Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » די שרעקליכע מחלה הידועה: קענסער רח"ל (דער וועקער 3)

די שרעקליכע מחלה הידועה: קענסער רח"ל (דער וועקער 3)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10807
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 11:41 pm#345834
די שרעקליכע מחלה הידועה: קענסער רח"ל (דער וועקער 3)
די שרעקליכע מחלה הידועה: קענסער רח"ל.


ערשטע קאפיטל:
במקום הקדמה – 'טאגבוך' פון א פאציענט'ס זון.

אין אן אימעיל, א פשוט'ער אימעיל: "לכבוד מר. גרין (נאמען פיקטיוו), זייט וויסן איר האט קענסער". א גוטן מועד.

עס איז נישט צו באגרייפן וואס א מענטש איז, וואס מען ברויך דאנקבאר זיין אז א טאג גייט און קומט אן קיין באזונדער'ס, אבער ליידער אזוי ווי עס פאסירט ביי פילע, מען הערט דער האט, יענער האט, דער מאכט עס, דער מאכט עס קוים, און יענער ליידער נישט. ווען מען באקומט אזא אימעיל איז פשוט שווער צוזאמצונעמען די מחשבות און טראכטן נארמאל, פילע זאכן קומען אריין, מחשבות זרות, אלע ערליי מחשבות, ממש ביז אפיקורסות, עס איז שווער נישט צי טראכטן פאר איינעם וואס די קאפ ארבעט, און כאפט אזא פסק, א דיאגנאז שיש בו כח להמית, און אויפן בעסטן אופן איז עס גאר שווער, מען ברויך זיך גרייטן, עס איז נישט יושר, זאל מען אויסזאגן, זאל מען מאכן א סוד, יעדער וועט זאגן בשל מי, עס איז זייער שווער צי גלייבן בפשטות האמונה הפשוטה ווען מען ווערט געשטראפט פונעם טאטן וואס מקל'ט דיך אן, בשעת כעסו. אפילו מען גלייבט אז ער האט דיך ליב, דאך האט מען בשעת כעס נישט די כוחות לומר: הך, הך.

***


אנגעהויבן האט זיך עס איין שבת ביי קידוש, פונקט צוויי וואכן איידער דער אימעיל איז געקומען, שבת קודש פרשת אחרי קדושים, בין איך ארויף לקדש את השבת ביים טאטן. ער האט נישט אויסגעזען גוט. איך האב גע'טענה'ט מיט אים אז מען ברויך זען א דאקטאר, און מען וועט תיכף נאך שבת זען וואס מען קען טון. ער איז געווען בלאס, איך בין נישט געווען באקוועם, זיין דאקטאר זאגט דאך קלאר אז עס איז גארנישט באזונדער, נאר ער האט אן אינפעקשאן ווייל ער האט א שטיינדעלע ביי די בלעדער, ממילא האט ער פיבער שוין באלד אכט וואכן. עס האט זיך נישט געלייגט על הדעת, אבער די דאקטער שרייט דאך קלאר אזוי, איין אנטיביאטיק, נאך איינס, און נאך איינס, אבער די היץ גייט נישט פארביי. ביז יענעם שבת קודש.

איך האלט אינמיטן די סעודה, און מיין מאמע רופט מיך אויפן טעלעפאן איך זאל שוין אריבער קומען. עס איז מיר גלייך געווארן ביטער, זי האט ניטאמאל געקענט קומען צום ווארט, איך רייס אריבער, איך טרעפ מיין פאטער אין גאר א שווערע מצב, ער ווארפט זיך עפעס שרעקליך, אטעמט ווי א בער, ער איז ממש בלוי, זיין קאליר פחדים, איך רוף הצלה, זיי קומען אונטער עטליכע סקונדעס, מען נעמט אים אין שפיטאל, מען הייבט אן מאכן טעסט'ס, זיי מאכן א פשוטע לונגען עקסרעי, אפשר א נומאניע. די דאקטער זאגט מען ברויך תיכף מאכן א קעט סקען, די לונג איז קלאר.

די סקען ווייזט עפעס אויפן קישקע, מען ברויך נאך איינס. דאס אנדערע - גענומען ערשט זונטאג נאכט - צייגט עפעס שרעקליך אויפן קישקע און די לעבער. מען ברויך מאכן א קאלאנאסקאפי טעסט. מען מאכט די פראצעדור דעם אנדערן ציפרי, זיי קומען גלייך צוריק אז מען ברויך קלערן שטארק וועגן א ביטערע מחלה, מען ברויך ווארטן ביז דער פאטאלדזשי קומט צוריק. איין טאג, נאך א טאג, דערווייל קומען די בלוט רעזולטאטן צוריק אז עס איז דא גאר א שטארקע אינפעקשאן, א מערסע-סטעף אינפעקשאן, מען ברויך שטארקע אנטיביאטיק, מיר ווערן באפרייט פארן זמן, א גאנצע וואך פחדים.

די קומענדיגע וואך ווערט נישט בעסער, הגם דער טאטע שפירט בעסער - ברויך מען געבן טעגליך די מעדעצין דורך אינטערווינעס. די נקבים פארמאכט זיך ליידער, אי אפשר להתקיים אפילו שעה אחת, מען ברויך אריינלייגן א שלויך, גאר אן אומב'טעמ'טער עסק ביש, אבער בעסער ווי נישט קענען ארויס. מען זוכט דאקטוירים, מען נישטערט, יעדער עסקן איז פארמישט, יעדער זאגט פארקערט פונעם צווייטן, זה בכה וזה בכה, און יעדער איז עפעס געפערליך הייקל, מיר די באטראפענע ווערן צוריסן פונעם פאליטיק.

צו מזל איז אלעס אויסגעגליכן, מען גייט צום ריכטיגן דאקטאר, מען האפט אזוי שטארק. די גאנצע משפחה וויל וויסן יעדע מוניט וואס גייט פאר, אלע באקאנטע נודנען מיט די 'וואס טיצעך' שאלה, די נערוון זענען אויף שפילקעס, אבער מען מוז זיך האלטן אין די ראמען, קיינעם נישט אויפרעגן, מען ברויך אנגיין מיט דאס טעגליכע, מען ברויך ווייטער ארבעטן כאילו אלעס איז מסודר, אבער אלעס איז דאך כאדאראם, מען מאכט פונקט אינדערמיט א שמחה, יעדער פרייט זיך, יעדער וואונטשט. מיין קאפ פיבערט וואס וועט דא זיין, מען האט אן אוידיענץ מיט אליהו הנביא פערזענליך, אלע סגולות זענען שוין אין שוואנג, די מזוזות גייט מען שוין בודק זיין, שליחים מיוחדים צו ר' שמעון בן יוחאי, קוויטלעך ביי אלע מקומות הקדושים.

אזויפיל האפענונג איז דאך דא, אלעס קען זיך דאך אויסדרייען לטוב, אבער אז עס איז נישט באשערט - העלפט נישט גארנישט. מיט ציטער ליין איך דעם אימעיל, מיינע הענט ווארפן זיך, א שרעק נעמט מיך ארום ווען איך זע דאס ווארט 'קאלאן קענסער'. אלעס פאלט מיר ארויס פון די הענט, א שוואכקייט באפאלט מיר, איך שפיר אומבאהאלפן צום ביטערן מצב, די קומענדיגע חדשים אדער יארן לויפן מיר פאר פון אלע ערליי וועגן, גארנישט שטעלט נישט אפ די פלייץ פון מחשבות, איך קען זיך פשוט נישט צוזאם קלויבן. וויאזוי איז מיר באשערט געווען אז איך ווייס פאר יעדן, איך בין באאויפטראגט צו זיין דער 'מוציא דיבה הוא כסיל', איך האב נישט די ווערטער וואס צו זאגן, איך קען זיך עס נישט אונטערנעמען.

