Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 2

קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 2

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 81 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #10698
מיטוואך יולי 06, 2016 7:37 pm#340671
קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 2
עס איז מיר א גרויס כבוד צו פרעזענטירן פאר אייך דעם צווייטן זשורנאל פון "דער וועקער" (תמוז תשע"ו), מעשי ידיהם להתפאר פון אונזערע באליבטע פריינט, די סאמע געלונגענסטע מוחות און בעסטע פעדער'ס פון 'קאווע שטיבל', און גראפירט דורכן גלגול חדש פונעם באקאנטן ארטיסט - החכם פיקאסא הי"ו. ווי אויך קומט א דאנק פאר החברים היקרים ATUB @שלום שטיסל ATUB , ATUB @געוואלדיג ATUB , ATUB @קל וחומר ATUB , ATUB @כוכב ATUB , און ATUB @אבטולמוס ATUB , פאר זייער הילף.

ברוך ה' שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה!


איך קען נישט גענוג באטאנען די אומערמידליכע ארבעט עס איז אריינגעגאנגען דערין, און מיר האפן אז איר וועט אלע הנאה האבן דערפון. גלייכצייטיג ווילן מיר בעטן, עס איז אן עבירה אז די רייכע קאלירן זאלן פארלוירן גיין, פרינט ביטע ארויס דעם שיינעם זשורנאל "דער וועקער" אין א קאלירטן פארמאט פאר אייער פולער הנאה.

מיר האפן אז מארגן וועט אי"ה שוין זיין א מעגליכקייט צו באשטעלן דעם זשורנאל אויף עמעזאן [קאלירט און שווארץ/ווייס], און וועט באזונדער געמאלדן ווערן.


גלייכצייטיג טוען מיר בעטן, אונזער הארעוואניע וועט זיך אויסצאלן נאר אויב עס וועט דערגרייכן וואס ווייטער מעגליך. זאל זיך יעדער פארנעמען דאס צו שיקן ווייטער פאר וועם ער קען נאר, כדי דאס זאל האבן א הילכיגע ווידערקלאנג אין גאס.

מיר ווילן באזונדער קלאר מאכן, אז וויבאלד דאס איז נישט קיין ריזן אויסגאבע ווי 'פה סח', 'פרי עט הדר', און דאס גלייכן, האבן מיר ספעציעל אויסגעשטעלט די סייז גרויסקייט דערפון אז ס'זאל ווערן ארויסגע'פרינט'עט ווי א ביכל [booklet], און נישט אויפן רעגולערן אופן וואס וועט נישט אויסזען גוט (אין קומענדיגן תגובה וועט איר טרעפן דעטאלירטע הדרכה וויאזוי ארויסצופרינטן דעם בוקלעט).


ליינט און האט הנאה!


ווי עס וואונטשט,
אייער פריינט - שש משזר
מיטוואך יולי 06, 2016 7:40 pm#340672
אנווייזונג וויאזוי ארויסצו'פרינטן דעם זשורנאל אלס 'ביכל'/BOOKLET [געשריבן אין ענגליש, צוליב די פילע ענגלישע טערמינען]:

Under Page Sizing & Handling, choose Booklet
Select Auto-Rotate Pages to automatically rotate each page, if you don't have an auto rotate printer, folow the instruction on screen
IMPORTANT: make sure binding is set to RIGHT


ליינט דא מער דעטאלירט, מיט בילדער.
מיטוואך יולי 06, 2016 8:23 pm#340685
ראובנס ארטיקל איז אטעם פארכאפנד און לולא דמסתיפנא וואלט איך געזאגט פון היסטארישן ווערד
מיטוואך יולי 06, 2016 8:49 pm#340693
נאכנישט אויף די בענער?
מיטוואך יולי 06, 2016 9:15 pm#340698
זייער שיין, וועלן מיר עס פרינטן און ליינען

יישר כח ATUB @שש משזר ATUB יישר כח ATUB @פיקאסא ATUB
מיטוואך יולי 06, 2016 9:18 pm#340701
א איד האט געשריבן:זייער שיין, וועלן מיר עס פרינטן און ליינען

