Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » משלי שש - פרק ב'

משלי שש - פרק ב'

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 32 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #10714
מאנטאג יולי 11, 2016 12:11 am#341336
משלי שש - פרק ב'
משלי שש.

פרק א': דאס מענטשליכע זעהל.

פרק ב': הבריאה/עבר הווה ועתיד.


א. טראכט נישט וואס וועט זיין מארגן, דו האסט נעכטן שוין געטראכט איבערן היינט; וויפיל דערפון איז געווארן?
ב. די פראזע "היסטאריע וועט משפט'ן", איז אפגעפרעגט פון א היסטארישן פרעספעקטיוו.
ג. גלאבאלע אנווארעמונג סקעפטיקער פינף טויזנט יאר צוריק, האבן געלאכט פון אברהם'ס מאנאטאאיסטישע טעאריע.
ד. א קאמפליצירטע פראגע איז א פראגע פון צייט.
ה. די טעאריע פון עוואלוציע, ערקלערט סיי די בריאה און סיי אירע סקעפטיקער.
ו. דער אי-סדר פונעם בריאה, איז די מערסט מסודר'דיגע זאך דערפון.
ז. די דעפיניציע פון גאט קען נאר א גאט ערקלערן.
ח. טראכט נישט וואס וועט זיין מארגן, דו קענסט נאכנישט אויסרעכענען פינף מינוט ארום.
ט. "די היינטיגע יונגווארג" - איז א טרעידמארק פון אדם הראשון, נאכן געשלעג צווישן קין און הבל.
י. די טעאריע פון עוואלוציע, גייט כסדר אריבער אן עוואלוציאנערישן פראצעדור.
יא. דער געמישעכץ פון שעדליכע גאזן, געבט אונז א זון; און בעצם – לעבן.
יב. די שיינקייט פון א וואסער-פאל, איז די פאראייניגונג פון טויזנטער טראפלעך וואסאר.
יג. די לענגסטע שטיקל אנארכיע שטייט אין ספר קהלת.
יד. ווען רשב"ג האט געזאגט 'מה רבו מעשיך השם' אויף א שיינע גוי'טע, האבן געוויסע געזאגט "רבינו סר מן הדרך".
טו. ווען רב כהנא וואלט זיך היינט געלייגט אונטער זיין רבי'נס בעט, וואלט ער דארט געבליבן אין אייביגן רוה.
טז. ווילסט וויסן דיין עתיד? קוק אינעם עבר; אלס ראיה - באטראכט דיין הווה.
יז. אונטער שיינע גראז, איז דא ברוינע ערד; און דאס זעלבע פארקערט.
יח. דער חילוק צווישן לעבן און טויט, איז אינעם פראקטיוויטעט פונעם מענטש.
יט. פארשטאנד איז זייער באגרעניצט, און דאס זעלבסט גרעניצט מיט פארשטאנד.
כ. א בליץ באלייכט א מענטש, און א בליץ פארברענט א מענטש; ווענדט זיך וואו דער מענטש שטייט.
כא. וויפיל מער א קערל ווערט אריינגעקוועטשט אינעם ערד, אלץ גרעסער די שאנסן א ביימעלע זאל וואקסן.
כב. אמר החכם: "נישט יעדע זאך וואס מ'טראכט דארף מען שרייבן, נישט יעדע זאך וואס מ'שרייבט דארף מען דריקן, נישט יעדע זאך וואס מ'דריקט דארף מען זאגן". און איך פרעג: אונטער וועלכע קאטעגאריע גייט אריין אט די מימרא?
כג. פרוביר נישט אויפצוקלערן דעם מאלפע, וואס איז גענוג צופרידן מיט זיין באנאנע.
כד. ווען דו שפירסט אז דו ווילסט אנטלויפן פון דיר אליינס, זאלסטו וויסן אז דו האסט זיך געטראפן.
מאנטאג יולי 11, 2016 12:19 am#341337
Re: משלי שש - פרק ב'
כמעין המתגבר כארי לעמוד על המשמר המתחלף!
מאנטאג יולי 11, 2016 12:21 am#341338
עמוק עמוק...!