***


מיין טאטע איז א פראקטישער איד, א גרויסער תלמיד חכם, א שטארקער מאמין בה', זייער ווייט פון א נער, ער כאפט פון וואס מען רעדט, ער ווייסט קלאר און וואס די דאקטורים זענען דן, איך וועל אים פאר צו לאנג נישט קענען נארן, ער איז דאך געווען ביי אלע דאקטורים פונקט ווי איך, ער זעט נאר נישט מיינע אימעיל'ס. אבער איך וועל אים נישט ארום חוש'ן, איך וועל זיין זייער אפן מיט אים. דאס זעלבע גייט פאר מיין מאמע, זי איז גאר א פיפיגע פרוי, א שטארקע קפדנית, פארשווייגט נישט גארנישט, אויפן לונג אויפן צונג, אבער דאך איז זי גאר א רעאליסטישע פרוי, זי נעמט אויף וועלכע ציגל עס קומט איר וועג, נעבעך אויף איר. דער באשעפער זאל איר געבן כוחות צו זיין א פעסטע 'עזר', נישט קיין 'כנגדו'.

מיין מח שטעלט זיך אביסל אריין אין מיין טאטע'ס קאפ, איך פרוביר זיך פארשטעלן וואס אין זיין קאפ שפילט זיך אפ, ווען א דאקטאר זאגט אז עס קען ח"ו זיין א ביטערע מחלה וואס טראכט ער, עס איז לא ימלט אז עס הייבן זיך נישט אן ווירבלן שעדליכע מחשבות, וויאזוי קען מען זיך געבן אן עצה מען זאל נישט חלילה נתפס ווערן בשעת צערו. די פראבלעם האב איך אויך, ווען א טאטע איז נישט געזונט לאזט דאס איבער טיפע וואונדן ביי אלע ארומיגע נאנטע משפחה, מיר אלע קינדער האבן דאך מוחות בקדקודינו. אוודאי האט דער חולה א גרעסערע נסיון, עס איז זייער שווער צו זען ווי דער טאטע זז"ג ווענדט זיך צום תהילים'ל, ווי עס ליגן אויף זיין טיש אלערליי ספרי בטחון, ער וויל זיין זייער שטארק, בשום אופן זיך נישט מתרעם זיין אויפן גרויסער ג-ט בשעת ער גיסט אויס זיין צארן, אבער אז איך טראכט אריין ברויך זיין אזא זאך עפעס ווי א 'לשם יחוד, הריני מקבל עלי מעתה עד למחר בעת הזאת', עפעס אזא מין זאך וואס איז מבטל אלע שלעכטע מחשבות, אלע שלעכטע דיבורים, אלע קללות זאלן בטל ומבוטל ווערן, און נישט גערעכנט ווערן.

משל למה הדבר דומה, ווען איינער גייט צו א דענטיסט, ער ברויך אים אריין דרילן אינעם ציין אריין, עס טוט זייער וויי, וואס טוט מען, מען שרייט מען פארפירט, מען שעלט, מען מאכט קולות. שטייט דארטן א נאר און פרעגט: "איך פארשטיי נישט, פארוואס שרייסטו, פארוואס שעלטסטו דעם דענטיסט, ער האט דיך נישט דא איינגעלאדענט, דו ביזט אהערגעקומען מרצונך הטוב, האסט דאך געווארט אויפן אפוינטמענט, אפילו באצאלט שיין, דאן פארוואס שעלטסטו אים". זאגט אים דער חכם: "איך שריי נישט ווייל איך וויל נישט זיין דא, איך שריי ווייל אין מיר איז דא א בעיבי, די בעיבי וויינט ווען עס טוט אים וויי, אבער אין מיר איז אויך דא א חלק חכם וואס ווייסט אז איך ברויך זיין דא, דעריבער האב איך זיך געלאזט קאסטן אויף דא צו זיין". עס איז נישט קיין סתירה, יעדער איינער ווייסט אז ווען עס ווייטאגט שרייט מען און מען שעלט, אבער תוך תוכיות איז קלאר אז מען איז מקבל די יסורים באהבה, מען איז זיך נישט מתרעם אפילו ווען די מויל לאזט פאלן ווערטער, און עס זעט אויס ווי מען שעלט, דאך ברויך מען וויסן אז מען איז נישט פאראנטווארטליך און מען איז מגלה מעיקרא אז איך בין דא אונטער די קעיר פון קודשא בריך הוא אן קיין ספיקות.

ווען איך קוק צוריק, זע איך די געוואלדיגע חסד ה'. איינער קומט אין שפיטאל, עס איז עק וועלט, מען ווייסט נישט וואס עס האט פאסירט, מען איז צוזאמען געפאלן, מען דארף אנטיביאטיק פאר אן אינפעקשאן, טאקע א ריזיגער פראבלעם. אבער ווען דער אינפעקשאן וואס האט געווירבלט האט דיך געברענט אין שפיטאל, און מען איז דערגאנגען אז דער בורא רפואות האט דיר במתנה געגעבן אן אינפעקשאן כדי צו ראטעווען דיין לעבן, דאן איז שוין גאר א אנדערע מעשה, מען זאגט דאן: 'יישר כח באשעפער פארן מיר געבן די אינפעקשאן, ווייל אזוי וועל איך קענען בלייבן לעבן', און מען איז גאר פרייליך ווען די אנטיביאטיק רינט אריין, און עס דערמאנט אז דאס איז געווען א קלארע אפענע יד השם, דער אייבערשטער האט דיר געטון א חסד, דיר געצייגט אביסל פון זיינע חסדים. דאס איז גענוג פאר אונז צו וויסן אז די חסדים ענדיגן זיך נישט דא. אלעס וואס ער טוט איז חסדים, און אפילו עס איז נישט בבחינת 'הראנו ה' חסדיך', דאך גלייבן מיר אז אלעס איז לטובה אפילו מיר פארשטייען נישט אלעס גלייך, אפילו עס איז נאכנישט דא די תירוצים, און אפילו עס וועט קיינמאל נישט פארענטפערט ווערן.

נעמען א געזונטע מאן מיט א פולן חסיד'ישן טראכט, א מאן וואס איז פיזיש געזונט און שטארק, איינער וואס חוץ א שרעקעדיגע דיאגנאז פעלט אים כמעט גארנישט, נעמען אזא איינעם צו א שייטל מאכער, לאזט איבער גאר טיפע וואונדן ביי אלע ארומיגע, פאר מיין משפחה און פאר מיין מאמע. קען אבער איינער פארשטיין וואס אין מיין טאטע'ס קאפ דרייט זיך בשעת מען שפאצירט אזוי ארויס פון קאר אריינצוגיין צום שייטל מאכער?! איך בין זיכער אז די צער און אפקומעניש וואס ער גייט אדורך בלויז פון די שפאציר קען לעכערן הימלען, צורייסן אלע שלעכטע גזירות. ווי קען די וועלט זיין אזוי פיינטליך צו אים, ווי קען עס איינעם זיין באשערט אזא דורכגאנג?! מען מעסט, מען כאפט בילדער, מען מעטשט קאלירן. אוי שפריצט די הארץ בלוט, ווען די שייטל מאכער זאגט אז עס גייט אויסקיקן הערליך שיין, הלוואי אויף אלע שונאי ישראל אזא ברכה, ווען ער קוקט זיך אין שפיגל באטראכט זיין בארד און פיאות, אלעס גייט גיין פייפן ר"ל, גבול אילו רקיע קני כל חורשתא, וואלט איך נישט געקענט אראפלייגן בכתב די צובראכענקייט וואס מען שפירט בשעת אזא וויזיט, און מען האלט נאך נעבעך ביים הקדמה ל"ע.

***


היינט יום ג' במדבר גייט מען אריינלייגן די פּאָרט, דארט גייט פליסן די רפואות, און די זעלבע צייט גייט פון דארטן אריינפליסן א שרעקליכע חורבן. ווי קען דאס א מענטש איבערטראגן? זיך נאך אריין שרייבן דארט, זאגן יישר כוח פאר אלע וואס העלפען צו, מען דארף נאך דאנקבאר זיין אלעמען. עס איז גאר א שווערע ניסיון אנצוגיין אין אזא זמן מיט די ריכטיגע אמונה, טראכטן ווי א איד, נישט חלילה האבן קיין שלעכטע מחשבות, טראכטן כסדר אז 'כל מה דעביד רחמנא - לטב עביד', אפילו מען זעט דערווייל גארנישט לטב, איז דאך קלאר אז מאתו לא תצא הרעות, יעדע פינטעלע יסורים איז קלאר אפגעשריבן, אלעס איז כפרת עוונות, מען דארף עס מקבל זיין באהבה.