יישר כח @שש משזר יישר כח @פיקאסא
מיטוואך יולי 06, 2016 9:22 pm#340702
פון דער דעקל אליין קוקט אויס אז סאיז גוטע סחורה, און דאס איז נאך פארן זען די ארטיקלען אליין,
ישר כח פאר די איבערמידלכע עסקנים וואס האבען זיך אריינגלייגט אין די הויפן ארבעט שלא על מנת לקבל
מיטוואך יולי 06, 2016 9:44 pm#340706
גענוג מיט די ק"ש תוכן קאמפלעינטס. ק"ש ראקט ווי קיינמאל ביפאר. אונזערע לייבן, בראש החכם הגאון ATUB @שש משזר ATUB שליט"א האבן באוויזן וואס קיין שום אנדערע אידישע פארום האט באוויזן, א פראפשענאלער חודש'ליכער מאגאזין פון גאר אן אנדערע קאליבער ווי די אנדערע וואס ווארטן ביי אייערע גראסרי'ס טויער.

כ'ווייס אז די הנהלה שעמט זיך צו בעטן אפן גראב פאר געלט שטיצע, אבער אויב ווילט איר ס'זאל ווייטער אנגיין, שטיצט מיט'ן עס קויפן פון עמעזאן אדער פשוט א נדבה.
מיטוואך יולי 06, 2016 9:57 pm#340710
מ'דארף ערגעץ צולייגן אן אפשען פון donate.
מיטוואך יולי 06, 2016 10:35 pm#340717
רבותי, כ'האב אביסל מיטגעהאלטן וואס טוט זיך הינטער די קוליסן. עס לאזט זיך נישט זאגן וואספארא ארבעט שש און פיקאסא לייגן דא אריין. אזא פראכטפולער זשורנאל יופי בהדרו געשעט נישט פון זיך אליין.

א ריזיגן דאנק!
מיטוואך יולי 06, 2016 10:41 pm#340718
דארט הינטער די קוליסן איז געזעצן ATUB @אבטולמוס ATUB און געארבייט שעות און טעג אהערצושטעלן די קרוין ארטיקל פון די חודש תמוז "דער וועקער". עס דערקענט זיך די שווערע הארעוואניע און טאלאנט. ראובן, יו ראק מיי פרענד!
מיטוואך יולי 06, 2016 10:43 pm#340719
איך פלעזש 50$. (פעגער נישט יעצט יעדע חודש...)
דאנערשטאג יולי 07, 2016 5:55 am#340761
אונז זענן זייער העפי מיט דעם א גרויסע שכויעח פאר חלק א
דאנערשטאג יולי 07, 2016 7:36 am#340770
רבותי, נאך אסאך מוטשעניש, האט מען באוויזען ארויפצולייגען דער וועקער 2 צו קויפען אויפען אינטערנעט.
מ'קען עס קויפען דא, און פאר דער וואס האט עמעזאן פריים, קען מען עס קויפען דא מיט אומזיסטע שיפינג. ביזדערווייל איז עס נאר קאליר, שווארץ און ווייס פאר ביליגער קומט שפעטער.
דאנערשטאג יולי 07, 2016 8:02 am#340773
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 2
א גרויסן יישר כוח אלע שרייבערס, העלפערס און פאר די רעדאדציע פארן ארויסגעבען אזא נאבעלע זשורנאל! באמת א שטאלץ פאר אונז אלע.

ברכה מיוחדת לידידנו @שש משזר פארן מסדר זיין די גאנצע זאך און אחרון אחרון חביב פארן גרעפיקער @פיקאסא פאר די הערליכע גרעפיקס שלא ע"מ לקבל פרס.
יהא חלקך ממזכי הרבים.

איך פלעדזש בלי נדר $25, אבער נישט נאר יעצט נאר פאר יעדער חודש ווען עס וועט ערשיינען לעתיד.
איך גלייב אז אהן שמירן מיט געלד וועט דאס זיך נישט האלטן צו לאנג. וממנו יראו וכן יעשו.

און א באזונדער דאנק פאר @ליטוואק פון בודאפעסט וואס האט דאס מסדר געווען צו קויפן אנליין. תודה רבה.
דאנערשטאג יולי 07, 2016 8:35 am#340776
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:רבותי, נאך אסאך מוטשעניש, האט מען באוויזען ארויפצולייגען דער וועקער 2 צו קויפען אויפען אינטערנעט.
מ'קען עס קויפען דא, און פאר דער וואס האט עמעזאן פריים, קען מען עס קויפען דא מיט אומזיסטע שיפינג. ביזדערווייל איז עס נאר קאליר, שווארץ און ווייס פאר ביליגער קומט שפעטער.