אגב, איז נישט כ"ב מיט כ"ג זיך אביסל סותר?
מאנטאג יולי 11, 2016 12:23 am#341339
שש משזר: הערליך און ערליך. כ'האב נאר 2 קליינע הערות: אויף יד...א שאלה דארף מען מאכן א ברכה אויף א יעדע איינציגסטע עקסטער אדער אויף אלע איין ברכה...(מ'קען אנקומען שנעלער צו מאה ברכות... :lol: )
טו: היינט וואלט מען שוין גערופן נחום און ער וואלט איהם ארויפגעלייגט אויף זיין בלאג. מיט פיקטשערס... :roll:
מאנטאג יולי 11, 2016 12:25 am#341340
בן אדם האט געשריבן:עמוק עמוק...!
אגב, איז נישט כ"ב מיט כ"ג זיך אביסל סותר?

ניין. כ"ג למשל, רעדט אפילו פון עפעס וואס דארף געזאגט ווערן לכו"ע, אז דאס דארף נישט געזאגט ווערן 'צו' א יעדן איינעם.


בערל, הצחקתני...
מאנטאג יולי 11, 2016 1:40 am#341348
כד: מה פתאום?
מאנטאג יולי 11, 2016 2:21 am#341349
zurich האט געשריבן:כד: מה פתאום?

צו מסביר'ן א פסוק, איז ווי מסביר זיין א ווערטל. מ"מ אפרש בקצרה, דער וואס וויל אנטלויפן פון זיך, האלט שוין אויף א וועג אין געפונען זיין וועזן, און דערפאר וויל ער אנטלויפן פון זיך.
מאנטאג יולי 11, 2016 10:25 am#341382
טז איז גאר שטארק.
מאנטאג יולי 11, 2016 11:18 am#341391
נפיחה משלי...

א פערד איז דער וואס מ'שלאגט אים און ער טוט צוליב.
א חיה איז דער וואס בייסט ווען מ'טוט אים צוליב.
די שנעלקייט פונעם מח איז תלוי אינעם מח זעלבסט.
ווען עפעס טרייבט איז צייט צו גיין מיט מתינות.
די תירוץ איז משיעבוד צום זריז, דער עצל איז משיעבוד צום תירוץ.
אמאל איז דעם עגאאיסט'ס עגא צופיל ווערד אין זיינע אויגן עס צו אנטפלעקן.
מיט פארמאכטע אויגן קען מען זעהן אסאך מער.
אמאל איז די גרעסטע קונץ נישט צו ווייזן קונצן.
די טיעפקייט קען אויך ליגן אויפן אויבערפלאך.
צייט איז וואס מאכט דאס לעבן ווערד צו לעבן.
תקוה קען גענוצט ווערן צום גוטן און צום שלעכטן.
א שמייכל היילט אלע וואונדן.
דער פעסימיסט כאפט נישט אז 'זיין' אויג איז פארשמירט.
די פחד פונעם אייגן אנוועזנהייט איז די תירוץ פאר אלע שגעון.
ווען דאס קיש פארן קינד שטעלט שוין נישט אפ דאס וויינען, איז דאס זיין ערשטע שטאפל פון זיין אויפגעקלערטקייט.
אויפגעקלערטקייט איז רעלאטיוו צום פארמאכטקייט.
דיין שמחה און דיין עצבות ברענגן ארויס דיין גאנצע מהות.
האפענונג איז א דראג, עס ווירקט נאר אויף צייטווייליג.
א נאר איז דער וואס ברויך פרעגן וואס צו פרעגן.
א חכם ניצט זיין הארץ צו באגליקן זיין מח, א נאר ניצט זיין מח צו באגליקן זיין הארץ.
פארן חכם איז אלס ליכטיג, פארן כסיל איז אלס טונקל.
דער משל פונעם משל איז נישט אלעמאל די נמשל.
גראב נישט אין וואסער, שווים נישט אין ערד.
ווען דו טרעפסט עפעס גוט, זוך מער.
דיין אנוועזנהייט איז אינטערסאנט ווען דו טראכסט נישט דערוועגן.
דער זייגער וועט אלעמאל זיגן.
ווען דו ביסט בעצבות זיי פרייליך אז דו קענסט דאס נאך זיין.
מאנטאג יולי 11, 2016 5:31 pm#341447
שש, אויסערגעווענליך. יעדע שורה איז א שטיק מוסר!