איצט ווען מען האלט דא, ממש איידער מען הייבט אן די טריטמענטס, איז לא ימלט אז עס זאלן נישט אדורך לויפן מחשבות, וואס גייט דא פאסירן מעתה עד עולם. איך ווייס נישט אויב עס איז שיין צו מאכן די חשבונות, איך ווייס נישט צו מען מעג מאכן, אבער א בן אדם קען זיך דאך נישט אלעמאל העלפן, דעריבער וואס קען זיין איז איינס פון דריי מהלכים: איינס - אז עס וועט זיין גרינג, אלעס וועט אדורכגיין אן קיין באזונדערע יסורים. צוויי - אז עס קומען גאר ביטערע שווערע יסורים ח"ו, דער טאטע גייט זיך שרעקליך מוטשענען, אבער סוף כל סוף וועט ער עס איבערקומען, ער וועט זיין א סערווייווער, וועט אי"ה זיין אן אלטער איד וואס וועט אויסלעבן זיינע יארן און זען נחת, און זיך נאך פרייען ביי די אור-אייניקלעך'ס חתונות. און פון די דריטע אפציע וויל איך נישט טראכטן.

'צדיק באמונתו יחיה' איז פשט, אז מען גלייבט אז מען איז געפירט דורך די השגחה עליונה, וואלטן מיר דאך גארנישט געברויכט צו טון, ווייל אלעס איז דאך רצון ה'. אבער ביי רפואה ווייסט מען אז מען לערנט ארויס פון פסוק "ורפא ירפא" – 'מכאן שניתן רשות לרופא לרפאות', מען מעג גיין צו א רופא, און מען ברויך גיין, אזוי איז דער רצון השם. מען ברויך אבער וויסן אז דער אייבערשטער איז דער וואס איז מסיר די מחלה מקרבך, נישט קיין דאקטאר. מען ברויך טאקע משתדל זיין, אבער מען ברויך וויסן אז מען איז אין זיין האנט – "גם כי אלך בגיא צלמות... אתה עמדי". דער באשעפער איז דער 'גוזר ומקיים', טייטשן גוטע אידן אז ער איז 'גוזר' און גיבט די כוחות 'לקיים'.

צוריק צום ענין. מען ברויך זיין גרייט לקבל אלע סארטן וועגן וואס דער אייבערשטער וועהלט אונז אויס, מען ברויך טאקע מתפלל זיין עס זאל זיין די גרינגסטע שייך, דער באשעפער הערט אויס תפילות, עס גייט נישט פארפאלן, דער באשעפער וויל אז מיר זאלן מתפלל זיין. כ'האב אמאל געזען - דאכצעך פון הגאון רבי שלמה קלוגער זצ"ל, אז ביי רחל אמנו שטייט אז 'הקב"ה מתאוה לתפילתן של צדיקים', האט זי געטענה'ט: אקעי, דו ווילסט מיין תפילה, לאמיר מאכן א געשעפט, גיב אהער א קינד, און איך זאג צו אז איך וועל ווייטער מתפלל זיין. דער באשעפער איז מסכים, און גיבט איר יוסף, זאגט גלייך דער פסוק: "ויקרא שמו יוסף לאמור, יוסף השם לי בן אחר", זי בעט גלייך אויף נאך איינס.

אבער טאטי זאגט דאך אלץ תהילים, אלעמאל זעט מען אים מיט א תהילים. איך קען אויך פשוט בעטן דעם באשעפער ווי א קינד בעט זיך: שיק אים א רפואה שלימה, ער איז דאך אזוי גאט'ס פארכטיג, לאז אים נישט פאלן, ער דיזערווט דאך אזוי שטארק דיין ישועה, ביטע זאלן נישט אבות יומתו על בנים, חלילה לך להמית צדיק בשבילנו, זוך דיר נישט אזא שיינע קרבן, נעם ביטע א רשע א גוי, ער וועט דאך אויסנוצן זיינע טעג נאר דיך צו דינען, ביטע לייג אים נישט צוגרונד.

עס איז עק וועלט מיט די סודות, איך ווייס נישט צו עס איז גוט צו האלטן בסוד, עס איז ממילא א סוד פאר בראד, עס דריקט שרעקליך, ממש נישט אויסצוהאלטן. וואס זאג איך פאר מיינע קינדער, זיי זעען אז איך בין אויפן עק פון מיינע בענדלעך, עס איז דאך נישט גוט אזוי, אפשר זאל מען אויסשרייען אז יעדער זאל זאגן תהילים. אוי איז דאס שווער יעדעס מאל ביי רפאנו ווען איך זאג ארויס מיין טאטנ'ס נאמען, גאר שווער איינצוהאלטן א פלייץ פון טרערן, אבער אינערליך רייסט עס, עד כדי כך אז האב שוין כמעט נישט ליב יענע ברכה, איך שפיר דארט אומהיימליך, אבער דאך בעט איך זיך ווי א נגזל.

פונקט דא פארט אלעס אזוי גלאטיג, אלעס איז שוין גרייט, מען גייט שוין מארגן אנהייבן גיסן רפואות מיט ישועות, אלעס פארט ממש ווי געפלאנט. גארנישט ביז אהער איז נישט אזוי גלאטיג געפארן, אבער דא ארבעט זיך אלעס אויס ווי א זייגער פון שווייץ, איך האף דאס איז יד ה', ער פארלייכטערט שוין די געמיטער. אבער מיין הארץ ציטערט, א גוטע זאך קומט דאך געווענדליך אן שווער, ווען מען פארט שנעל באקומט מען נאר א טיקעט. אבער אז מען טראכט גוט איז אלעס גוט אדער יא.

***


עס קראכט מיר אין מח די שאלה: וואס וועט זיין מיט קענסער, פארוואס איז נאך היינט דא אזא נאאיווקייט צום מחלה? למשל, מיין טאטע האט נישט קיין שום פראבלעם צו זאגן, אז עס האט אים געכאפט א שטארקע סטעף אינפעקשאן, אבער חלילה אויסזאגן אז עס האט אים געכאפט יענע מעשה, מיר אידן האבן עפעס אזא פארדאכט צום מחלה, כאילו מען נעמט דאס זעלבסט, מען איז זוכה דערצו ווען מען טוט א חטא. צו ווייסן נישט היינט אידן אז קענסער הרג'עט רוב רובם פונעם מענטשהייט, עד כדי כך אז איינס פון צוויי מענער וועלן על פי דרך הטבע ווערן דיאגנאזירט מיט קענסער ל"ע דורכאויס זייער לעבן. וואס איז די באהעלטעניש דא? פארוואס קענען מיר עס אפילו נישט ארויסזאגן? מיר זענען ערגעץ געבליבן סטאק.
איך רעד שוין נישט, אז מיר אידן טוען גארנישט צו פארמיידן די מחלה. וואס, ביזט משוגע? ניין, איך בין נישט. וויפיל האט איר געהערט אז מען טאר נישט האבן קיין טריפה'נע כלי? כאטשיג צען מאל א יאר, אבער וויפיל מאל האט איר שוין געהערט אז מען טאר נישט רייכערן ווייל עס ברענגט חלילה קענסער? שששש... קיינער רעדט נישט, יעדער איז פלוצלינג שטיל. מען כאפט א בחור רייכערן, אז מען ווארפט אים ארויס איז עס נישט ווייל ער איז עובר אויף 'ונשמרתם', נאר ווייל ער מוז זיין א צולאזטע בחור, א באם, מיר דארפן נישט אזעלכע, אבער נישט ווייל מען טאר נישט רייכערן.

