אנאנים: ייש"כ. איך האב נאכנישט אויספיעט (פי'. אויסגעפייעט... 😂 ) אדורכצוליינען דעם גאנצן פרק ג'. אבער דאס ביסל וואס כ'האב געליינט האט מיך ארויס געברענגט פון די כלים פאר התפעלות. ספעציעל פסוק יא. און יב.! אויף פסוק ז' האב איך א הערה. והנה: דער דייטש ימ"ש וועלכער האט מיט א העפליכקייט געשיקט אידן צום טויט, האט נישט געארבעט פון א ווינקל פון מאראלישקייט. נאר דאס דייטשע פאלק, האט ברובו א מין תכונת הנפש וואס מ'זעהט נישט אפילו ביי די אנדערע פעלקער וועלכע האבן געמארדעט אידן. למשל ווי די פאלאקן, אונגארן און אוקראינער, ימח שמם וזכרם. די אלע פעלקער האבן געפיהלט א מין מאראלישע אויפשאקלונג, און זיי זענען בשעת מעשה געווען באוואוסטזיניג אז זיי באגייען א זינד און א קרימינאלן אקט. נאר זיי האבן דאס געטון צוליעב שטארקע שנאה אדער געלטגייציגקייט און קנאה אויף די אידן. משא"כ דייטשע (אפילו די היינטיגע, גוטע) האבן עפעס א מין מאראלישן סוויטש וואס טוט אויסשאלטערן זייער נפש אפילו פון די מינדעסטע געפיהל אז זיי באגייען א זינד. זייער קאנשיענס (מצפון) איז אינגאנצן נישט בארירט פון פארברעכן וואס זיי באגייען. איך וועל נאר ברענגען 2 עפיזאדן.1( ס'איז באוואוסט אז דער קאמענדאנט פון אוישוויץ האעסס, ימ"ש האט געפיהרט א נארמאלן סקעדזשול, און איז רעגולער געגאנגען צו זיין הויז אויפ'ן עק פון שטח פון אוישוויץ און ר'האט זיך אויפגעפיהרט ווי א נארמאלער מענטש. זיך נאכגעפרעגט וואס זיינע קינדער טוען אין סקול, און געזיצן רואיג אונטער א בארנבוים, און הנאה געהאט פון די גערוך פון די פירות בשעת אין אנדער'ן עק האט געברענט דער קרעמאטאריום און פארברענט די גופים פון אידן וועלכע זענען פארגאזט געווארן אין די גאז קאמערן.
2). לעצטנס איז אנטדעקט געווארן דער טאג-בוך פון הימלער ימ"ש.דארט שרייבט ער אריין צווישן פארשידענע זאכן ווי למשל זיין טעגליכן מאסאזש און די מעניו פון זיינע סעודות, אויך דאס באזוכן אין די טויט לאגערן און אנוועזנד זיין ביי די הריגות און פארניכטונג פון די אידן.
נאך איין פאל. אין די פילם..."שינדלער'ס ליסט"... ווייזט ער צווישן אנדערע זאכן אז ווען די נאציס האבן ארויסגעטריבן די אידן פון קראקא פון זייערע הייזער אין געטא אריין. זיי האבן דאס געטון מיט גרויס אכזריות און ברוטאליטעט. אין צווישן האט איינער פון די נאצי אפיצירן באמערקט א פיאנא אין איינס פון די הייזער, האט ער זיך נישט געקענט צוריקהאלטן פון זיך אראפזעצן און שפילן א שיינעם הערליכן שטיקל מוזיק. ווייל ער איז דאך געווען א קולטורעלער מענטש...אינמיטן דעם גאנצן ברוטאליטעט און רציחה...!