א גרויסן ישר כח. געקויפט מיט עמעזאן פריים
דאנערשטאג יולי 07, 2016 9:18 am#340781
קען מען ביטע אויך לייגן דאס מאל אויף גוגל דרייוו? א גרויסן דאנק!
דאנערשטאג יולי 07, 2016 10:23 am#340791
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 2
א פראכט פון א מאגאזין! לא נמצא כבושם הזה.
איך בין זיך מצטרף צו אלע שבחים און ברכות וואס וואס ווערן דא געזאגט.

צװײ פּונקטן:
א. דער צוגעזאגטער ארטיקל פונעם 'נישט' ק״ש שרייבער, איז נעלם געווארן .
ב. ס'האט געפעלט די שטיקל פאעזיע. בזמנינו ווערט עס נישט ריכטיג אויסגעדרוקט, נאר ביי אונז אין שטיבל. און מען דארף עס שעצן.

פאריגע מאל האט מען ארויפגעשטעלט די אַרטיקלען אויפ'ן שטיבל, שפעטליך און א יעדעס פאר זיך. מסתמא מיט די כוונה צו געבן פאר איטליכן די פארדינטע כבוד. ווי ס'האט זיך ארויסגעוויזן, איז איינמאל ס'איז אראפ פון די העדליינס, האט דער עולם זיך נישט נאכאמאל פאראינטערעסירט.
ס'וואלט כדאי געווען, אז מ'זאל עס דאס מאל ארויפלייגן ווי פריער, און טאקע אלע אויף אמאל. האפנטליך, בשעת חימום, וועט דער עולם רעאגירן ווי ס'דארף צו זיין.
דאנערשטאג יולי 07, 2016 10:26 am#340792
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 2
שש האט געזאגט אז אפאר וועלן אריינגיין אינעם נעקסטן נומער

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 07, 2016 10:36 am#340795
איך מוז זיך באדאנקען פאר די ארויסגעבער און שרייבער פונעם וועקער, איך האב באמת הנאה געהאט דערפון, כ'האב מיר עס ארויסגעפרינטעוועט אויף יו"ט און כ'האב געהאט וואס צו טוהן אין ביהכ"ס במשך די לאנגע דאווענענס אין די דריי טעג יו"ט

טענקס א ביליאן!!!
דאנערשטאג יולי 07, 2016 11:07 am#340799
יאפ... געמיינט האב איך אז די "וועקער" וועט זיך האלטן פונקט א חודש, אבער מ'האלט שוין ביי די צווייטע וועקער ב"ה!

איך וויל דא באדאנקען ברבים ידיד נפשי החכם השלם ATUB @שש משזר ATUB וואס נאר איך ווייס וויפיל שעות ער לייגט אריין אין "דער וועקער" אז ס'זאל זיין ראוי לעלות על שולחן מלכים, בנוסף צו זיין חריפות ושכל הישר האט א גאר א שארפע אויג צו כאפן אלע טעותים וואס מאכט זיך כסדר, אהן איהם וואלט געווען בושות. וזאת למודעי אז ער האט געהאט מער הגהות פון וויפיל צייט איך האב געהאט צו פיקסן, דערפאר איז נאך דא היבש קליינע טעותים'לעך דא און דארט, ואין הסרחון תלוי אלא בי.

א באזונדער הערצליכן דאנק פאר ידידי עוז ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB וואס האט באמת שווער געארבעט אויף די טעכנישע חלק פון פרינטינג אנליין, און נישט אויפגעגעבן ביז ס'איז געווארן מעגליך. כ'האף טאקע אז דער עולם וועט עס קויפן אין גרויסן, כ'בין זיכער אז מ'וועט מער הנאה האבן פון ליינען א שיינם זשורנאל אויסגעשטרעקט אויפן בעט ווי איידער אדורך פליקען אויפן סקרין.

א דאנק פאר ATUB @שלום שטיסל ATUB פאר זיין הילף ווי אימער.
א דאנק פאר ATUB @אבטולמוס ATUB פאר די מעכטיגע ארטיקל , דאס האט געהויבן די פרעסטידזש פון " דער וועקער" צו א נייע לעוועל, דאס איז א קידוש ה'..