***


ווען מען נעמט קימא-טעראפי, איז דא א פראבלעם. די וואס נעמען דעם קימא גייען אדורך געוויסע פראבלעמען וואס מען זעט אן, ווי למשל די האר וואס פאלט ארויס. אבער עס זענען דא פראבלעמען וואס מען זעט נישט אן אינדרויסן, ווי למשל די האלז קראצענישן, די אפעטיט וואס ווערט נעלם, מען ווערט גאר שטארק נאָושעֶס, דייעריע, מען שפירט נישט קיין שום טעם אין עסן חוץ ערד.

ממילא מאכט עס אזא רוגזא צווישן מיין מאמע און מיין טאטע, זי מאכט אים פיש, אבער ער קען אויף קיין פיש נישט קוקן, זי מאכט א חלה וואס טאנצט, אבער ער קען נישט עסן א ערדענע חלה, זי שניידט אויף א גאנצע וואסער-מעלאנע מיט טשערי'ס, אבער ער שטופט אוועק דעם טעלער. זי נעמט דאס גאר פערזענליך, זי זאגט: 'אויב דו עסט נישט, עס איך אויך נישט', זי טענה'ט: 'שטופ דיך צו עסן מער, דו ביזט אפילו נישט טועם, דו קומסט ניטאמאל צום טיש'. עס ווערט א געפעכט אין א צייט וואס די פראבלעם איז אז זי פארשטייט נישט די פראבלעמען מיט וואס ער מוטשעט זיך. איך פרוביר מסביר צו זיין, איינ'טענה'ן מיט איר אז זי ברויך אים פארשטיין, זי ברויך מחדש זיין אלעמאל נייע זאכן, אבער ער שטופט אלעס אוועק. אה, ער קען עסן בארשט, הודו לה' עס איז שוין דא וואס צו עסן, מאכט זי א טאפ בארשט, אבער ביים ערשטען טעלער גיבט ער כמעט א ברעך אויס אלסדינג, און זי ווערט ווי פארשעמט, אבער ליידער דאס איז נאך די נארישקייטן פונעם פראבלעם.

די שוואכקייט וואס מען שפירט, איז אויך נישט צו פארטראגן. ער פלעגט קיינמאל נישט שלאפן אסאך, אבער איצט איז ער מיד, און די האר ווערט דינער אין דינער, עס איז אזוי הארצווייטאגליך, ממש נישט אויסצוהאלטן, דאס מעסטן די בלוט, דאס אריין און ארויס פון שפיטאל. אז ווען מען האט זיך שוין א טראפעלע צוזאמען געקליבן און געשעפט עפעס א שטיקל כח, איז נאכאמאל א קימא טריטמענט, ממש א שרעק.
אוי די סוד, דאס איז די ערגסטע אדורכצוגיין. ווער האט אים געזאגט, יענעם געזאגט, איך בין אים נישט מוחל. עס איז עק וועלט.

איצט איז שוין רינדע פיר, די סיסטעם פארט שוין אבער עס איז מיט גרויס פחד און שרעק, ווייל רינדע דריי איז געגאנגען מיטן פיטום אראפ, שוין ביים אהיימגיין האבן מיר גיזען אז עפעס טויג נישט. 'עס איז גארנישט', 'עס איז נארמאל', 'מאך נישט קיין טומל', אבער למעשה איז שוין גארנישט אזוי גארנישט, עס איז געגאנגען פון שלעכט צו גאר שלעכט כמעט ביז יציאת הנשמה, די דייעריע איז געווען שרעקליך, די איבל איז געווען למעלה מהשגתינו, געווארן שוואכער יעדע טאג, נישט געקענט נעמען אין מויל אריין גארנישט, און אז מען עסט נישט און טרינקט נישט איז נאר א פראגע פון צייט ביז מען הויכט אויס, און מיר האבן זיך געפונען אין שפיטאל. מיר זענען דארט פארבליבן פאר פיר וואכן, ביז די כוחות האבן זיך צוריקגעקערט, און תיכף ומיד ווי נאר עפעס כוחות האבן זיך פארזאמלט, ברויך מען שוין אנהייבן רינדע פיר. ב"ה עס איז דערווייל מסודר, ווייל מען האט אראפגענומען איין פראבלעמאטישע קימא טעראפי.
רינדע פיר אריין, רינדע פינף אריין, איצט גייט זיך אנהייבן פאזע צוויי פון די טריטמענט'ס, מען גייט אנהויבן קימא רינדע זעקס, אבער מען גייט שוין שמועסן וועגן די חלק ה'אפעראציע, עם.אר.איי., קאנסאלטאציע מיטן שניידער, זען וואס צו ערווארטן. די קישקעס הייבן זיך שוין ארום צו דרייען, דא זענען די ימים נוראים ארום די קארנער, דא א משפחה חתונה תיכף ומיד נאך די הייליגע טעיג, זומער איז שוין פארביי, צייט אהיימצוגיין פון סיגעיט ווי מען האט פארברענגט גאנץ זומער, זיך באקענען מיט די וועלט כמו שהוא, זיך באגריסן מיט אלע באקאנטע, צוריק צו א געהעריגע סדר היום. גארנישט אזוי געשמאק ווען מען ברויך גיין אין א שול ווי יעדער קען דיך, און ערשיינען בשינוי צורה. עס איז זיכער כפרת עוונות פאר די אויסגעלייטערטע נשמה, אבער ב"ה פאר דעם, מען ברויך דאך דאנקן דעם באשעפער אז די נשמה איז נאך דא, עס האט נישט געפעלט קיין סאך צו זיין בעלמא דקשוט.

***


היינט איז ערב שבת בראשית תשע"ו. איך האב ווי פארגעסן צו שרייבן ווייטער, ווייל עס איז פשוט נישט געווען קיין צייט זיך צו עפענען און דא אריינלייגן מיינע געפילן, אבער פיל איז אריבער אויף אונז, גוטע צייטן ווי שלעכטע. מיר האלטן אבער איצט ערב די אפעראציע, נעקסטע וואך מאנטאג גייט זיין דער טאג וואס מען גייט אונטערן מעסער, לאמיר האפן און ווייטער מתפלל זיין אויף די בעסטע.

דער טאטע איז גאר נערוועז פון וואס עס גייט פאסירן, די לופט ווערט געשניטן מיט א מעסער'ל, די ימים טובים זענען אויך נישט אדורך אזוי איי איי איי, עס איז געווען שרעקעדיגע בליסטער'ס מיט איין פימפל וואס איז געווארן די סייז פונעם מילגרוים וואס מיר עסן להרבות זכיותינו, גאר שרעקליך איז געווען זיין אויסזען חול המועד, ער איז אריין אין שפיטאל הושענה רבה, ב"ה אנטיביאטיק האט עס אוועקגענומען, עס איז שיריים פון קימא נומער זעקס, הלוואי ווען די טומער גייט אוועק אזוי שנעל, ה' יעזור.

היינט מאנטאג פרשת נח. ב"ה די אפעראציע איז געלונגען, סך הכל זיבן שעה. דער דאקטאר איז שטארק צופרידן פונעם אויסגאנג, אזוי זאגט ער. וואס דען זאל ער זאגן? 'האלאו כ'האב אנגעמייכנט'? לאמיר טאקע האפן אז עס איז טאקע אזוי.
ב"ה מען האלט שוין פאר פורים. די ווינטער איז אדורך געלאפן, פארברענגט עטליכע וואכן אין די פלארידע היצן, די כוחות זענען צוביסלעך צוריק, פערטיג מיט די טעראפיען, מען גייט בקרוב גיין פאר טעסטינג, זען אויב מען איז מסודר. ביי מיר פלאטערן די אינערליכע פוטער-פליגן, נישט ווייל איך האב מורא, נאר אזוי איז עס, עס ציטערן די גלידער. טראץ איך טראכט גוט, ווייס איך אז רחמי שמים איז וויכטיג, און גאר נויטיג. איך בין זיכער אז דער באשעפער וועט זאגן פאר אונזערע צרות די די, און מיר ווילן לעבן 'העפעלי עווער עפטער', עד ביאת הגואל.
ביז אהער פונעם טאגבוך.
---

דער שרייבער פון די שורות האט זיך אריינגעלייגט אדורכצואקערן די נושא פון די ביטערע מחלה 'קענסער' רח"ל, איר היסטאריע, די סארטן קראנקהייטן, די רפואות און טעראפיען, א.א.וו.

