Under maintenance
הויפט זייט » זיי זענען גערעכט: גיין מיט קראקס איז דאס ארגסטע

זיי זענען גערעכט: גיין מיט קראקס איז דאס ארגסטע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10835
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 4:55 pm#347276
זיי זענען גערעכט: גיין מיט קראקס איז דאס ארגסטע
אונזערע שכנים אין אייוועלט זענען אינגאנצן צעשוידערט פון דעם ארטיקל פון הרב יואל אשר לאבין ווי ער איז מסביר פארוואס ער גייט קראקס. עס טוט זיך דארטען א טומל און א מהומה, און פארשידענע מאן דאמרים שרייבן בריוון און ערקלערונגען פארוואס דער ארטיקל איז א חורבן.

וויל איך אייך זאגן, טייערע ברידער, די אייוועלטיסטן זענען גערעכט. גיין מיט קראקס איז א חורבן עולם, און אויב הרב לאבין'ס ארטיקל וועט עושה רושם זיין קען דאס חלילה אונטערברענגען דעם גאנצן יהדות החרדית.

איר מיינט איך מאך א וויץ, הא? ניין, כ'מיין עס זייער ערענסט. די פאקט איז אז די שמירת התורה פון אייוועלטיסטן/יושבי חושך איז די זעלבע סיבה פארוואס מ'גייט נישט קיין קראקס. ביי זיי איז נישט דא קיין אמונה בה', קיין שכל, קיין העכערקייט, אלעס איז א בלינדע נאכטאנצונג פון קאנפארמען און טוהן מעשי קוף. די זעלבע סיבה וואס מאכט אים אנטוהן ראקפארט שיך מאכט אים היטן שבת. די זעלבע סיבה וואס מאכט אים אפווייכן פון קראקס, מאכט אים מורא האבן פון מוקצה. די זעלבע זאך וואס לאזט אים נישט רירן זיין ווייב בימי נדתה, לאזט אים נישט אנטוהן זוהן גלעזער. זיין "יראת שמים" איז די פחד פון די גאס, די פחד צו זאגן אנדערש, צו טראכטען אנדערש פון יעדעם. ווען ער זאל נעמען א שעה צוויי בינו לבין עצמו, און אנאליזירט מיט אויפריכטיגקייט די ציטער וואס ער האט צו פארן מיט א בייק און די ציטער וואס ער האט צו טראכטן אנדערש ווי מ'האט אים אויסגעלערענט (המכונה "יראת שמים"), וואלט ער געזעהן ווי ביידע שטאמען פון די זעלבע קאנפארמיטעט.

דאס איז אלעס היינו הך – די זעלבע שכל, די זעלבע פלאץ אין קאפ, די זעלבע געפילן, די זעלבע ציטער און מורא.

אויב מעג מען זיין א אויבער חכם און אנטוהן קראקס מעג מען שוין טראכטן אנדערש. און אז מ'טראכט איין פיצקעלע אנדערש פאלט אוועק די גאנצע בנין פון די יושבי חושך. און צוריקטרעפן די וועג צו אמת'ע אידישקייט קענען זיי נישט, ווייל זייער מח לאזט שוין נישט צו קיין שכל און תבונה.

אלזא, די אייוועלטיסטן זענען גערעכט אז הרב לאבין'ס ארטיקל איז א חורבן. זיי זענען גערעכט אז דאס קען צוברענגען ס'ארגסטע. זיי זענען גערעכט אז יעדער מיט א "אידישע געפיל" (ליין: חושך'דיגע געפיל) "פארשטייט" אז אזא ארטיקל איז פריקת עול.

