט א חורבן, ער שרייבט וועגען דעם באריכות אין זיין בוך, ווי ער שעלט אויס ווערטער און אויסדריקען וואס מען ניצט אבי נישט צו גלייבען אין שלעכטס וואס איז אימינענט.

הגם עס איז א נאטור פין מענטשהייט, האט ער זעהט אויס עס גענומען אנדרעש.
זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 6:10 pm#436444
אחד העם האט געשריבן:א דאנק @העניך.
האט איר אפשר א לינק צו דעם ארגינעלן ארטיקל, אין די ניו יארק טיימס?

יא, דא:
m https://www.nytimes.com/1997/10/02/opin ... f-awe.html m
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:15 am#436534
יעצט געליינט די גאנצע אשכול, די אלע וואס שרייבן אלי וויזל׳ס ביאגראפיע זענען זעהט אויס זייער קארג צושרייבן אז ער איז געוועהן א עכטער וויזניצער חסיד פון סיגוט-מארמארוש. סיי פון זיין טאטעס זייט און סיי פון זיין מאמעס זייט. וויזל און פייג זענען צוויי גאר באוואוסטע משפחות אין וויזניץ עד היום הזה. ער האט כל ימיו גערעדט מיט נאסטאלגיע פון וויזניץ אינדערהיים און פון דער אהבת ישראל און ער האט זייער שטארק געגליכן און זיך גוט אויסגעקענט אין וויזניצער נוסח און ניגונים.
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:21 am#436535
ווייטער... וויזניץ און סאציאליזם..... מ'ווערט נישט פארטיג....
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:24 am#436536
קאך_לעפל האט געשריבן:ווייטער... וויזניץ און סאציאליזם..... מ'ווערט נישט פארטיג....


גיי קאקן מיט טראמפ אינאיינעם. יא ווען מ׳שרייבט אלי וויזל׳ס ביאגראפיע שרייבט מען אז ער איז געקומען פון וויזניץ. קוק אפילו וויקיפידיע שרייבט עס.

גיי פייניק יעצט ספאנישע קינדער און שטיצט די אלע רוצחים מיט זייער הונדערט רעוואלווערס!
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:26 am#436537
בלא בלא בלא. הוילע דעמאגאגיע און פיסטע פראפאגאנדע...
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:26 am#436538
Elie Wiesel was born in Sighet (now Sighetu Marmației), Maramureș, in the Carpathian Mountains in Romania.[9] His parents were Sarah Feig and Shlomo Wiesel. At home, Wiesel's family spoke Yiddish most of the time, but also German, Hungarian, and Romanian.[10][11] Wiesel's mother, Sarah, was the daughter of Dodye Feig, a celebrated Vizhnitz Hasid and farmer from a nearby village. Dodye was active and trusted within the commun
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:26 am#436539
קאך_לעפל האט געשריבן:בלא בלא בלא. הוילע דעמאגאגיע און פיסטע פראפאגאנדע...


קענעדי איז געוועהן א אנטיסעמיט!!! בלא בלא בלא!!!
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:31 am#436540
א וויזניצער איז ער געווען....
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:35 am#436541
קאך_לעפל האט געשריבן:א וויזניצער איז ער געווען....


ער איז געוועהן א בעסערע מענטש ווי דיר! דאס איז זיכער! ער וואלט זיכער נישט געשטיצט טראמפ. די היינטיגע נאציס! ער וואלט נישט געשריבן גאנצע ״שטירמער-סטייל״ ארטיקלען צו בארעכטיגן די רשעות וואס מ׳טוט היינט אין אמעריקע צו די ספאנישע... זיכער נישט!

ער איז געוועהן א גוטע מענטש און דו ביסט א שלעכטער רשע מרושע! א פאשיסט!
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:39 am#436542
בלא בלא בלא... אפילו דער הייליגער אהבת ישראל זי''ע... האט נישט געקענט אזוי גוט שעלטן....
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 1:52 pm#436543
שבת
די וואס רופען זיך וועזיל זענען אויך די זעלבע משפחה?