שש משזר האט געשריבן:א. טראכט נישט וואס וועט זיין מארגן, דו האסט נעכטן שוין געטראכט איבערן היינט; וויפיל דערפון איז געווארן?
ח. טראכט נישט וואס וועט זיין מארגן, דו קענסט נאכנישט אויסרעכענען פינף מינוט ארום.

זייער ענליך, אבער אזוי דיפערענט!

שש משזר האט געשריבן:ט. "די היינטיגע יונגווארג" - איז א טרעידמארק פון אדם הראשון, נאכן געשלעג צווישן קין און הבל.

דא האב איך אויסגעשאסן.... כ'האף אז מיינע קינדער זעען דאס נישט :P

שש משזר האט געשריבן:כג. פרוביר נישט אויפצוקלערן דעם מאלפע, וואס איז גענוג צופרידן מיט זיין באנאנע.

דאס איז שטארק. און אוי ווי שווער איינצהאלטן.
מאנטאג יולי 11, 2016 5:36 pm#341449
קל וחומר האט געשריבן:אמאל איז דעם עגאאיסט'ס עגא צופיל ווערד אין זיינע אויגן עס צו אנטפלעקן.

געוואלדיג!!

א שמייכל היילט אלע וואונדן.

:like

דער פעסימיסט כאפט נישט אז 'זיין' אויג איז פארשמירט.

:לייק :לייק

דיין שמחה און דיין עצבות ברענגן ארויס דיין גאנצע מהות.

א בחי' פון אדם ניכר בכוסו וכעסו.

פארן חכם איז אלס ליכטיג, פארן כסיל איז אלס טונקל.

החכם עיניו בראשו והכסיל בחושך הולך (קהלת)

דער משל פונעם משל איז נישט אלעמאל די נמשל.

צו טיעף פאר מיר, קענסט עס מסביר זיין מיט א משל?

דיין אנוועזנהייט איז אינטערסאנט ווען דו טראכסט נישט דערוועגן.
דער זייגער וועט אלעמאל זיגן.

די 2 זענען זייער גוט!!


קל וחומר, כ'ווייס נישט פארוואס דו שרייבסט דיינע שורות אין שש'ס אשכולות, דו קענסט רואיג עפענען אייגענע אשכולות, דו האסט סחורה ווי גאלד!
מאנטאג יולי 11, 2016 5:40 pm#341451
איך האלט אויך אז @קל וחומר שאצט זיך אביסל אונטער.
רופן גאלדענע געדאנקן אלס א 'נפיחה', איז א זלזול אין אונזער ק"ו, און מיר וועלן דאס נישט צולאזן!

איך האב ספעציעל הנאה געהאט פון די פאלגענדע, הגם אלס איז געוואלדיג:
א פערד איז דער וואס מ'שלאגט אים און ער טוט צוליב.
א חיה איז דער וואס בייסט ווען מ'טוט אים צוליב.
מאנטאג יולי 11, 2016 6:06 pm#341454
און יעך האב געמיינט אז דאס וועט זיין די היט:
די תירוץ איז משיעבוד צום זריז, דער עצל איז משיעבוד צום תירוץ


וואס ברענגט מיר צו זאגן אז: דיין צואה קען זיין יענעמס גאלד און דיין גאלד קען זיין יענעמס צואה.
מאנטאג יולי 11, 2016 8:00 pm#341472
שש משזר האט געשריבן:
איך האב ספעציעל הנאה געהאט פון די פאלגענדע, הגם אלס איז געוואלדיג:
א פערד איז דער וואס מ'שלאגט אים און ער טוט צוליב.
א חיה איז דער וואס בייסט ווען מ'טוט אים צוליב.

איך אויך
מאנטאג יולי 11, 2016 8:00 pm#341473
כוכב האט געשריבן:טז איז גאר שטארק.

ניין
מאנטאג יולי 11, 2016 8:51 pm#341488
Re: משלי שש - פרק ב'
ג: ?
מיר זעט אויס פארקערט, די אפלאכערס פון אברהמס גאט דערשרעקן מיט גלאבל ווארמינג.
מאנטאג יולי 11, 2016 9:05 pm#341496
די געדאנק דערפון איז נישט צו די לייקענער'ס זענען רעליגיעז צו נישט, די געדאנק איז אז פונקט ווי היינט קענען געוויסע - געווענליך, פשוט'ערע פראסטערע - מענטשן נישט אננעמען די נייע 'טעאריע' פון גלאבאלע אנווארעמונג, אזוי האבן מענטשן 5,000 יאר צוריק נישט געקענט אננעמען די מאדנע 'טעאריע' פון א מאנאטעאיסטישע גאט, נאכן האבן א וועלט וואס גלייבט אין פאליטעאיזם [פיל געטער].