און אוודאי א ריזיגן דאנק פאר אלע געלונגענע שריייבערס ATUB @רימון ATUB , ATUB @געוואלדיג ATUB , ATUB @דער געוואגטער יונגעל ATUB , ATUB @העניך ATUB , ATUB @שטילע יונגערמאן ATUB , ATUB @קאווע טרינקער ATUB , ATUB @יואב ATUB , ATUB @יידל ATUB און ATUB @יאיר ATUB וואס נאר אדאנק זיי האבן מיר מיט וואס צוצוגיין צום טיש. ובפרט איז ראוי ארויסצוברענגען לשבח אז אין וועקער #2 איז די מדור "חדשות אני מגיד" גאנצע 42 בלעטער לעומת 20 בלעטער אין וועקער #1.

און א דאנק פאר אלע וואס ווילן שטיצן די פראדזשעקט מיט געלד. איך פארלאנג נישט פון קיינעם קיין געלד. אבער ס'זיכער אז ס'געבט א שטופ צו גיין ווייטער מיט די עבודת הקודש. איך ארבעט נארמאל אויף א 3 דיגיט נומבער פער שעה און כ'האב אריין געלייגט גאר אסאך שעות אין דער וועקער ממילא זאג איך נישט אפ פאר ווער עס וויל זיך משתתף זיין. דא האט איר א לינק גראד צו מיין פעיפאל אקאונט ווי איהר קענט זיך אנרופן ווארעם. (מאכט זיכער צו סעלעקטן USD) אית דפרע בגופא ואית דפרע בממונא..

ידידכם עוז
פיקאסא
דאנערשטאג יולי 07, 2016 11:08 am#340800
.
דאנערשטאג יולי 07, 2016 11:25 am#340802
א הארציגן דאנק פאר'ן פארעפנטליכן מיינע ווערטער און מיינונג איבער דער שומרים ארגאניזאציע וואס איז געשריבן געווארן מיט פולע שעצונג פאר די וואס ווידמען זייער צייט און כח פאר'ן רבים.
ראובנ'ס ארטיקל האט מיך איבערגעלאזט שפראכלאז. די ערנסטקייט, ריינקייט און הויפטזעכליך די טיפע יראת שמים, פרעצעדענטלאזע טוהר הנפש און אמת'דיגקייט פון דעם פראפעסארס ווערטער בארירן מיין נשמה. עס איז ביי מיר נישט קיין ספק אז אזא ארטיקל איז א געוואלדיגער זיכוי הרבים און ווען משיח וועט קומען וועט ער אן צווייפל טייטלען מיט די פינגער, ראובן בני, דו האסט דערהאלטן אידישע קינדער צו דער אמונה טהורה באחרית הימים.
דאנערשטאג יולי 07, 2016 11:33 am#340803
בן אדם האט געשריבן:מ'דארף ערגעץ צולייגן אן אפשען פון donate.


מ'ארבעט אויף א וועבזייטל
דארט וועט אי"ה זיין אזא אפציע אויך.
דאנערשטאג יולי 07, 2016 11:42 am#340804
א ענגלישע גרעפיקער.
וועקער שלעפט צאם אידן איבערן גאנץ וועלט.
קליין וועלטעל
דאנערשטאג יולי 07, 2016 11:51 am#340806
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 2
עס זעהט זיך שוין אהן אויפן האריזאנט די אנהויב פון א ריזן אינהאלטסרייכע מאגאזין וואס נעמט איבער דאס אידיש רעדנדע מארקעט אויף א פארנעם וואס איז נאכנישט געזעהן געווארן בעפאר.

די אריגינעלקייט און אפענקייט פון די סמעטענע מחכמי דוברי אידיש הייבט אן פליסן כמעין המתגבר בבחינת חכמות האחרונות משכחות את הראשונות.

די עיקר מעלה דא איז אז די זאך ווערט געפירט דורך באזעסענע חכמים וואס זענען נישט געבינדן דורך קיין מצמצמים און מיט דעם כח קענען זיי ארויסגעבן הערליכע סחורה אויף אן ענדלאזע פארנעם.