יעצט ליין איבער וואס די אייוועלטיסטען שרייבן, און זעה ווי זיי שפירן די פראבלעם וואס איך האב דא אויסגעשמועסט, אבער קענען עס נישט געהעריג אנטאפן. זיי דרייען מיט'ן צינג און קרומען מיט די מויל, און פראבירן ארויסצוקריכן מיט הסבירים. אבער אונטער די אלע סלאגאנען ליגט דאס וואס איך זאג אייך דא: זיי שפירן ווי א געדאנק וואס איז אנטי קאנפארמירן רייסט אונטער די קרקע פון זייער חושך'דיגע אידישקייט.
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 5:17 pm#347278
Re: זיי זענען גערעכט: גיין מיט קראקס איז דאס ארגסטע
קולע אל השערה!
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 5:52 pm#347287
דאס איז שוין די שטערקסטע ארגומענט דארט.
m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=31261 m
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 5:59 pm#347289
הערליך גוט ארויס געברענגט שיטה
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 6:42 pm#347300
איך זעה אבער נישט אז יעדער אין אייוועלט זאל זיין סטופיד און איגנאראנט, גלייך ווי אין קאווע שטיבל זענען דא דארט מיינונגען לכאן ולכאן, און א ניק מיטן נאמען נשמה שרייבט גראדע זייער ברייטליך מיט טאלאראנץ צו די מענטשהייט.
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 8:56 pm#347317
אייוועלט יודישקייט איז וואס הרב שג"ר ז"ל רופט אן "קאנטראקטעד יודישקייט"
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 9:31 pm#347323
כ'ליין זעלטן איי וועלט כ'האב יעצט דורכגעקוקט די לינקס עס גלייבט זיך נישט אז די חברה דארט זענען ערנסט מיט די וואנזיניגע שווארצע צומצום עמי בבית אויפן אינטערנעט. לכאורה שפילט דארט יעדער צווייטער א צבוע מאסק נאך וואס די אידענדיטעטן דארט זענען סודות פאר גאנץ בראד, נו איך שיינער איד אויפן אינטערנעט בין גאר דער גרעסטער קיצוני, זעסט נישט מיינע פארפרומטע מחאות כסדר? איינער האלט די חברה זענען ערנסט? כ'מיין ר' שייע ווייס וכדומה זיצט נישט יומם ולילה אויפן אינטערנעט. ס'איז בלאף ווי אונזער שיטה שרייבט ערגעץ דא הזהרו מן הצבועים אויף איי וועלט.
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 11:40 pm#347344
Re: זיי זענען גערעכט: גיין מיט קראקס איז דאס ארגסטע
איך מיין סעריע אין דער וועקער, גיי איך אנרירען לאבינ'ס נקודה פון די זייט. דער עיקר וואס איז דא נוגע איז צו וויסען איין נקודה. ווילסט זיין אייגען, אפגעזונדערט פון די 'פיער רישאר', הייב אן פון פנימיות נישט חיצוניות. וואס דו לייגסט אויף דיין פיס דעפינירט דיר נישט און נישט מיט דעם ביסטו א גברא.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 11:52 pm#347345
ס'איז א שאד אז מאנכע (בעיקר אין אייוועלט) מאכן פונעם טפל אן עיקר. לאז אפ די קראקס. פאקוס אויפן נמשל.
פרייטאג אוגוסט 26, 2016 1:32 am#347355
וואלווי האט געשריבן:אייוועלט יודישקייט איז וואס הרב שג"ר ז"ל רופט אן "קאנטראקטעד יודישקייט"

וואלווי: ווי טרויעסטו דיך צו ברענגען מאמרים פון דעם ציוניסטישן ..."רב"...דער מסית ומדיח. ער האטציך נישט געווייקט און נישט געווען אדוק ומקושר אין רעבי'ן זכיסע יאגן אליינע. ר' איז נישט געווען אויף א שיינעם שבת אין קר"י. וואס איז בכלל די ראשי תיבות פון זיין נאמען. דאס איז א סוד וואס נאר די ציונים ווייסן. הרב ישראל מ. סופר און הרב ש.ב. מרגליות האלטן אז דאס שטאמט פון די סיטרא אחרא. פון א מקום טומאה... :lol: :roll:
פרייטאג אוגוסט 26, 2016 3:59 am#347361
קראקס איז טאקע א מוראדיגע עבירה אבער נישט אלע צרות קומען וועגן דעם, אסאך פון די היינטיגע צרות האט צוטוהן ווייל מ׳גייט ליידער מיט העמעדער וואס זענען ל״ע לינקס אויף רעכט וואס דאס ברענגט ליידער א גרויסע חרון אף! שומו שמים!...
דינסטאג אוגוסט 30, 2016 3:22 pm#347837
פאר די אלע אייוועלטיסטן (??I velt) וואס האלטן אז כדי צו זיין א ׳נארמאלן׳ איד מוז יעדער זיין פונקטליך די זעלבע און קיינער טאר נישט זיין קיין טראפ אנדערש, איז כדי צו דערמאנען ווי דער יודישע רעליגיע האט זיך אנגעפאנגן. עס האט זיך אנגעפאנגן ביי איינער וואס האט געהייסן אברהם העברי. עס איז באוויסט די חז״ל וואס איז מסביר די נאמען ׳עברי׳ ״מפני שכל העולם כולו מעבר אחד והוא מעבר אחד.״ קוקט אויס אז אברהם איז נישט געווען אזוי נארמאל. און קען זיין אז אויב וואלט ער יא געווען נארמאל וואלט קיינמאל נישט געווען קיין יודישע רעליגיע און דעמאלס וואלט יא געווען נארמאל צו גיין מיט קראקס...