און פונקט ווי יענע טעאריע איז עווענטועל געווארן די נחלת הכלל, אזוי אויך לענינינו. נאר די טיפשים זענען די וואס ס'דויערט זיי אביסל לענגער זיך צוצופאסן.
מאנטאג יולי 11, 2016 9:25 pm#341503
Re: משלי שש - פרק ב'
הבנתי, אבער ס'האט מיר געראזשעט דאס צושטעלן אברהמס ברען פארן אמת, (ס'נישט נאר עפּעס א טעאריע) צו די היינטיגע.
דינסטאג יולי 12, 2016 5:55 pm#341740
מפוזרי האט געשריבן:הבנתי, אבער ס'האט מיר געראזשעט דאס צושטעלן אברהמס ברען פארן אמת, (ס'נישט נאר עפּעס א טעאריע) צו די היינטיגע.

נכתב בלשון מליצי.
והמפרשים יבארו שלא נדמו אלו שני הענינים עד הסוף, אלא לגבי הנקודה היוצאת ממנה.
מיטוואך יולי 13, 2016 12:25 am#341802
שש משזר האט געשריבן:יד. ווען רשב"ג האט געזאגט 'מה רבו מעשיך השם' אויף א שיינע גוי'טע, האבן געוויסע געזאגט "רבינו סר מן הדרך".

איך ווייס נישט אויב דער דרך האט שוין דעמאלס עקזיסטירט כדי צו קענען סר זיין פון דעם.

שש משזר האט געשריבן:טו. ווען רב כהנא וואלט זיך היינט געלייגט אונטער זיין רבי'נס בעט, וואלט ער דארט געבליבן אין אייביגן רוה.

ער וואלט היינט אנגעקומען אין דזשעי"ל לכאורה.
מיטוואך יולי 13, 2016 12:27 am#341804
Re: משלי שש - פרק ב'
ס'הייסט?
די גמרא מוטשעט זיך דארט ארום וויזוי ער האט איר געזען, ביז מ'קומט צום מסקנא אז ער האט אריינגעבאמפט אין איר ביי א קרן זוית.
מיטוואך יולי 13, 2016 12:29 am#341805
מפוזרי האט געשריבן:הבנתי, אבער ס'האט מיר געראזשעט דאס צושטעלן אברהמס ברען פארן אמת, (ס'נישט נאר עפּעס א טעאריע) צו די היינטיגע.


האסט שוין אזויפיל מאל געשריגן אז א טעאריע מיינט עפעס וואס איז נישט אמת, אז דו האסט שוין פארגעסן (אדער קיינמאל נישט געוואוסט) וואס איז די ריכטיגע דעפינאציע פון א טעאריע.
מיטוואך יולי 13, 2016 12:33 am#341807
קל וחומר האט געשריבן:ס'הייסט?
די גמרא מוטשעט זיך דארט ארום וויזוי ער האט איר געזען, ביז מ'קומט צום מסקנא אז ער האט אריינגעבאמפט אין איר ביי א קרן זוית.

דוכט זיך מיר אז עס איז א ירושלמי ערגעצוואו.
בכל אופן, לויט ווי איך פארשטיי פון שש, רעדט ער פון דעם אז אפילו נאכן איינזעצן אז ער האט אריינגעבאמפט, די עצם מושג פון אנערקענען אז דאס איז א יופי וואס מיר דארפן דאנקען דעם באשעפער דערפאר איז אנדערש ווי דעם "דרך".
מיטוואך יולי 13, 2016 12:35 am#341809
בדיוק!
אויב זאל אן אדמו"ר היינט צוטאגס זאגן אזא 'מה רבו מעשיך השם', נאכן אריינבאמפן, וואלט די וועלט געגאנגען כאדאראם.
מיטוואך יולי 13, 2016 1:00 am#341814
דאכציך ס'איז א בבלי ע"ז דף כ.