שבת אחים האט געשריבן:נאסע ליילעך האט געשריבן:
קודם כל איז דאס נאר א טעאריע, ווייל אויפווייזן קענסטו עס נישט. צווייטנס, מעגליך אז קיינער וואלט זיך נישט געהרג'עט מיטן צווייטן אבער דער עולם וואלט זיך אליינס געהרג'עט. נישט פאר יעדן איז יאוגע גענוג סיבה דורכצוגיין דעם שווערן גשר צר. וואויל איז פאר דיר אז מעדיטאציע מאכט דיר גליקליך,
סאיז אבסולטלי נישט קיין טעאריע! סאיז א פאקט! סאיז דא מעהר ווי א האלבע ביליאן בודהאיסטן אויף די וועלט און זיי זענען די וויואלסטע מענטשען וואס איז נאר פארהאנען אויף די וועלט! זיי טשעפענען נישט קיינעם! ווען האסטו די לעצטע מאל געהערט אז בודיהסטן האבן איינעם געטשעפט? ווייז מיר איין OTD בודהיסט וואס גייט ארום זאגן אז בודהאיזים האט אים צוגעגאנבעט זיין לעבן, ווייז מיר איין בודהיסט וואס האקט אויף זייער סיסטעם? איינס!?
מיט דעם וואס דו שרייבסט אז וויואל איז פאר מיר אז מעדיטאציע מאכט מיר גליקליך קען מען זעהן אז דו ווייסט בכלל נישט וואס בודהאיזים איז, מעדיטאציע אן די four nobles of truths און די Eightfold Path איז די מעדיטאצע גארנישט ווערט, אן לערנען די wisdom פון בודהא איז מעדיטאצע פונקט ווי זיך ווייקן אין מקוה אן לייגן תפילין און דאווענן שחרית. פארשטייסטע?
הער צו רב שבת, איך גלייב נישט אז מיר וועלן זיך איבערצייגן איינער דעם צווייטן דא, מיט אן ארגיומענט. אבער קליינטשיקע טידביטס אזאנע, קען אפשר יא האבן א ווירקונג, אויב איז דאס בתור חומר למחשבה.
איז אזוי, היסטארי ווייזט אז קיין איין באוועגונג האט נאכנישט באוויזן צו ווירקן אויף אינדעווידואלן. קיין איין רעליגיע האט דאס נאכנישט באוויזן, אינקלודינג יודישקייט. מיר האבן אלע דורות געהאט רשעים און צדיקים. אין פאקט, זענען מיטן גרעסטן נביא משה זעלבסט, ארויס א קבוצה ערב רב, ס'הייסט אין א דור ווי דער המון עם האט געהאט יחזקאל'ס קלארקייט. די דרויסענדע אומות זענען נתפעל געווארן פון ג-ט'ס געטליכקייט, אבער בתוככנו איז אלץ געווען מתלוננים.
נו שוין די גלייבסט דאך נישט אין דעם, לאמיר אביסל פעעסט פאויערדן.
קרוב צו דריי הונדערט יאר צוריק האט זיך חסידות געגרינדעט, וואס האט ארגינעל געצילט צו מקשר זיין דעם מענטש צו עבודת השם אויף א טיפערן שטאפל, יעדער לפי מדרגתו. איך וויל נישט מאריך זיין יעצט, אבער די פוינט איז, אז מיר היינטיגע חסידים לויפן אויפן טרעדמיל מיט די הוט און רעקל, זהו. נשתכח תורת הבעש"ט.
איצטער אזוי, אז אן אינדעווידואל וויל זיך מקשר זיין מיטן דרך הבעש"ט, קען דאס אים באמת אריינגעבן א געוואלדיגקייט אין לעבן, און אים מקשר זיין מיט גאט. וויל איינער זיין אן אמת'ער ערליכע יוד און מקיים זיין דעם ואהבת מיט אן אמת, זיך אויסארבייטן די מידות עד הסוף, איז דאס תלוי אין אים.
סתם זיין "א חסיד" מיינט גארנישט מער ווי גיין מיט א רעקל, מקיים זיין אלע בפרהסיא'ס, און גיין חלע מויד האלטן. ער קען אינעווענדיג זיין א פורק עול, דיפרעסט און שלעכט. איי "אידישקייט"? ערדעך א יוד, א העכער פאלק?
קען זיין ער פארמאגט דעם פינטל, אבער אויפארבייטן ברויך מען דאס אליינס.
אפילו אין ברסלב, א ספיריטואלע באוועגונג, האט מען אויך געטראפן א וועג צו בולשיטן, זאל דאס זיין נע נח'ס, אומאניסטן אדער סתם פאלשע 'ליבשאפט'.
קומסטו מר שבת מיט א בליץ פון א המצאה, "בודהיזם", "ליבעראליזם" דאס קען ארבייטן!
געוואלדיג. זאג איך דיר מיין פריינט, איך פארשטיי פארוואס די טראכסט אזוי, אבער מיט א בליק אויף צוריק און א בליק אויף פאראויס, קען דיר די זאך קלאר ווערן.
איך גלייב נישט אז ס'דא "א גרויסע סעלושען". עס איז אויף יעדן אינדעווידואל א פליכט צו ווערן בעסער, אפגעזעהן וועלכע רעליגיע. רעליגיע איז די האמער, אבער מ'ברויך אים נוצן.
( מיט אט דעם נקודה איז זיך צבי דייטש אויך טועה. הערטס אויף באשולדיגן סוסייעטי'ס! סא געוואלדיגע עמעראצעס. יא, מיר זענען אלע אידן, חסידים, אונגארישע אבער איך האב נישט קיין שייכות מיט מיין אינדעווידואלן שכנ'ס עוולות און איך פריקינג שטיץ עס נישט! ערבות? אחריות? בסדר כ'העל פרובירן, זיי טאקע מעורר. אבער פונקט ווי דער הערשי קען מעורר זיין אויף יו טוב, קען איך מעורר זיין אויף קאווע שטיבל, צו אין מקווה, צו ביי לכו נרננה.
זאל ער נאר וויסן הערשי, אז כלפי די וועלט אדער מידיא הייסט ער פונקט אזוי פארט פון דעי "קעמיוניטי'' ווי איך.
הערט אויף פאבריצירן מקשה אחת'ער , און לייגט נישט קיין נאסע ליילעך'ער אויף א ציבור.)