Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » כ"ק אדמו"ר ר' שלמה מבאבוב זצ"ל

כ"ק אדמו"ר ר' שלמה מבאבוב זצ"ל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10778
מיטוואך אוגוסט 03, 2016 11:27 pm#344513
כ"ק אדמו"ר ר' שלמה מבאבוב זצ"ל
איך גיי אזוי איבער די אנשי שם אשכולות און איך באמערק אז אז סע נאך נישט דא קיין איין אפישעל (נישט פארצימעסטע) אשכול אויף ר' שלמה באבובער, זאלן די באבובער חסידים אדער סתם עמך אידן דערציילן אביסעל איבער זיין לעבן און שאפן פון דעם באליבטן רב וואס מארגן נאכט פאלט אויס זיין יארצייט.
דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 12:44 am#344528
באבאבער רב זצ"ל האט אמאל געזאגט צו זיינע חסידים, אז מען זאל זיך נישט אננעממן פאר זיין כבוד, דער וואס וועט זיך אננעממען פאר זיין כבוד איז ער נישט מוחל בזה ובבא.
דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 12:51 am#344530
ווען ער פלעגט קומען צו א שמחה וכדומה איז יעדער גיווען צופרידן געגעבן יעדן ריספעקט אפילו א קליין קינד. סאיז א גרויסע זאך סדא אזאך פערזענליכקייטן וואס מאכן זיכער בטעות אלעמאל איינעם צו באליידיגן.
דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 12:57 am#344531
ער האט זיך אוועגעגעבן זיין גאנץ לעבן פאר אנדערע.זעהר אסך מענטשן בפרט זיינע חסידים האבן נהנה גיווען עצה ותושיה.
און ער האט געפענט מוסדות התורה בכל קצבי תבל נאך פאר סאיז גיווען א ביזנעס.
זיין חדר אין קרוין הייטס איז גיווען זעהר גרויס און חובות האט ער גיהאט איבערען קאפ.
דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 1:01 am#344532
און ער איז נישט גיווען פרום. ער איז גיווען ערליך. כידוע האט ראפשיצער רב געזאגט אז פרום ר"ת פיהל רשעות ווייניג מצוות
דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 1:05 am#344533
סהאט עם ווייניג איטרעסירט וואס אנדערע פרומער וועלן טראכטן אויף געוויסע זאכן וואס ער האט זיך געפירט.
ער האט געטוהן וואס ער האט געהאלטן איז ריכטיג!
דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 1:13 am#344534
הוא היה אומר אז כידוע די יצר הרע וועט מען שחטן ווען משיח וועט קומען. פארוואס? ער האט דאך געטוהן זיין שליחות. די סיבה איז ווייל ער זאגט אן עבירה איז א מצוה. נו אז די יצר הרע לייגט פאר זיין מצוה און די יצר טוב לייגט פאר זיין מצוה וועם זאל די מענטש פאלגען? ער זאל זעהן וועלכע מצוה ציהט עם מער און יענץ זאל ער נישט טוהן!
דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 8:55 am#344544
קען זיין אז ער האט עס געזאגט אבער דאס שטייט שוין פון פריערדיגע (די בני יששכר ברענגט עס כמה פעמים).
דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:47 am#344567
יישר כח ATUB @אביסעל שכל ATUB פאר שרייבן אפאר קורצע שטריכן פונעם צדיק.
מוצ"ש אוגוסט 06, 2016 11:10 pm#344711
בילד
זונטאג אוגוסט 07, 2016 1:23 am#344725
שרייבט איינער די וואך אין ׳די צייטונג׳ (נייעס באריכט) אז ווען דער צדיק האט געגעסן זופ האט זיך קיין איין לאקש נישט ארויסגעשטעקט פונעם לעפל. זכותו יגן עלינו
זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:47 am#344731
כ"ק אדמו"ר מבאבעוו
עס מיז ג'יין מיט ליצנות???
דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 8:59 pm#389188
שלום שטיסל האט געשריבן:שרייבט איינער די וואך אין ׳די צייטונג׳ (נייעס באריכט) אז ווען דער צדיק האט געגעסן זופ האט זיך קיין איין לאקש נישט ארויסגעשטעקט פונעם לעפל. זכותו יגן עלינו