אין די קומענדיגע זשורנאלן פון "דער וועקער", וועט מען צוביסלעך אדורכאקערן די נושא פון 'יענע מחלה', אין א לענגערע סעריע פון ארטיקלן, וחפץ ה' בידינו יצליח.
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 11:48 pm#345837
א אויסערגעווענטליכע ארטיקל וואס האט מיר געעפנט א טויער צו די שווערע און טרויעריגע דורעכגאנג וואס אלע חולי ישראל זאלן דורך גיין מיט רפואה און קיינער זאל מער נישט ליידן, איך האב גוט פארשטאנען די ווייטאג וועגן האלטן א סוד, האבנדיג אין משפחה א קרובה וואס האט אויך געהאט קענסער און ב"ה שוין אויסגעהיילט, און זיי האבן דאס דווקא נישט געהאלטן א סוד, דאס האט אן קיין ספק זיי געהאלפן דורך גיין די שווערע תקופה.
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 11:52 pm#345838
גאר א רירנדע שילדערונג, א פתח קטן צו פארשטיין די צער, ווייטאג, און אנגסט, ביים הערן די ביטערע בשורה אז קענסער קלאפט אויפן טיר רח"ל.

דיין זיך ספראווען מיט אמונה, דיין עצם געוואגטקייט דאס ארויסצוברענגען מן הכח אל הפועל, דיין זיך מחזק זיין און זיך נישט לאזן, זענען מורא'דיג איספרירינד.
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 1:09 am#345852
הארציג, רירנד און שטארק אינפארמאטיוו. א דאנק פליקער - האסט צעפליקט מיין הארץ.
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 1:33 am#345856
דער ארטיקל קען דערשרעקן מענטשן, אבער עס איז ליידער וויכטוג צו מאכן מענטשן אויפמערקזאם איבער תלאות פונעם מציאות, סיי כדי צו פארשטיין די ליידנדע און סיי צו פארשטיין זיך ווען גאט באהיט מען גייט דורך עפעס ענדליך׳ס.

עס איז אבער כדי צו באמערקן אז עס זענען פארהאן כל מיני אופנים וויאזוי מענטשן נעמען דאס אויף. טייל בעסער און טייל ערגער, געוואנדן אין ווען, וועם, און וויאזוי עס באטרעפט.

זאלן אלע ברואים פון גאט זיין געזונט, און גלייכצייטיג אויך זיין גוט און ערליך.
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 7:07 am#345863
זייער גוט באשריבן ATUB @פליקער ATUB ס'האט מיר געקאסט א טרער.
ובפרט האבענדיג אוזיפיל נאנטע ידידים וקרובים וואס ספראווען זיך מיט דעהם. און נישט לאנג צוריק האב איך פארלוירן א באנטש שכנים איין יאר נאכן צווייטן ה"י.
א גאר נאנטע האט פארלוירן ביידע עלטערן רח"ל.

אבער די האסט מיר גוט דערשראקן!
די האסט געשריבן
ווייסן נישט היינט אידן אז קענסער הרג'עט רוב רובם פונעם מענטשהייט, עד כדי כך אז איינס פון צוויי מענער וועלן על פי דרך הטבע ווערן דיאגנאזירט מיט קענסער ל"ע דורכאויס זייער לעבן.

פון ווי נעמסטו דאס? רח"ל מהאי דעתא. היה לא תהיה.
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 8:52 am#345865
Re: די שרעקליכע מחלה הידועה: קענסער רח"ל (דער וועקער 3)
נעגעל וואסער האט געשריבן:זייער גוט באשריבן @פליקער ס'האט מיר געקאסט א טרער.
ובפרט האבענדיג אוזיפיל נאנטע ידידים וקרובים וואס ספראווען זיך מיט דעהם. און נישט לאנג צוריק האב איך פארלוירן א באנטש שכנים איין יאר נאכן צווייטן ה"י.
א גאר נאנטע האט פארלוירן ביידע עלטערן רח"ל.

אבער די האסט מיר גוט דערשראקן!
די האסט געשריבן
ווייסן נישט היינט אידן אז קענסער הרג'עט רוב רובם פונעם מענטשהייט, עד כדי כך אז איינס פון צוויי מענער וועלן על פי דרך הטבע ווערן דיאגנאזירט מיט קענסער ל"ע דורכאויס זייער לעבן.

פון ווי נעמסטו דאס? רח"ל מהאי דעתא. היה לא תהיה.

איך וויל נישט דא מאריך זיין וועגן די עצם מחלה אדער ראיות דערוועגן, מען ברויך צוגיין נארמאל מיט הסברים אויף יעדע זאך, אבער אז דו פאדערסט און עס קען געמאלט זיין אז דו קלעסט איך בין מגזם, גיב נאר איין קוק אויף קענסער'ס אפיציעלן זייטל קענסער.ארג וועסטו זען דא האט איר א לינק
m http://m.cancer.org/cancer/cancerbasics ... rom-cancer m .
הלואי וואלט עס געווען א גוזמא.
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 10:59 am#345880
זיך דרייענדיג אין די ציווילזירטער וועלט, קוקט מיר עפעס אויס ווי קענסער איז ביי די מענטשן א געהעריגער טייל פון לעבן מיט וואס מען ספראווערט זיך, גלייך ווי מיט אנדערע פראבלעמען און סכנות, און עס איז נישט בלויז א שרעקערדיגער סטיגמע.

מענטשן אין די גרויסער וועלט האבן מיר דערציילט איבער זייער קענסער, און עס הערט זיך ביי זיי ווי נאך א שוועריגקייט און סטראגל אין לעבן, און נישט ווי דער שטן האט אים פארכאפט.

א 50 יעריגער דאקטער דערציילט מיר אין א געמיטליכער שבת נאכמיטאג שמועס: מיין מאמע האט אנגעהויבן מיט קענסער אין אירע פופציגער (געשטארבן איז זי ביי די 85), און איך האב אנגעהויבן ביי מיינע צוואנציגערס.
ער זאגט אן קיין שרעק, אז דאס איז ביי אים גענעטיש און אז ער וועט נאך עטליכע מאל דיאגנאזירט ווערן מיט די מחלה.

א צווייטער מאדערנער דערציילט מיר מיט א פשטות איבער א הויט סענביטיוויטי וואס ער האט, און עס איז ערווארטערט יעדן טאג אז ער זאל באקומען דערויף קענסער.

וואס איך מיין צו זאגן איז, אז טראץ וואס אלע מענטשן אין די וועלט נעמען קענסער אן אלס גרויסער צרה, זענען אבער די ציוויליזירטער מער אויפריכטוג דערמיט, און אנשטאט עס באטראכטן ווי א מיסטעריעזע סטיגמאטישער שטן, באטראכטן זיי דאס ווי א נאטורליכער מציאות פנים אל פנים.

זאלן אלע ברואים פון גאט זיין געזונט
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 11:37 am#345890
איך ווייס נישט אין וועלכע פלאנעט איר לעיבט, אבער לעצט וואס איך האב געטשעקט איז קענסער נישט ראסיסטיש צווישן מאדערענע אינג אלט שווארץ ווייס גלייבט צי אטיאיסטיש געשטימט, עס כאפט אלעמען ווי ס'שווארץ יאר, גאר שווער איז צי זיין קאלט ווען עס כאפט.
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 12:47 pm#345900
קען זיין אז איך בין נישט גערעכט
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 12:47 pm#345901
פליקער האט געשריבן:איך ווייס נישט אין וועלכע פלאנעט איר לעיבט, אבער לעצט וואס איך האב געטשעקט איז קענסער נישט ראסיסטיש צווישן מאדערענע אינג אלט שווארץ ווייס גלייבט צי אטיאיסטיש געשטימט, עס כאפט אלעמען ווי ס'שווארץ יאר, גאר שווער איז צי זיין קאלט ווען עס כאפט.

