הפעם אודה את ה'!
ברוך השם מ'האלט שוין טאקע דא ביי די פערטן וועקער וואס איז ערשינען לאור העולם. נישט לייכט קומט דאס אהן, אבער מיטן הילף פון כל יכול האט מען באוויזן צו איבערגיין די אלע שטרויכלינגן און מ'גיימער ווייטער מיט פעסטע טריט צום "חמשה מי יודע"..
הפעם אודה את ה'. וואס איז פשט הפעם אודה את ה'? אלע מיטשענן זיך פארוואס האט לאה זיך דערמאנט פונקט ביים פערדן קינד צו דאנקן ?
קלער איך אזוי, די טבע פון א מענטש איז, אז ווען ער באקומט א טובה צו א מתנה דאס ערשטע מאל איז ער מלא התפעלות והכרת הטוב צום נותן הטובה, און מ'באדאנקט זיך פאר דעם ווי עס דארף צו זיין מיט אלע מיני לויב ווערטער. שוין, דאס צווייטע מאל ער באקומט די גרויסע מתנה, איז ער נאך אלס מכיר טובה פאר דעם, אבער ער האט שוין פארלוירען די התפעלות, די התרגשות'דיגע געפילן האט ער מער נישט. דאס דריטע מאל, שפירט דעם מענטש נאך אלס אז ער האט באקומען א טובה, אבער זיין הכרת הטוב איז גאר שוואך, אפשר א שקויעך וועט ער נאך זאגן אבער ס'שוין בכלל נישט דאס גרויסע שמחה ווי אמאל. קומט דאס פערטן מאל, פארגעסט ער בכלל אז דאס איז א טובה בכלל, ער האט שוין חזקה צו באקומען דאס גוטסקייט, און ס'שוין א חלק פון זיין לעבען, ער שפירט עס בכלל נישט, עד כדי כך אז מ'פארגעסט אינגאנצן אז מ'דארף דאנקן, אדרבה אויב באקומט ער נישט ווייטער דעם טובה האט ער שוין גאר תרעומת וטענות... כך היא דרכה של הטבע.
לאה אמנו האט אוודאי ביי יעדעס קינד געדאנקט דעם פון אויבן, אבער די חילוק איז געווען ביי אירע פריינד און משפחה. ביי דאס ערשטע קינד האט זיך א יעדער איינער געפריידט און מיט געטאנצן בשיר ושבח להשי"ת אז מ'איז זוכה צו א בן זכר. ביים צווייטן קינד איז שוין געווען ווייניגער וואס האבן מרגיש געווען די שמחה, און ביים דריטע קינד נאך ווייניגער. ווען דאס פערדע קינד איז ארויס לאויר העולם האט שוין א יעדער פארגעסן צו דאנקן, ס'שוין דא דריי קינדערלאך קע"ה, דאס פערטע קינד איז נאר א טפל והוספה צום עגזעסטירענדיגע משפחה, און ווי מ'זאגט דער עולם האט דאס גענומען פאר גרענטעד. האט לאה אויסגעשריגן "הפעם אודה את ה'" דאס מאל בין איך דער איינציגסטע וואס לויבט דעם באשעפער, איך בין דער וואס כאפט יא וואס גייט פאר, איך האב מיטגעהאלטן און באגלייט דאס קינד משעת יצירה, איך פארשטיי שוין איינמאל וויפיל נסים ונפלאות ס'געשעהן אז דאס קינד איז ארויס לעבעדיג בריא ושלם, קיינער ווייסט נישט וויפיל מאהל מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ אויף דאס וואויל זיין פון מיין פיצל קינד, חיל כיולדה, איך בין דער וואס ווייסט דער געפיל וואס א מאמע האט צו א קינד אפילו ס'איז נומער פיר, דערפאר אפילו א יעדע כאפט נישט דאס געוואלדיגע שמחה, אבער איך מאמע כאפ יא און הפעם אודה את ה' איינער אליין בקול רעש גדול.
