Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » רבי'שע תשעה באב קאוטשעס

רבי'שע תשעה באב קאוטשעס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10804
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:36 am#345680
רבי'שע תשעה באב קאוטשעס
האט עטץ געזעהן די שיינע פיקטשער'ס פון די אנגעפאשעטע רבי'ס אויף זייערע ברייטע תשעה באב קאוטשעס?? ניטאמאל שעמען זיי זיך!! איין טאג אין יאהר וואס באשטימט צו זיין טרויעריג און מ'טאר נישט נוצן נארמאלע בענקעל און נארמאלע שיך, דארפן די גראבע יונגען זיך למען ה' שאפן א ריזיגע קאוטש וואס האט פיצי פיסעלעך אז זייערע ריזיגע גופים זאלן חלילה נישט זיין אומבאקוועם אפילו איין טאג אין יאהר....!!

ווען א פשוטע איד וויל זיך מאכן באקוועם מיט א יו"ט , למשל גיין א האטעל פסח , קוויטשענען זיי אז מ'ווארפט אוועק די באדייט פון יו"ט און די געדאנק פון די יו"ט , אבער ווען עס קומט פאר זיי אויס באקוועם אינטערסירט זיי נישט קיין באדייט און קיין געדאנק , און זיי טוען וואס זיי געפעלט נאר.

דאס איז קאנסיסטענט מיט זייער גאנצע מהלך. זיי מעגן און אונז טארן נישט. זיי מעגן משנה וואס ס'געפעלט זיי נאר פון אמאל , אבער ביי אונז טאר מען נישט טוישן גארנישט. זיי מעגן טוהן מיט אידישקייט מצוות און ימים טובים וואס ס'געפעלט זיי , אבער אונז טארן זיך נישט רירן.
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:49 am#345683
המלוכה והממשלה: איך האף אז דו מיינסט נישט אלע רעבעס. ווייל איך האב פונקט היינטו געזעהן א קליפ פון ריבניצער רבי'ן זצ"ל ווי ער זיצט תשעה באב אויף א פשוט'ע בענקל. און ער גייט אפילו נישט קיין זאקן. נאר מיט די הוילע פיס. אלס סיגוף און זכר לחורבן. סאו קענמען נישט מיינען איהם, אדער נאך אזעלכע אידן בעלי מסירות נפש ווי איהם...!
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:55 am#345685
בילד
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:08 am#345686
דאס האט טאקע נישט קיין אנלאנער, אבער עס איז פונקט אזוי הויך ווי זיין געהעריגע בענקל
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:19 am#345687
איך קוק יעצט בילדער, איך זעה דושינסקי רבי זיצט אויף א עכטע תשעה באב בענקל, נדבורנא ירושלים אויך גאנץ פשוט, אויך נדבורנא ביתר, אדמו"ר מ'חוג חתם סופר (אויך א רבי) זיצט גראדע שוואכער פון מיר. ר"ח וואזנער, וועלכער איז ניטאמאל א רבי (אבער יא א איד בערך א בן שמונים) האט גראדע יא א געהעריגע בענקל קלענער געמאכט.

הגר"מ מאזוז זיצט אויף א פשוט'ע בענקל, אבער די געהעריגע הייך, נישט א נידריגע.

נו, עמער ווארטן אויף די בילדער פון די אנדערע צדיקים צו זעהן וואס זיי טוען.
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:30 am#345690
מיט קראקס
[בילד
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:49 am#345691
Re: רבי'שע תשעה באב קאוטשעס
berlbalaguleh האט געשריבן:המלוכה והממשלה: איך האף אז דו מיינסט נישט אלע רעבעס. ווייל איך האב פונקט היינטו געזעהן א קליפ פון ריבניצער רבי'ן זצ"ל ווי ער זיצט תשעה באב אויף א פשוט'ע בענקל. און ער גייט אפילו נישט קיין זאקן. נאר מיט די הוילע פיס. אלס סיגוף און זכר לחורבן. סאו קענמען נישט מיינען איהם, אדער נאך אזעלכע אידן בעלי מסירות נפש ווי איהם...!