נאך א מעלה וואס איז ראוי לשבח איז, אז מ'ברויך לאו דווקא זיין א געלאנגענע שרייבער צו קענען צוגעבן צום מאגאזין, טאמער איז דא חכמה און ס'איז געשריבן כאטש אויף צו פארשטיין די פונקטן גוט וועט עס ווערן איבערגעארבעט אויף א פראפעציענאלן אופן שיהא ראוי לשולחן מלכים. (דוכט זיך אז אזאנס איז נישט דא אין די אידיש רעדנדע מארקעט).

עס טאר נישט חלילה פארגעסן ווערן די איבערמידליכע כוחות פון פיקאסא וואס ווערט דא אריינגעלייגט, סיי מיטן גרינדן דעם עצם מאגאזין, און בעיקר די ארבעט וואס ער לייגט אריין אינעם דעזיינען דעם מאגאזין מרישא ועד גמירא, גלייבט מיר, ס'איז שווערע ארבעט אויף שווערע שעות מיטן גאנצן ריכוז (כ'קען אביסל דעם ליין).

ראובן'ס ארטיקל איז געווען די 'ראקעט' וואס האט ארויפגעשאסן דעם מאגאזין צו די הויכע ספערן!
אזוי תוכנדיג פון א שרייבעריש שטאנדפונקט! אזוי תוכנדיג פון א אידישע שטאנדפונקט! אזוי גוט ארויסגעברענגט די הויכקייט פון אונזער גלויבן אז דאס איז למעלה מן השכל החקרי, עס איז אן עקספיריענס וואס די וואס מאכן זייער באשלוס עס צו פארזוכן פיהלן עס מיטן רמ"ח ושס"ה, דהיינו אפילו א געבוירענער פרומער ברויך נאך אויך 'בוחר' זיין אין זיין אידישקייט.
ווי אויך הערליך צענימען די געדאנק אז תורה איז נצחיות און א וועגווייזער פאר א איד, און קלעשט נישט מיט וויסנשאפט וואס איז א וועג וואס מיר פון א פיזישע שטאנדפונקט קוקן אן די זאך אלס א מאדעל וואס איז נישט נצחיות און איז זיך משתנה מזמן לזמן.
דאנערשטאג יולי 07, 2016 12:29 pm#340807
פאר ווער עס וויל ארויסדרוקן דעם זשורנאל "דער וועקער",
מיט א העכערע רעזאלוציע [ארום 40 מ"ב], וואס מאכט עס פיל קלארער:


אויף גוגל דרייוו.



***

דא האט איר דעם זעלבן הויכן רעזאלוציע, מיט bleed marks, וואס איז געמאכט גלייך צו שיקן צום פרינטער עס ארויסצופרינטן. די מעלה דערפון איז, אז עס קומט ארויס די פונקטליכע ריכטיגע סייז [אנדערש ווי פאריגעס מאל]:


אויף גוגל דרייוו.
דאנערשטאג יולי 07, 2016 1:04 pm#340818
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 2
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:רבותי, נאך אסאך מוטשעניש, האט מען באוויזען ארויפצולייגען דער וועקער 2 צו קויפען אויפען אינטערנעט.
מ'קען עס קויפען דא, און פאר דער וואס האט עמעזאן פריים, קען מען עס קויפען דא מיט אומזיסטע שיפינג. ביזדערווייל איז עס נאר קאליר, שווארץ און ווייס פאר ביליגער קומט שפעטער.

נאכאמל א גרויסן דאנק @ליטוואק פון בודאפעסט. גלייב מיר צו נישט כ'האב עס כמעט נאך נישט געליינט. איך האב עס יעצט געקויפט און מ'גיימער עס אי"ה ליינען איבער שבת.
דאנערשטאג יולי 07, 2016 1:34 pm#340821
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 2
בילד
דאנערשטאג יולי 07, 2016 1:59 pm#340825
קודם זייער שיין פון דיר צו דרוקען 2 ביכלעך איינס פאר דיר און איינס פאר דיין חבר..
אבער פארוואס בלעק און ווייט?..
והשנית פארוואס האסטע געפרינט מיט די מארקס? דאס איז נאר געמאכט פאר א פראפעשענעל פרינטער, חוץ אויב די קלערסט צו שניידן די פאפיר מיט א קאך מעסער.
הצלחה.
דאנערשטאג יולי 07, 2016 2:04 pm#340826
איך האב נישט קיין קאליר פרינטער!
און די ליינס האב איך נישט געכאפט אז עס איז דא נעקסט טיים וועל אראפ נעמען
דאנערשטאג יולי 07, 2016 3:31 pm#340838
הערליך שיין, טובים השנים מן האחד.