כלפי מה הדברים אמורים, ווען דאס ערשטע הייליגע וועקער איז ארויס צום דרוק, האט דער עולם דאס אנגענומען מיט גרויס עקסטייטמענט, מ'האט באוויזן עפעס ווינדערליך, זה אומר בwow וזה אומר בנאדיר א גרינע ויחד כולם הודו ואמרו א ברכת שבח והודיה פאר די אלע וואס האבן אריין געלייגט צייט, קאפ און מח אז דער וועקער זאל צושטאנד קומען און אז ס'זאל זיין ראוי צו זיין עולה על שלחן מלכים מאן מלכי כל ישראל בני מלכים.
דאס צווייטע וועקער איז ערשינען, דער עולם איז נאכאמאל צופרידען און עקסייטעד, הגם נישט אויף אזא פארנעם ווי אויף די ערשטע, אבער מ'האט נאך אלס געקענט דערקענען אויף די פילע תגובות און הערות אז דער עולם האלט מיט די פארשריט און אז יעדע האט הנאה.
אהה .. ברוך השם מ'האלט שוין ביי די דריטע וועקער אין א מזל'דיגע שעה. די רעספאנס פונעם ציבור איז שוין היפש שוואכער, מ'הערט א ווארט דא און א ווארט דארט, אבער באופן כללי איז די ריאקציע אסאך שוואכער ווי דאס פאריגע מאהל. דער עולם הייבט שוין אהן צו פארגעסן אז דער וועקער וואקסט נישט אויף א בוים...
והנה, מיר האלטן שוין ביים פערטןן וועקער! דער עולם איז שוין ווארשיינליך צוגעוואוינט אז יעדער ראש חודש קומט ארויס צו פארן א וועקער ווי פון זיך אליין.. אין איש שם על לב די כחות עצומות וואס די געטרייע מערכת לייגט אריין במשכ'ן חודש צו ארויסגעבען א דבר נאה ומתקבל. (כמעט) קיינער דאנקט נישט (כמעט) קיינער לויבט נישט...
דערפאר שריי איך דא אויס "הפעם אודה" דאס מאל טוה איך איינער אליינס דאנקן פון טיפן הארצן! יא! איך ווייס וויפיל סייעתא דשמיא מ'האט געדארפט האבן אויף יעדע טריט און שריט! איך ווייס שוין איינמאל ווי שווער דאס קומט אהן פאר די מערכת וואס טוען זייער ארבעט מיט געטריישאפט, אוועק רייסענדיג פון זייער אייגענע צייט לטובת אונזער מיסיע! איך קען מעיד זיין וויפיל שטרויכלינגן מ'איז אדורך מבית ומבחוץ! און איך זאג אייך צו אז די ווועקער קומט נישט אהן צופיס!
אשר על כן דאנק איך דא בשער בת רבים בראש וראשונה פאר ידיד נפשי ATUB @שש משזר ATUB ירום הודו, וואס לא נח ולא שקט און נישט געשפארט קיין מיה צו זיכער מאכן אז אלעס קלאפט כראוי וכיאות. ועתו עמו אודה די שר החוץ ומלך הלצנים ATUB @שלום שטיסל ATUB וואס איז מיין פערזענליכע ראהט געבער און שטייט מיר צו די רעכטע האנט בכל זמן ועידן. הפעם אודה די חברי המערכת ה"ה אונזער זיידע הרב ATUB @שמעקעדיג ATUB וואס איז משפיע פון זיין אוצר החכמה לדעת את המעשה אשר יעשון. הפעם אודה ידידי הדגול כשמו כן הוא ATUB @געוואלדיג ATUB וואס איז אונזער מעכטיגע פינאנץ מיניסטער און מאכט זיכער צו שמירן די רעדער. הפעם אודה החכם ATUB @ראובן ATUB וואס בלאזט אריין א רוח החיים אין די גאנצע פראדזשעקט. הפעם אודה ידי"נ ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB וואס האט גאר אסאך כחות אריין געלייגט אז מ'זאל דאס קענען קויפן אנליין. ואחרון אחרון חביבי פאר די אלע טאלאנטפולע שרייבערס כל אחד ואחד בשמו הטוב יבורך!
ווי עס דאנק אייך אלע פארן ליינען, מגיב זיין און פארשפרייטן
ידידכם עוז
פיקאסא