גראדע יא ראסיסטיש. קענסער זוכט יא אויף אשכנז'ישע אידען.
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 12:55 pm#345902
דער נושא איז דא צו איין גרופע נעמט עס אויף שווערער ווי די אנדערע, און נישט צו עס קומט פאר מער ביי איין גרופע ווי ביי די אנדערע
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 1:03 pm#345906
שלום על ישראל האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:איך ווייס נישט אין וועלכע פלאנעט איר לעיבט, אבער לעצט וואס איך האב געטשעקט איז קענסער נישט ראסיסטיש צווישן מאדערענע אינג אלט שווארץ ווייס גלייבט צי אטיאיסטיש געשטימט, עס כאפט אלעמען ווי ס'שווארץ יאר, גאר שווער איז צי זיין קאלט ווען עס כאפט.

גראדע יא ראסיסטיש. קענסער זוכט יא אויף אשכנז'ישע אידען.

מען האט געשמיסט פון קענסער עז עי האלל, נישט ספעציפישע קענסער'ס.

איך וואלט נישט געוואלט די נושא זאל פארקראכן ווערן, ביטע האלטן אויף די רעלסען.
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 1:06 pm#345908
נעגעל וואסער האט געשריבן:...אבער די האסט מיר גוט דערשראקן!
די האסט געשריבן
פליקער האט געשריבן: ווייסן נישט היינט אידן אז קענסער הרג'עט רוב רובם פונעם מענטשהייט, עד כדי כך אז איינס פון צוויי מענער וועלן על פי דרך הטבע ווערן דיאגנאזירט מיט קענסער ל"ע דורכאויס זייער לעבן.

פון ווי נעמסטו דאס? רח"ל מהאי דעתא. היה לא תהיה.

זייער גוט געשריבן ATUB @פליקער ATUB , אבער אז קענסער הרג'עט רוב רובם פונעם מענטשהייט איז טאקע זייער ווייט פון דעם אמת.

געבויט אויף פאקטישע קענסער טויטן פון די יאהרן 2008-2012, איז 0.1712% פון די אמעריקאנער פאפולאציע געשטארבן פון קענסער "פער יאהר".

בערך 39.6% אמעריקאנער וועלן באקומען א קענסער "דיעגנאָסיס" אין זייער לעבן, און די מעגליכקייטן פון איבערלעבן שטייגט יעהרליך בס"ד.

מקורות: Cancer.org און Cancer.gov.
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 1:07 pm#345909
moshav zekeinim האט געשריבן:דער נושא איז דא צו איין גרופע נעמט עס אויף שווערער ווי די אנדערע, און נישט צו עס קומט פאר מער ביי איין גרופע ווי ביי די אנדערע

אז עס קומט מער פעלער, נעמט מען עס לכאורה אויף שווערער. ניין?
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 1:10 pm#345911
(מיינע ווערטער זענען צענזערירט געווארן האב איך עס געמעקט)
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 1:15 pm#345912
moshav zekeinim האט געשריבן:איך זעה פליקער אז דו האסט גענומען דאס באשרייבונג ווי אן ערנסטער תפקיד.

והחי יתן אל לבו
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 1:20 pm#345914
אודאי איז קענסער נישט דער גרעסטער הורג אין די וועלט. מאלעריע, און הארץ אטאקעס שטייגט עס פיל איבער. אבער אנדערש ווי קענסער זענען זיי נישט פארשפרייט אין אלע מקומות און עידזשעס, און ווי אויך זענען זיי פארמיידבאר, און דאס איז אויסער דעם וואס קענסער מיט זיינע באהאנדלונגען פארדרייען דעם מענטשן׳ס סדר החיים אויף א גאר שטארקער פארנעם.
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 1:38 pm#345918
איך האב יעצט אביסל געסערטשט און איך האב מיר ווארשיינליך טועה געווען. קענסער אלס א גרופע איז לכאורה יא דער גרעסטער הורג, אבער אין די סייענטיפישער וועלט ווערן פארשידענע קענסערס באטאראכט ווי באזינדערע מחלות וואס איינס איז נישט דומה צום אנדערן. דערפאר ווערן הארץ קראנקהייטן, עקסידענטן, עידס, און דייעביטיס, און בעיבי שלשול באטראכט ווי די גרעסטע הורגים
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 2:41 pm#345946
עכ"פ פאר יונגע מענטשן איז עס דער גרעסטער הורג. אבער די גוטע נייעס איז אז א ריזיגער פראצענט פון טויטליכע קענסערס קען זיין פארמיידבאר מיט א געזונטן לעבנסשטייגער און העלט קעיר.
דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:54 pm#345972
יעקב מענטש האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:איך זעה פליקער אז דו האסט גענומען דאס באשרייבונג ווי אן ערנסטער תפקיד.

והחי יתן אל לבו

איך האב נישט דאס געשריבן. עמיצער האט דא ארום געארבעט מיט מיינע ווערטער.
מיטוואך אוגוסט 17, 2016 2:02 am#346079
שלום על ישראל האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:דער נושא איז דא צו איין גרופע נעמט עס אויף שווערער ווי די אנדערע, און נישט צו עס קומט פאר מער ביי איין גרופע ווי ביי די אנדערע

אז עס קומט מער פעלער, נעמט מען עס לכאורה אויף שווערער. ניין?


איך בין נישט באקאנט אין די טעאריע פון פחד, אבער אז מען וויל דעם צרה פון קענסער באטראכן מיט א ניכטערן בליק קען מען עס מדמה זיין צו ראוד עקסידענטן, וואס איז גאר שטארק דומה צו קענסער. די צאל טויטע פון עקסידענטן איז קרוב צו די צאל טויטע פון קענסער. גלייך ווי קענסער איז עס בלויז פופציג פראצענט פארמיידבאר. א עקסידענט קען פארקריפלען לעולם ועד רח"ל. פיל מענטשן וועלעכע האבן איינמאל געהאט א עקסידענט צוליב שוואכע געניטשאפט האבן גרעסערע שאנסן צו האבן א צווייטער.

אלזא, הארטערהייט איז דער ראוד כמעט דער זעלבער שטן ווי קענסער, נאר וואס דען? דער ראוד שאפט נישט אזויפיל כראנישע שמערצן פיזיש און מאראליש ווי קענסער, עס איז ווייט נישט אזוי מיסטעריעז און דראמאטיש מיט א געשפאנטער פראצעדור.

מענטשן שרעקן זיך לאו דוקא פון טויט, נאר בעיקר פון א שלעכטער סטיגמא, קענסער פארנעמט זייער נישט קיין שיינער ארט אינעם קולטור, עס ווייזט אויף א מורא׳דיגער לוזערישקייט, די פארקערטע פון א העלדישער סאלדאט וואס יחז אויסן דורכצוגיין פארן פאטער לאנד שווערע פיזישע יסורים, און ערווארטן דעם טויט אויפן שלאכט פעלד מיט העלדישקייט.
מיטוואך אוגוסט 17, 2016 2:14 am#346080
איך בעט זייער, אז טאמער איינער האלט אז איך פארשטיי נישט דעם ענין, זאל עס מיר מעורר זיין. איך פראביר דא בסך הכל אוועק ריקן דעם מיסטעריעזן שלייער ארום דעם נושא און עס באטראכטן אויף א פראפארציאנעלן ניכטערן אופן. אבער קען זיין אז דער שלייער איז טאקע חלק בלתי נפרד פון אזא סארט כראנישער מחלה.
מיטוואך אוגוסט 17, 2016 3:10 am#346083
moshav zekeinim האט געשריבן:איך בעט זייער, אז טאמער איינער האלט אז איך פארשטיי נישט דעם ענין, זאל עס מיר מעורר זיין.