נאכן ליינען אזאנע שיינע ארטיקלעך, גלוסט מיר צו שרייבן א גוטס פאר די נעקסטע מאגאזין.

שכוח שש, פיקאסא, און די שרייבער (ראובן, את עלית על כולנה(!
דאנערשטאג יולי 07, 2016 4:42 pm#340848
ATUB @פיקאסא ATUB קארעקט מי איפ איים ראנג.
אבער די עטעטשט בילד איז לכאורה נישט קיין טעות.
אין ענגלאנד דאכציך שרייבט מען color מיט א U, כמו colour.
אין דאהי שרייבט מען color.
ממיז אנזעצן אז דאס האט ATUB @שש משזר ATUB געשריבען, אין דאס פיקאסא.
דאנערשטאג יולי 07, 2016 4:46 pm#340849
ריכטיג...
מ'האט זיך ארומגערוסן ווי אזוי צו שרייבן. צום סוף איז געבליבן א פשרה...

אפשר ווערסטו מיר א מגיה נעקסט טיים?..
דאנערשטאג יולי 07, 2016 4:51 pm#340851
פיקאסא האט געשריבן:ריכטיג...
מ'האט זיך ארומגערוסן ווי אזוי צו שרייבן. צום סוף איז געבליבן א פשרה...

אפשר ווערסטו מיר א מגיה נעקסט טיים?..

Lol, איך מגיה זיין, כקען נישט שרייבען צוויי שורות אן אכצן טעותים.
אזוי ווי איינער האט מיר געאישיט פריער ״דיינע ארטיקלעך איז א בחינה פון נח מיט זיבן גרייזן.
דאנערשטאג יולי 07, 2016 4:53 pm#340852
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 2
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:
פיקאסא האט געשריבן:ריכטיג...
מ'האט זיך ארומגערוסן ווי אזוי צו שרייבן. צום סוף איז געבליבן א פשרה...

אפשר ווערסטו מיר א מגיה נעקסט טיים?..

Lol, איך מגיה זיין, כקען נישט שרייבען צוויי שורות אן אכצן טעותים.
אזוי ווי איינער האט מיר געאישיט פריער ״דיינע ארטיקלעך איז א בחינה פון נח מיט זיבן גרייזן.

הה"ד "אין אדם רואה נגעי עצמו"..
דאנערשטאג יולי 07, 2016 7:43 pm#340891
ווילאנג שטילקעלע ווייסט נישט דעם חילוק צווישן אין/און קען ער קיין גרויסער מגיה ניקס זיין.
דאנערשטאג יולי 07, 2016 11:35 pm#340976
די וועלט שטייט נאכאלץ שאקירט.

ענדליך האט זיך עפעס פארמירט.

רבנים ועסקנים זענען שוין אינטרעסירט.

וואס איז דא יעצט פלוצלינג עפעס געשעהן.

ווי לאנג האבן מיר דאס שוין פארזעהן.

עטליכע שרייבער אויפגעהויבן דאס פלאץ פון 1 ביז צען.

קיינער האט דאס נאכנישט גענומען.

ערנסט אויף דעם לעוועל אנצוקומען.

רייכע גוטע סחורה, אויף סוקסעס דאס איז א סימן.

חברינו ATUB @שש משזר ATUB , ATUB @פיקאסא ATUB , ATUB @ראובן ATUB היקרים.

לאורך ימים ושנים ליהנות בני אדם תהיו זוכים.

קאווע שטיבל גאה בכם חברים החשובים.

בעזרת ה' תלכו לחלק ג' וכו', לעד ולנצח נצחים.


