געוואלדיג האט געשריבן:געגאנגען ארום און ארום אין אנגעקומען צוריק צום אנפאנג, די ענרערגיע וועט שבת אנרופן 'נאטור' און איך 'בורא' פון די מאוחר.
והכל על מקומו יבא בשלום.
אמת ויציב. איך האב אט דאס געשריבן לעצטע וואך אויף ק״ש. אבער עוואלציע געשעהט! דעס איז שוין א פאקט היינטיגע צייטן, אמאל האבן עס די פרומע פרובירט צו לייקענען היינט זענען שוין א גרויס חלק פרומע (ספעציעל די אינטעלעקטשיול פרומע) מודה, איי די יאהרן שטימען נישט? האבן זיי שוין ״כל מיני תירוצים״ אז א ״יום״ מיינט נישט דוקא א טאג פון 24 שעה נאר א פירעיד פון צייט, ס׳קען זיין דאס וואס די תורה רופט איין טאג קען מיינען א פירעיד פון מיליאנען יאהרן, און די ראי׳ איז נאך אז די ערשטע טאג פון מעשה בראשית איז דאך בכלל נישט געוועהן קיין זון. די זון לויט פרשת בראשית איז באשאפן די דריטע טאג, דעמאלטס וואס מיינט ויהי ערב ויהי בוקר יום אחד? יום שני? א טאג ביינאונז מיינט דאך טאג און נאכט? נאר מקען עס אזוי פארענפערן
בדוחק, פארוואס בדוחק? ווייל די תורה האט דאך יא געמיינט א טאג פון 24 שעה, אין די זעלבע פרשה רעדט מען דאך פון רוען שבת ווייל גאט ב״ה האט דאך גערוהט די זיבעטע טאג. חוץ מזה פארוואס האבן זיי אלע יאהרן נישט אזוי געטייטש? נאר נאכדעם וואס סייענטיסן האבן געפראווט די עידזש פון אונזער פלאנעט?. און אז אויב די תורה פארציילט אונז די ״אריגאון פון די יוניווערס״ פארוואס געט ער אונז נישט אן די פונקטליכע ציפערן? זיי האבן בכלל נאכנישט געהאט אזא נומבער ווי א ״מיליאן״ אין יענע צייטן, ווי אזוי זאגט מען א מיליאן אין לשה״ק? זיי האבן נאכנישט געדיעלט מיט אזעליכע הויכע נומערן...
אבער עוואלציע קען היינט געפראווט ווערן אין א לאבארטאריע, און די אלע נעי-זאגערס פון עוואלציע די לעצטע הונדרעט יאהר. די אלע פרומע וואס האבן חוזק געמאכט פון מורי ורבי טשארלס דארווין און אים גערופן ״א מאנקי״ וכודמה זענען למעשה פיין חוזק. און זיי פרובירן עס שוין היינט משלב צוזיין מיט זייערע גלייבונגען.