Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » משלי קל

משלי קל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10718
דינסטאג יולי 12, 2016 11:02 am#341625
משלי קל
נעניתי לבקשת חבירין ארויסצוקומען מיט אן אייגן משלי על אף וואס איך בין זיך נישט מדמה צו קיינעם פון די פריעדיגע צוויי גרויסע מחברים, אעפ"כ קען זיין אז דורך א קנאת סופרים וועט נתרבה ווערן חכמה ובזה החלי.

א - ווען רעאליטעט שלאגט דיר אין פנים, שלאג נישט צוריק.
ב - האפענונג איז ווען מ'קען זיך נישט באגעגענען מיטן רעאליטעט.
ג - פיינטשאפט איז באצווינגענע ליעבשאפט (חיבור).
ד - מיין שמחה ברענגט דיינס, דיינס ברענגט מיינס, לאמיר ביידע זיין בשמחה.
ה - ווען איך ווייס אז איך ווייס נישט ווייס איך אז איך ווייס עפעס.
ו - צופרידנקייט איז דארט וואו די רצון האט זיך געענדיגט.
ז - אז איינער איז געשטיגן מיינט אז ער איז געווען אויף דער ערד.
ח - חכמה איז מיין שוועסטער, די אהבה איז אינערליך.
ט - פארכט מער דעם פאלשן ערפאלגונג ווי דעם אמת'ע דורכפאל.
י - ער קען נישט אויפגעבן דעם געוואוינהייט פון שטענדיג אויפגעבן.
יא - די וועלט איז נישט אזוי גלאט ווי ס'קוקט אויס און נישט אזוי רינדיג ווי דו מיינסט! (תרתי משמע)
יב - ווייניג האבן דעם חוש צו אנערקענען אין זייער חושים.
יג - דאווען אז דו זאלסט קענען דאווענען.
יד - לערן כדי זיך אויסצולערנען וויזוי צו לערנען.
טו - גראב נישט א גרוב וואס דו וועסט נישט קענען באדעקן.
טז - אן אויסערליך געשריי ווירקט אויף אנדערע, אן אינערליך געשריי ווירקט אויף זיך.
יז - קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס דו ווייסט אלץ נישט.
יח - יעדע תגובה קומט מיט אזא שטארקע לייק אז עס קען נישט דיסלייקט ווערן. (תרתי משמע)
יט - טפשות קען נישט זיגן חכמה, ס'קען עס אבער דערשטיקן.
כ - די זיסקייט פונעם שלאף איז די ערוועקונג.
כא - די וועלט וואס דו ווילסט טוישן איז די וועלט פון דיין בליק, טויש דיין ברילן וועסטו טוישן דיין וועלט.
כב - יעדע ארטיסט איז א גנב, ווייניג גנבים זענען ארטיסטן.
כג - פרוביר נישט איבערצייגן יענעם אין וואס דו ביסט נישט איבערצייגט.
כד - טפשות און חכמה קענען זיך אמאל באגעגענען, אבער פון גאנץ אנדערע וועגן.
דינסטאג יולי 12, 2016 2:38 pm#341704
:like
הערליכע געדאנקן.

קיפ איט קאמינג!
דינסטאג יולי 12, 2016 2:43 pm#341705
קל וחומר האט געשריבן:יט - טפשות קען נישט זיגן חכמה, ס'קען עס אבער דערשטיקן.

:cry: אין חכם כבעל הנסיון...
דינסטאג יולי 12, 2016 6:57 pm#341751
משלי קל??? דאס איז דאך כמין חומר?!!
דינסטאג יולי 12, 2016 7:23 pm#341760
ריכטיג, אבער חומר האט אן אנדערען באדייט אויך...
מיטוואך יולי 13, 2016 2:21 pm#341872
דאס דעזערווט מער ווי איין לייק
מיטוואך יולי 13, 2016 2:44 pm#341876
גאר געוואלדיג.

כ'האב ערווארטעט צו טרעפן אז שווארץ איז ווייס, חורבן איז בנין, א מענטש איז א פערד און נאך אזעלכע געריבענע סטעיטמענטס.

געטראפן האביך גאלד.

יא, פשוט גאלד, נישט קיין גאלדענע צואה.
מיטוואך יולי 17, 2019 8:49 pm#433302
Re: משלי קל
קל וחומר האט געשריבן:ה - ווען איך ווייס אז איך ווייס נישט ווייס איך אז איך ווייס עפעס.

יז - קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס דו ווייסט אלץ נישט.
.

אלע זענען געוואלדיג!

די צוויי רירן אן דעם כלל פון known unknowns און unknown unknowns.


Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 18, 2019 3:32 pm#433342
Re: משלי קל
מי אני האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:ה - ווען איך ווייס אז איך ווייס נישט ווייס איך אז איך ווייס עפעס.

יז - קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס דו ווייסט אלץ נישט.
.

אלע זענען געוואלדיג!

די צוויי רירן אן דעם כלל פון known unknowns און unknown unknowns.


Sent from my iPhone using Tapatalk
תודה על המחמאה ועל החיתוי.
דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 4:21 pm#439602
מי אני האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:ה - ווען איך ווייס אז איך ווייס נישט ווייס איך אז איך ווייס עפעס.

יז - קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס דו ווייסט אלץ נישט.
.

אלע זענען געוואלדיג!

די צוויי רירן אן דעם כלל פון known unknowns און unknown unknowns.


Sent from my iPhone using Tapatalk

און דאס איז די באקאנטע חילוק וואס דער ליקוטי מוהר״ן (ח״א נו) מאכט צווישן הסתרה און הסתרה שבתוך ההסתרה. דהיינו, הסתרה שבתוך ההסתרה איז ווען מ׳ווייסט ניטאמאל אז דער באשעפער איז נסתר ע״ש.

*

אות יז רירט אן אויף די מימרא פון אסאך חכמים, וביניהם סאקרעטיס, אריסטו, איינשטיין ועוד, אז ווי מער מ׳לערענט און מ׳איז קונה חכמה, אלס מער זעהט מען איין וואס אלס מ׳קען נישט און ווי ווייט מ׳האלט פון שלימות החכמה.

איך האב געהערט נאכזאגן פון רעק״א אז די ריכטיגע אפטייטש פונ׳ם מדרש (קה״ר א יג) אין אדם יוצא מן העולם וחצי תאוותו בידו, דארף ארויפצוגיין אויף די ריכטיגע דראנג וואס מ׳דארף שפירן און וועלן צו קונה זיין חכמה, און מ׳וועט קיינמאל נישט אנקומען דערצו.
פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 9:52 am#439644
Re: משלי קל
[/quote]
*

אות יז רירט אן אויף די מימרא פון אסאך חכמים, וביניהם סאקרעטיס, אריסטו, איינשטיין ועוד, אז ווי מער מ׳לערענט און מ׳איז קונה חכמה, אלס מער זעהט מען איין וואס אלס מ׳קען נישט און ווי ווייט מ׳האלט פון שלימות החכמה.

.[/quote]


נכון, ס'איז בעצם די שורש פונעם געדאנק, ווען א מענטש לערנט מער זעהט ער וויפול זאכן ער האט נישט געוואוסט און אס ער האט בכלל נישט געוואוסט אז ער ווייסט נישט.