הכו"ח בכבוד ובהוקרה
א איד
פרייטאג יולי 08, 2016 12:37 am#341001
שש משזר: איך וויל דא אויס דרוקן א הארציגןן יישר כח פאר דיר אלס ראש החבורה און אויך פאר אלע עוזרים ומסייעים וועלכע האבן אהערגעשטעלט אזא שיינע, ציענדע און אויג-פארכאפנדיגע אויסגאבע. איך טו זייער שטארק שעצן און אויך אפשאצן (ביידע מיינונגען פון ...אני מעריך את העבודה שלכם....). אין די פארגאנגענע2 אויסגאבעס האב איך מיך ליידער נישט געקענט משתתף זיין. וואס איך האף משלים צו זיין אי"ה אין די קומענדיגע אויסגאבע, #3.
נאכאמאל. א גרויסן יישר כח מעומקא דליבא. כה לחי.כה יתן ה' וכה יוסיף...!
פרייטאג יולי 08, 2016 12:48 am#341007
שטילע אינגערמאן: אין קענעדע און מסתמא אין אויסטראליע שרייבט מען אויך אזוי די ווארט "קאלאור". מלא. און ביי אונז איז עס חסר... און נאך א סאך אנדערע ווערטער. כ'דערמאן מיך אן אינטרעסאנטן עפיזאד. איך האב אמאל געהאט א באס רבי וועלכער איז געקומען פון מאנטשעסטער, ענגלאנד. אין מיט'ן דרייוון זאגט ער צו מיר..."האאט"...כ'זאלל אזוי וויסן פון צרות ווי כ'האב געוויסט וואס דאס ווארט מיינט. זאג איך צו איהם...או.קעי. ווען ער זאגט מיר שוין מיט א העכערן און שטרענגערן טאן...האאאט. ביז ער האט מיר געוויזן וואס האאאט מיינט. ר'האט געפיפן מיט די הארן. שפעטער זאגט ער צו מיר. קוק ס'דא דארט א..."לאררי". זאגט ער צו מיר (כמעט אין פאניק). קוק, א לאררררי...זאג איך צו איהם. איך זעה נישט קיין לארררי...האט ער מיר געפרעגט...וויאזוי וועסטו אריבערפאהרן אויב ס'דארט דא א לארררי. האביך ערשט געכאפט וואס ער מיינט צו זאגן... :lol:
פרייטאג יולי 08, 2016 1:00 am#341010
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך פלעזש 50$. (פעגער נישט יעצט יעדע חודש...)

רויטע וואנצעס. מיר האבן נישט פארזעהן דעם דעצימאלן פינטל... :lol:
א גרויסן ייש"כ. אמאל וואלט איך געזאגט אז מ'קען מיט דיין דאנעישן קויפן א באנאנע מיט א פעקל טוילעט פאפיר. אבער היינטיגע צייטן קענמען דאס אויכעט נישט... :lol: 8-)
פרייטאג יולי 08, 2016 1:02 am#341011
רבותי: איך מוז טשעקן מיין באלאנס פון..."לייקס"... כ'האב מורא אז איך וועלל נאך צום סוף זיין אווערדראון. אבער א יעדע תגובה אין דעם אשכול איז מתוק מדבש...!
פרייטאג יולי 08, 2016 1:08 am#341012
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך פלעזש 50$. (פעגער נישט יעצט יעדע חודש...)

רויטע וואנצעס: לאמיר זעהן אויב איך לערן ריכטיג פשט. דו גייסט בלי"נ פלעדזשן א יעדן חודש .50$ נאר אויב דו וועסט עס מקיים זיין איז שוין א שאלה. דאס דערמאנט מיך א ווארט פון א קלוגן איד...יצחק שמיר. דער געוועזענער און פארשטארבענער פרעמיער פון מדינת ישראל. פאר די בחירות הטמאות... :lol: האט ער פאר די אגודה צוגעזאגט גאלדענע בערג. שפעטער, ווען ר'איז שוין געווארן פריים מיניסטער און פארשטייצעך אז ר'האט מקיים געוון וישכחהו. זענען געקומען צו איהם די פיהרערס פון די אגודה טענה'ן אז ער האט צוגעזאגט...האט ער זיי געענטפערט...הבטחתי. אבל לא הבטחתי לקיים...!... :lol:
פרייטאג יולי 08, 2016 1:13 am#341014
פישי האט געשריבן:איך מוז זיך באדאנקען פאר די ארויסגעבער און שרייבער פונעם וועקער, איך האב באמת הנאה געהאט דערפון, כ'האב מיר עס ארויסגעפרינטעוועט אויף יו"ט און כ'האב געהאט וואס צו טוהן אין ביהכ"ס במשך די לאנגע דאווענענס אין די דריי טעג יו"ט

טענקס א ביליאן!!!