א לינק ביטע
ב.ד.וו. איז שוין דא אן אשכול אויפ'ן ריבניצער זצ"ל ?
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 2:03 am#345694
Re: רבי'שע תשעה באב קאוטשעס
בילד
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 2:04 am#345695
Re: רבי'שע תשעה באב קאוטשעס
בילד
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 2:04 am#345696
בילד
בילד
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 8:01 am#345703
המלוכה זאג אויס ביי וועלכע רבי איז די בלוט ארויף און קאפ?
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 9:28 am#345705
Re: רבי'שע תשעה באב קאוטשעס
בילד
נישט קיין רבי אבער א בענקל.....
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 9:42 am#345706
Re: רבי'שע תשעה באב קאוטשעס
יהושע חיים האט געשריבן:בילד
נישט קיין רבי אבער א בענקל.....

שוין איינמאל א רבי....
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 11:21 am#345721
דער ריבניצער רבי האט נישט געדארשענט קעגען גייען אין האטעל פסח.

המלוכה , ביטע ברענגט אונז א בילד פון א חותם צו דארשען קעגען האטעל'ס וואס האט א שיינעם ת"ב בענקעל
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:05 pm#345727
ביליג/מבקש: איך שעם מיך זייער שטארק (אוי לאותה בושה) מ'דארף זיך שעמען אז דאס איז די בושה. יעצט בייגעפאללן... :lol: אבער עבודה זרה היא וללמוד אני צריך. איך ווייס נישט ווער איז דער רבי/נישט רבי...? בכל אופן. ס'איז טאקע א שיינע קאוטש/בענקל. אבער ס'האט דעם שיעור פון א ת"ב בענקל...!
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:20 pm#345740
למעשה המלוכה האסטו נישט געברענגט קיין איין שטיקל עווידענס צו דיין שטיקל שטורמער
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:44 pm#345749
ס'איז אלס א רמז ע"ש העתיד אזוי ווי ס'שטייט עתיד הקב"ה לעשות מחו"ל לצדיקים והוא יוש"ב...
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:47 pm#345750
Re: רבי'שע תשעה באב קאוטשעס
בילד
דא האסטו איינצובייסן, פאר די איבעריגע העסטו מוזן ווארטן ביז סוף וואך ווען די פארביגע מאגאזינען קומען ארויס.
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:55 pm#345751
דאס לעבן איז נישט גרינג. נעבעך יונגערהייט שוין מיז ער האלטען די קינות און די האנט א גאנצע צייט.
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 11:36 pm#345831
די רבי פון ATUB @דולה ומשקה ATUB
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 7:21 pm#346009
שמעון וואלף האט געשריבן:די רבי פון @דולה ומשקה


עיקרו של דבר, ואדרבה דער צער פון שכינתא בגלותא, חורבן פון בית בית מקדשינו, און דאס ביטערנישט וואס כלל ישראל האט מיטגעמאכט דערויכאויס די היסטורי' איז געוועהן גאר שטארק ניכר על פניו של רבינו דער גאנצע צייט, מ'האט קלאר געקענט זעהט דאס גרויס ווייטאג אויף זיין הייליגע געזיכט.

כ"ק הגה"צ מבעלעד שליט"א האט שפעטער געזאגט מיט א שטארקע צובראכענקייט: "אז דאס מוז זיין דאס לעצטע מאל וואס מיר זאגט איכה און די קינות, ווייל מער קענען מיר נישט אויסהאלטן, ווי לאנג נאך קענען מיר זיך צוקוקן אז דער באשעפער האט נישט זיין הייליג הויז", עכתדה"ק.
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 7:43 pm#346012
שמעון וואלף האט געשריבן:די רבי פון @דולה ומשקה

דרך אגב זיצט ער נישט אויף זיין שיינע בענקל נאר ער זיצט אביסל אפגעריקט (אפשר בכוונה?) וההענטלעך יוכח
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 8:57 pm#346036
בילד
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 9:08 pm#346038
ס'פאסט נישט די הענט אזוי אונטערען טיש. ער וואלט געמעגט וויסען אז וועגען דעם האבען די צדיקים ארם טשעירס כדי להרחיק האדם מן...
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 9:09 pm#346040
אפשר האט ער מיט די רוקען צוטון
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 9:25 pm#346042
ווען ער זיצט ביי התאחדות הרבנים זיצט ער אויף א פשוטע בענקל. דעמאלס טוט נישט ווי די ריקן?