די כלל איז גילטיג אויף אלע דיינע אנדערע תגובות אדער נאר דא?
מיטוואך אוגוסט 17, 2016 9:53 am#346098
דער ארטיקל פארדינט א אסקער.
עטס ווייסט דאך, איך ווער נישט סתם אזוי איבערגענומען פון אנגעבליכע הארץ רייסעריי.
אבער א דייערי, איז אוטענטיש, און צומאל גאר טיף, וואס אפילו דער שרייבער פינעם דייערי, וועט מארגן נישט פארשטיין וואס און וויאזוי ער האט דאס געקענט שרייבען נעכטן, פאר דעם שרייבט ער עס יעצט.
די מחלה איז טאבו, מיסטעריעז, פחד'יג, מען האט מורא פון איר ווי פינעם טייוול, ווייל זי איז טאקע.
ס'קומט זיך אסאך קרעדיט פאר פליקער'ן פאר די העאריזם, און אנשטאט באגראבן זיין עקספירענס ערגעץ וואו אין א פארווייטאגטע פלאץ אין הארץ, נעמט ער אונז אלע אהין.
פליקער, קומט דא ארויס ווי זייער א אינטרעסאנטער אוטענטישער פיגור, א קאמישער לץ וואס ווערט איבערגענומען פון אפילו קליינע דעטאלן. זיין אמונה איז אויך זייער אוטענטיש דא, ער איז מכבד זיין טאטענס שטארקייט, בזמן ער ספראוועט זיך. ער איז זיך מחזק מיט צובראכענקייט, און ווערט צובראכן פון חיזוק.
דאס איז אייגענטליך די מעלה פון דייעריס איבער סתם געשרייבעכס.
מיטוואך אוגוסט 17, 2016 10:24 am#346102
ATUB @אחד העם ATUB א דאנק פאר דיינע ווארימע רייד, עס גיבט מיר חיזוק, ווייל בעצם האב איך עס נישט געוואלט פארשפרייטן בכלל, ווייל עס איז בכלל נישט מיין דרך, איך גלייך צי פארשפרייטן שמייכלעך נישט זיין א מוציא דמע לבטלה, נאר וואס דען, דיין נקידה וואס דו האסט ארויס געברענגט, אז נאכן זיין אפשגעשריבן, האב איך געזען אז דאס האט בכלל נישט געקענט זיין איך וואס זאל עס האבן געשריבן, נאר עפעס ווי פון א אנדערן, האב איך נישט געקענט איינהאלטן, און נישט געקענט פארשטיין אז איך האב עס געשריבן, אדער אפשר האב איך טאקע נישט געשריבן, אפשר איז עס נאר א נאוועל, מען וועט שוין קיינמאל נישט וויסן.

1300
מיטוואך אוגוסט 17, 2016 10:48 am#346110
ATUB @פליקער ATUB האסט בארירט מיינע סטרינעס מיט דעם ארטיקל, נעכטן נאכט האב איך געזעהן חלק ב׳ פאר וועקער נומער 4, מורא׳דיג רייך באשריבן, און ווי ATUB @אחד העם ATUB האט געשריבן, אז דאס אליין אז אונזער שמייכל׳דיגער פליקער האט עס געשריבן געבט אסאך צו. און פון די אנדערע זייט ברענגט עס ארויס דיינע קאלירפולע כשרונות.
מיטוואך אוגוסט 17, 2016 11:14 am#346125
ATUB @שלום שטיסל ATUB דו לייגסט מיך אין א ספאט מיטן אויפבויען א הייפ וואס איז עבידא לגלוי' און וועט חלילה זיין א לעט דאון.
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 1:43 pm#352368
כ'האב שוין שנעל איבערגעבליקט דעם ארטיקל בשעתו, אבער נעכטן ביי פאזע האב איך עס געלייענט בעיון. דער ארטיקל איז נישט נאר זייער אינפארמאטיוו, נאר האט מיך אויך גאר שטארק גערירט. כ'האב צום ערשטן מאל געשפירט ווי איך פארשטיי אפס קצהו פון וואספארא דורכגאנג קענסער איז פאר דעם פאציענט און די משפחה. כ'האף בקרוב צו מאכן צייט צו לייענען בעיון די ווייטערדיגע ארטיקלען.
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 4:35 pm#357050
איך בין שאקירט צו טרעפן עטליכע אומבאוואוסטע מעגליכע גורמים צו קענסער

m http://abcnews.go.com/Health/Wellness/s ... =19475248# m

צב"ש פאום קאפס וואס מיר נוצן צו טרינקען קאווע יעדן טאג, דאונאטס לכבוד חנוכה הממשמש ובא (ווייסע מעהל ווען עס ווערט געפרעגלט אין גאר הייסע אויל איז פיל ערגער ווי סתם אזוי) און אויך פרענטש פרייס, ברוינע רייז (גאר ערגער ווי ווייסע!), געוויסע דעטערזשענטס, ווי אויך רינקל-פרייע העמדער, און נאך.

ולמזהיר ולנזהר וכו',
דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 10:21 am#357124
Re: די שרעקליכע מחלה הידועה: קענסער רח"ל (דער וועקער 3)
און נישט פארגעסן מוסטשעקיאר יורעטין, וואס אלע היימישע פארמיליעס פלעגן ניצן צי פאלישען די פאדלאגעס.
m https://www.atsdr.cdc.gov/interactionpr ... ip05-a.pdf m

מער וועט געשריבן ווערן און די ארטיקלען ווי מיר וועלן אויסשמיסן די ענין פון קארסינדזשענס
דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 12:15 pm#357130
עס איז מיר א פלא, די מוסטשיורקיור (איך זאג עס גוט?) סומאטוכע בשעתו איז געווען פארנעפלט, א מחלוקת הפוסקים, זה אומר בכה וזה בכה, בריוון אין די צייטונגען הין-און-צוריק, און עס האט זיך שפעטער אפגעשטילט, כאילו אז עס איז בכלל נישט מער קיין פראבלעם, און חמת המעוררים שככה, לכה"פ אזוי האט עס אויסגעקוקט. איך מיין אז ביז היינט שמירט מען דאס נאך אין אלע הייזער, מען גייט פשוט ארויס פאר א טאג-צוויי ביז עס ווערט אויסגעטרוקנט, ומכאן ואילך איז נישט קיין אישו מער.

עס האט מיר אלץ געדרוקט צו וויסן וואס איז טאקע דער אמת? איז עס בלויז געווען קאמפעטישאן אדער טאקע יש דברים בגו?

העמיר מוזן ווארטן אויף פליקער'ס שטודיעס און ארטיקלען.
ווען וועט דאס שוין זיין, אוי ווען וועט דאס שוין זיין? :פורים2:
דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 12:49 pm#357136
Re: די שרעקליכע מחלה הידועה: קענסער רח"ל (דער וועקער 3)
עס איז שוין איינמאל א אישו, איך וויל נאר נישט מאכן פין דיזן אשכול א מויסטשעקיור אשכול.
איך ווייס קלאר פון פאקטישע מעשיות וואס איך בין קייגען געקומען דורך אויס מיין ריסערטש פראגראם וואס חרבנות דאס האט אנגעמאכט.
איך וועל נאר איין ביישפיל געבן פון א מעשה וואס שפילט זיך איצט אפ אין קרית יואל, ווי די לייט און לייטקעס זענען גאר מחמיר און די נושא פון שמירן מיט די שעדליכסטע סחורה. אן זיך רעכענען מיט די שכינים.

איר האט שוין אמאל געהערט וואס זיקא וויירוס טוט, יא אוודאי עס ארלעדיגט אז די ניי געבוירן קינד'ס קעפעלע איז קליין, און גויאיש הייסט דאס מייקראסעפעליע, דאס קומט פון א צענטראלע נערוועס סיסטעים אים אנטוויקלינג.