סאו. נעקסט טיים איך זעה אז דיין פלאץ איז ליידיג אינמיטן יוצר אדער קריאת התורה, ווייס איך וואו דיך צו גיין זוכן... :lol:
פרייטאג יולי 08, 2016 9:45 am#341042
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 2
berlbalaguleh האט געשריבן: האביך ערשט געכאפט וואס ער מיינט צו זאגן... :lol:


איך האב נאך אלס נישט געכאפט אפשר ביסטו מפרש די צוויי ווערטער "האאט" "לאררי"
פרייטאג יולי 08, 2016 10:09 am#341048
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 2
לארר"י מיינט א טראק truck

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
פרייטאג יולי 08, 2016 1:54 pm#341095
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 2
און האאט?
פרייטאג יולי 08, 2016 2:46 pm#341096
גר ותושב האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן: האביך ערשט געכאפט וואס ער מיינט צו זאגן... :lol:


איך האב נאך אלס נישט געכאפט אפשר ביסטו מפרש די צוויי ווערטער "האאט" "לאררי"

גר ותושב: דו ביסט אפשר אן אונגערישער... :lol: ? או.קעי. אין ענגלאנד רופט מען א סאך זאכן וואס איז ביי אונז זייער פשוט מיט אנדערע נעמען און טערמס.
פאר א טראק זאגן זיי..."לאררי"...און צו זאגן..."האנק דע הארן"...זאגן זיי..."האאט"...און נאך צענדליגער אנדערע ווערטער וואס איינער וועלכער וואוינט אין אמעריקע וועט זיך נישט פארשטיין מיט אן ענגלישן בירגער...למשל, ווען אן ענגלישער וועט זאגן אז ער האט א ...,"פלעט"... מיט גרויס שמחה וועט איהם דער אמעריקאנער אנקוקן מיט שטוינונג. לשמחה מה זו עושה...?! ווייל אין ענגלאנד דאס ווארט ..."פלעט"... מיינט א דירה. אן אפארטמענט. לעומת ווען ער/זי וועט זאגן אז ער איז געקומען שפעט ..."ווייל ר'האט געהאט א..."פאנטשער" וועט דער אמעריקאנער נישט וויסן וואס ער רעדט...

Flat = apartment.
Lorry = truck.
Hoot = honk.
Cupboard= kitchen closet/food pantry.
Puncture (Pronounced Paancher) = Flat tire.
זונטאג יולי 10, 2016 9:01 pm#341301
כ'מעג אויסדריקן מיין אנטריסטונג ברבים?

זייער א שוואכע ריספאנס צום צווייטן מאל וואס דער זשורנאל איז ערשינען. כ'האב עקספעקטעד אז ס'וועלן זיין מער מענטשן וואס וועלן דא דאונלאודן, לייקן, אויסדריקן א דאנק, זאגן הערות והארות, אנאליזן איבער די ערשינענע ארטיקלן, א.א.וו.

למעשה איז די ריספאנס זייער שוואך, און עס אנטמוטיגט מיר אביסל אנצוגיין מיטן שווערן ארבעט פון ארויסגעבן א חודש'ליכע זשורנאל.
זונטאג יולי 10, 2016 9:37 pm#341305
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 2
עס קומט זיך גאר א גרויסע דאנק פאר שש און פיקאסא און אלע אנדערע וואס לייגען אריין גאר שטארקע כוחות ביז עס קומט צו ארויסצוגעבן אזא דבר השלם
איך שעם מיך טאקע אז איך האב געדארפט האבען א דערמאנונג צו ארויסברענגען מיין טיפע דאנק
בכלל לדעתי איז דער יעצטיגע גליון פילפאכיג שטערקער ווי דער ערשטער בעיקר צוליעב דעם רייכען אינטערוויו מיט ענגלאנד פון וואס איך האב גאר שטארק הנאה געהאט
און פאר שש וויל איך ארויסברענגען הגם איך טוה נישט אוועקמאכען דיין אנטריסונג איז אבער אסאך מאל די מציאות אז פאר שוואכע סחורה איז דא א גרויסע ווינט און אנערקענונג אבער פאר גוטע סחורה קומט עס נישט אזוי שנעל אבער די אפעקט גרייכט פיהל גרעסער און טיפער
והעיקר תחזקנה ידיכם להמשיך בעכודת הקודש לתפארת בית ישראל