אפשר טוט מיין נאז ווי מילא וויל איך פארן קיין פלארידע. פאלט אים נישט איין .
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 9:27 pm#346043
כ'האב עס נישט געמיינט 'אזוי' ערענסט
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 9:36 pm#346048
ער לערנט פשט ווי א האן אין "בן אדם"..
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 10:31 pm#346056
Re: רבי'שע תשעה באב קאוטשעס
פערינא האט געשריבן:ווען ער זיצט ביי התאחדות הרבנים זיצט ער אויף א פשוטע בענקל. דעמאלס טוט נישט ווי די ריקן?


אפשר טוט מיין נאז ווי מילא וויל איך פארן קיין פלארידע. פאלט אים נישט איין .

דאס איז פרימשלאנע רבי ער זיצט נשט ביי סאכדות
מיטוואך אוגוסט 17, 2016 9:30 am#346091
בילד
מיטוואך אוגוסט 17, 2016 12:09 pm#346150
שמעון וואלף האט געשריבן:די רבי פון @דולה ומשקה

מי זה?
מיטוואך אוגוסט 17, 2016 12:14 pm#346154
פארוואס קען איך נישט זען רוב פון די בילדער געלייגט אין דעם אשכול?
מיטוואך אוגוסט 17, 2016 12:29 pm#346162
קאמענטירער האט געשריבן:פארוואס קען איך נישט זען רוב פון די בילדער געלייגט אין דעם אשכול?

איי געס משומר האלט ס'איז אומאיידל...
מיטוואך אוגוסט 08, 2018 10:50 am#410696
דב"ק פון דעם גאב"ד סערדעהעל והגלילות

בילד
מיטוואך אוגוסט 08, 2018 11:51 am#410698
וואלווי האט געשריבן:דאס לעבן איז נישט גרינג. נעבעך יונגערהייט שוין מיז ער האלטען די קינות און די האנט א גאנצע צייט.

וואלווי: די טאהשער ענדזשינירן/בחורים האבן נישט גוט אויסגערעכנט. געמאכט א נידריגן קאוטש. אבער נישט (גענוג) א הויכן שטענדער. זיי וועללן עס אי"ה מתקן זיין ביז דעם קומענדיגן יו"ט...!
מיטוואך אוגוסט 08, 2018 9:47 pm#410736
דולה ומשקה האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:די רבי פון @דולה ומשקה


עיקרו של דבר, ואדרבה דער צער פון שכינתא בגלותא, חורבן פון בית בית מקדשינו, און דאס ביטערנישט וואס כלל ישראל האט מיטגעמאכט דערויכאויס די היסטורי' איז געוועהן גאר שטארק ניכר על פניו של רבינו דער גאנצע צייט, מ'האט קלאר געקענט זעהט דאס גרויס ווייטאג אויף זיין הייליגע געזיכט.

כ"ק הגה"צ מבעלעד שליט"א האט שפעטער געזאגט מיט א שטארקע צובראכענקייט: "אז דאס מוז זיין דאס לעצטע מאל וואס מיר זאגט איכה און די קינות, ווייל מער קענען מיר נישט אויסהאלטן, ווי לאנג נאך קענען מיר זיך צוקוקן אז דער באשעפער האט נישט זיין הייליג הויז", עכתדה"ק.


וואס באדערט איהם מער, דער גלות אדער אז זיין אינגערע ברודער איז מצליח?
מאנטאג יולי 22, 2019 4:30 pm#433504
בן אדם האט געשריבן:אפשר האט ער מיט די רוקען צוטון

דערמאנט מיר אז אמאל תשעה באב בייטאג נאך וווען דער רב האט געענדיגט פארזאגן די קינות האט זיך א איד'ל אנגערופען צום רב: מיין קינות איז חשובער ווי אייערע, דער רב פרעיגט איהם פארוואס זאגסטו אזוי ?
זאגט ער ווייל איר זענט געזעצן אויף א קליינע [=באקוועמע] בענקל, אבער איך בין געזעצן אויף שפילקעס...!