אין קרית יואל איז כעת דא 5 קעיסעס דערפון און קיין איינע איז נישט רילעיטעט צי די זיקא וויירוס נאר צי קעמעקל עקספאוזער, און די קעמעקל הייסט טאליון און געפינט זיך אין מויסטשקיור, ווייל קיינע פון זיי האבן נישט די זיקא וויירעס.
A number of reports of birth defects in children born to women who abused toluene or other organic solvents during pregnancy suggest that high-level (4,000–12,000 ppm) exposure to toluene during pregnancy can be toxic to the developing fetus, causing effects that included "microcephaly", central nervous system dysfunction, growth deficiency, cranofacial and limb abnormalities, and reversible renal tubular acidosis (ATSDR 2000). Results from several inhalation exposure studies of animals indicate that exposure to levels of toluene that begin to produce maternal toxicity can cause fetal effects, including reduced fetal survival and retardation of growth and skeletal development (Courtney et al. 1986; Hudak and Ungvary 1978; Huntingdon Research Centre 1992a, 1992b; Ono et al. 1995; Thiel and Chahoud 1997; Ungvary and Tatrai 1985).
אן אויסצוג פון די אויבן געברענגטער לינק.

דאס איז חוץ וואס עס איז קלאר ווי דער טאג אז עס האט נאך שעדליכע קעמיקאלן ווי בענזין וכו', און עס איז שטארק שעדלעך פארן אטעם און ברענגט אסטמע און נאך אטעמען פראבלעמען, פיל מאל פערמענאנט., דאס איברעגע וועט איר מיזן ווארטן אויפן קארסיניזענט אשכול פאר א קלארע ביאור וואס דאס מיינט. אבער בקיצור נמרץ, א קעמעקל אדער סיי וואס, וואס ווען מען איז עקספאוזט דערצי, האט א עפעקס אויפן צעל אז עס ברענגט דעם סעל זיך צו ציטיילן ווערט אנגעריפן א קארסינידזשען.

אגב א ציגארעטעל האט איבער 250 קארסינדזשענס אין אירע אינגרידיענץ.
דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 12:57 pm#357138
Re: די שרעקליכע מחלה הידועה: קענסער רח"ל (דער וועקער 3)
בילד
דאס איז די אינגרידיענס לעבעל, אוןאויב איז דאס נישט געניג, לייגן די פלאר שיינערס (וואס שטארבן איינס ביי איינס פון קענסער) צי נאך כדי עס זאל זיין שיין.
בילד
דינסטאג מאי 23, 2017 9:50 pm#372198
דינסטאג מאי 23, 2017 10:08 pm#372199
Re: די שרעקליכע מחלה הידועה: קענסער רח"ל (דער וועקער 3)
ליפא האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=33848

שגץ דער

זייט וויסען אז דאס איז פלאגערירט געווארן, און איז בלי רשותי.
דינסטאג מאי 23, 2017 10:31 pm#372201
@פליקער געב אריין א DMCA notice.
דינסטאג מאי 23, 2017 10:32 pm#372202
שוין פארמעקט.
דינסטאג מאי 23, 2017 10:38 pm#372203
Re: די שרעקליכע מחלה הידועה: קענסער רח"ל (דער וועקער 3)
איך נישט זאגן אז עס שמעקט מיר נישט אנעים'ס קאמפלימענט
זיינע קאמענט'ס זענען טיפיקאל אייוועלט נערישקייטן- אבי געהאקט
ווען סיי ווער וואלט מיר וועין געבעטן רשות וואלט איך לכאורה געגעבן.
שוין איצט קען די ארטיקל ציריק גיין שלאפן.
דינסטאג מאי 23, 2017 11:44 pm#372205
Re: די שרעקליכע מחלה הידועה: קענסער רח"ל (דער וועקער 3)
איך וויל דא אפען געבען מיין הסכמה פאר אייוועלט און וועלכע אנדערע פאבליקאציע עס וויל עס פרינטען אז איך בין מסכים מען זאל עס פאבליצירן מיט איין תנאי
מען ברויך שרייבען אז דאס איז גענימען מיט רשות פון פאליק פליקמאן הנקרא פליקער וזהו
פרייטאג יולי 07, 2017 11:10 am#378244
Re: די שרעקליכע מחלה הידועה: קענסער רח"ל (דער וועקער 3)
דאס איז לכאורה אימיונאלאדזשי, וואס איך פלאן צי באשרייבן אי''ה ביים נעקסטן עטליכע סעריע'ס פארן וועקער. סטעי טונד
מיטוואך יולי 12, 2017 1:24 am#378764
איך קען נישט ווארטן! דיינע ארטיקלען זענען מורא'דיג רייך און באלערנד.
זונטאג יאנואר 28, 2018 12:22 am#394353
וואס גייט פאר? מיר ווארטן אויף די פארזעצונג.
זונטאג יאנואר 28, 2018 1:22 am#394354
די מחלה איז אריין אין remission...
זונטאג יאנואר 28, 2018 8:17 pm#394403
Re: די שרעקליכע מחלה הידועה: קענסער רח"ל (דער וועקער 3)
עס איז שוין ליידער גארנישט אין רימישן, די סיבה פארוואס איך האב אויפגעהערט פאבליצירן איז בלויז ווייל עס אינטערעסירט נישט קיינעם און איי געט איט.
צופיל ארבייט איז אריין דערין. באלד פון אנהויב האב איך געהאלטן אז דא אין שטיבל איז נישט דאס פלאץ, נאר איך האב זיך געלאזט איבער רעדען און עס לאזן פאבליצירן, און עס איז געווען א גרויסע טעות מצידי, און איך האב דערפאר באצאלט אז אנדערע מער געאייגענטע פאבליקאציע'ס וועלן עס נישט פאבליצירן.

אגב זעי איך אז דער עמי האט פיל אויסגעשמיסט די מחלה בתוך אנדערע - און א ספעציעלע העלט אויסגאבע, זייער פיל נקודות וואס מיר האבן באשריבן האבן מיר דארט געטראפן, איך בין זיי נישט חושד אין פלעגעריזם נאר אז מיר האבן אפשר געהאט א יד אז זיי זאלן מאכן זייערע אייגענע ריסערטש.
זונטאג יאנואר 28, 2018 8:50 pm#394404
:cry: איך ווייס נישט פון ווי איהר האט געצויגן אזא מסקנה, פאר מיך און מיין ווייב איז עס געווען די ערשטע ארטיקל וואס אינז האבן געליינט ווען די וועקער האט איבערגעטרעטן אינזער שוועל.
עס איז געווען רייך אין ידיעות, ספעציעל פאר אינז וואס האבן נישט צופיל ידיעות אין קעמעסטרי. און ספעציעל א מחלה וואס כמעט יעדער איינער האט א קרוב/קרובה ליידט נעבעך דערפון.
אויב איהר האלט אז קיינער וועט סיי ווי נישט שוין נעמען די פארזעצונג, דאמאלס ענדיג עטליעסט פאר אינז.
עכ''פ א גרויסן יישר כח פון מיך און מיין ווייב פאר די ארטיקלען ביז יעצט. האפן מיר אז די גזירה און צוזאמען די וואס ליידן פון די מחלה וועט נתהפך ווערן לטוב.
זונטאג יאנואר 28, 2018 10:58 pm#394408
פון מיינע בעסטע ארטיקלען. כ׳ליין זיי נאך איבער מזמן לזמן. אשאד איר האט באקומען אזא מעסעזש.
מאנטאג יאנואר 29, 2018 12:15 am#394410
די ערשטע תנאי פון תשובה איז עזיבת החטא, איך האב מקיים געווען די חלק איך האב געלייק'ט אלע ארטיקלן וואס פאר סאם דעמ'ן ריזען נישט געהאט געלייק'ט. ATUB @פליקער ATUB קענסט רעכנען יעדע פון מיין לייקס פאר צוויי, איינס פון מיך און איינס פון מיין ווייב (ביז דערווייל האט זי נאך נישט קיין ניק דא אין ק''ש- עכ''פ אזוי זאגט זי מיר). אויב דער עולם דא וויל אפשרייען די גזירה, מאכטס זיכער אז יעדע פון די 5 ארטיקלען האלטן אינטער זיך אייער לייק. לאמיר איהם ווייזן אינז האבן יא הנאה געהאט אבער ליידער נישט געגעבן קיין פידבעיק אין צייט. (אינטער ATUB @פליקער ATUB 'ס חתימה איז דא א לינק צו אלע 5 ארטיקלען.