שמעתי אז סאקמאר רב האט נישט איבערגעלאזט קיין לאקש.
מאנטאג יוני 18, 2018 1:03 pm#406327
פארוואס פיהלען די סאטמארע געThreatened ווען מ'רעדט גרויס אויף באבובער רב כאילו ס'מאכט קלענער סאטמאר רב
און די באבובער פיהלען די זעלבע פארקערט
מאנטאג יוני 18, 2018 8:19 pm#406407
ווייל די סאטמערע און באבאווער קענען נישט מודה זיין אז סאטמאר רבי האט געקענט מדות ווי דער באבאווער רבי האט געקענט לערנען.
דינסטאג יוני 19, 2018 10:14 am#406471
אישתישבי האט געשריבן:ווייל די סאטמערע און באבאווער קענען נישט מודה זיין אז סאטמאר רבי האט געקענט מדות ווי דער באבאווער רבי האט געקענט לערנען.

הגם ס'איז אביסל צו שארף צו זאגן אזוי לטעמי,
לאמיר גיין מיט דעם,
פארשטיי איך שוין פארוואס רעגט זיך דער סאקמערער ווען מבאגדול'ט דעם באבובאי,
אבער פעלט נאך א פירוש פארוואס דער באבובער רעגט זיך ווען מ'באגדול'ט דעם סאטמאראי,
קשיא.
ואיש תשבי יתרץ...
דאנערשטאג יוני 21, 2018 1:32 am#406813
newkave האט געשריבן:
שלום שטיסל האט געשריבן:שרייבט איינער די וואך אין ׳די צייטונג׳ (נייעס באריכט) אז ווען דער צדיק האט געגעסן זופ האט זיך קיין איין לאקש נישט ארויסגעשטעקט פונעם לעפל. זכותו יגן עלינו


שמעתי אז סאקמאר רב האט נישט איבערגעלאזט קיין לאקש.

אלע הודעות פון שמעון וואלף
דאנערשטאג יוני 21, 2018 8:12 am#406831
נקודת-אמת האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:ווייל די סאטמערע און באבאווער קענען נישט מודה זיין אז סאטמאר רבי האט געקענט מדות ווי דער באבאווער רבי האט געקענט לערנען.

הגם ס'איז אביסל צו שארף צו זאגן אזוי לטעמי,
לאמיר גיין מיט דעם,
פארשטיי איך שוין פארוואס רעגט זיך דער סאקמערער ווען מבאגדול'ט דעם באבובאי,
אבער פעלט נאך א פירוש פארוואס דער באבובער רעגט זיך ווען מ'באגדול'ט דעם סאטמאראי,
קשיא.
ואיש תשבי יתרץ...


אייביג איין זייטיג.....

ווייל דער באבאווער האלט אז ר' שלמה איז געוועהן א גאון הגאונים.....
פרייטאג יולי 13, 2018 2:45 pm#408683
סמבטיון האט געשריבן:איך גיי אזוי איבער די אנשי שם אשכולות און איך באמערק אז אז סע נאך נישט דא קיין איין אפישעל (נישט פארצימעסטע) אשכול אויף ר' שלמה באבובער, זאלן די באבובער חסידים אדער סתם עמך אידן דערציילן אביסעל איבער זיין לעבן און שאפן פון דעם באליבטן רב וואס מארגן נאכט פאלט אויס זיין יארצייט.

היינט די יארצייט.
עפעס א שיינע מעשה?
פרייטאג יולי 13, 2018 4:11 pm#408691
שיין