Under maintenance
הויפט זייט » קרית יואל vs סקיוורא

קרית יואל vs סקיוורא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10884
מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:10 pm#348480
קרית יואל vs סקיוורא
קרית יואל vs סקיוורא
איך זע אז עס איז נישט דא א אשכול איבער דעם
אין קרית יואל מעג מען וואוינען ווי מען וויל אין סקיוורא מעג מען נאר וואוינען אין שטעטל
אין קרית יואל מעג מען דאווענען מעריב ווען מען וויל אין סקיוורא מעג מען נאר ביז חצות
אין קרית יואל מעג זיין הונדערטער מנינים שבת אין סקיוורא מעג נאר זיין איין מנין שבת
אין סקיוורא מעג מען פארן מיט א צוויי רעדלדיגער בייק אין קרית יואל טאר מען נישט
אין סקיוורא מעג מען פארקויפן די שטערן, זמן, משפחה, אין קרית יואל טאר מען נישט
אין סקיוורא איז דא נאר איין חסידות אין קרית יואל איז דא סאטמאר, טאהש ,תולדות אהרן, ברסלב,
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 12:19 am#348505
סקיוורא?
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 12:22 am#348506
אין קרית יואל ספעלט מען סקיוורא אין סקווירא שרייבט מען סקווירא.
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 12:49 am#348511
זייער שיין. יעצט מאך סיריע ווס איראן.
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 4:45 am#348517
אין קרית יואל הער איך טאר מען נישט פארקויפן סושי. וואס איז מיט סקווירא, זיי סקאורן א פאוינט דא, אדער דארט טאר מען אויך נישט?

אזוי אויך, אין קרית יואל זענען פיצא-געשעפטן נישט ערלויבט צו זיין אפען מוצאי שבת, וואס איז מיט סקווירא?

אין קרית יואל מעג נאר מהר"א זיין מסדר קידושין, ווידער אין גלילות אויב פארלעצט מען, ווערט מען אריינגעשריבן אין פנקס הקהילה. וואס איז די מעשה אין סקווירא?

אין סקווירא איז דא א פרויען זייט און א מענער זייט, דוכט זיך אבער אז קרית יואל כהיום פארמאגט שוין אויך אזא געדאנק.

אין סקווירא דוכט זיך קען מען קויפן גאם בלויז מיט א פריסקריפשאן, איידי, און פאר סיי וועלכן פלעיוואר אויסער פעפער-מינט — נאר מיט פרייער-אויטעריזעישאן. קרית יואל איז עס אווער-דע-קאונטער, כאטש מיט א באגרעניצטן צאל הכשרים.

אין סקווירא שול איז דא זייף ביי די סינקס נעבן ביסקיסעס. גרויסער שול אין קרית יואל?
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 10:15 am#348529
אין סקווירא הינקעט רוב עולם, דאס וואקן איז מיט עפעס א קנייטש, אין קרית יואל איז דא אסאך גראדע וואקער׳ס.

אין קרית יואל וואקסן לאנגע בערד אויף די מענטשליכער מין, אין סקווירא וואקסט מער ציגעלע סטיל בערד.

אין קרית יואל וואקסן על פי רוב שווארצע בערד, אין סקווירא איז דער עולם באקרוינט מיט רויטע בערד.

אין סקווירא דינט מען דעם העיליגן, אין קרית יואל דינט מען דעם רביהקוה״ט זצוקלל״ה.

דער מנהיג אין סקווירא באנייט א קאר מיט די רעכטע פיס, בשעת אין קרית יואל באנייט מען א קאר ווי אין די גאנצע וועלט מיטן אחור.
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 12:36 pm#348560
שלום שטיסל האט געשריבן:דער מנהיג אין סקווירא באנייט א קאר מיט די רעכטע פיס, בשעת אין קרית יואל באנייט מען א קאר ווי אין די גאנצע וועלט מיטן אחור.

חוץ אויב די העיליגער שאפירט זיין קאר, וויאזוי איז מעגליך צו אריינגיין אין א קאר [קודם] מיטן רעכטע פיס פון די רעכטע אריינגאנג? אפשר לייגט ער זיך אריין אויפן בויך?
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 12:45 pm#348564
שלום על ישראל האט געשריבן:
שלום שטיסל האט געשריבן:דער מנהיג אין סקווירא באנייט א קאר מיט די רעכטע פיס, בשעת אין קרית יואל באנייט מען א קאר ווי אין די גאנצע וועלט מיטן אחור.

חוץ אויב די העיליגער שאפירט זיין קאר, וויאזוי איז מעגליך צו אריינגיין אין א קאר [קודם] מיטן רעכטע פיס פון די רעכטע אריינגאנג? אפשר לייגט ער זיך אריין אויפן בויך?

ער האט צוויי רעכטע פיס
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 12:46 pm#348565
שלום שטיסל האט געשריבן:אין סקווירא הינקעט רוב עולם, דאס וואקן איז מיט עפעס א קנייטש, אין קרית יואל איז דא אסאך גראדע וואקער׳ס.

אין קרית יואל וואקסן לאנגע בערד אויף די מענטשליכער מין, אין סקווירא וואקסט מער ציגעלע סטיל בערד.

אין קרית יואל וואקסן על פי רוב שווארצע בערד, אין סקווירא איז דער עולם באקרוינט מיט רויטע בערד.

אין סקווירא דינט מען דעם העיליגן, אין קרית יואל דינט מען דעם רביהקוה״ט זצוקלל״ה.

דער מנהיג אין סקווירא באנייט א קאר מיט די רעכטע פיס, בשעת אין קרית יואל באנייט מען א קאר ווי אין די גאנצע וועלט מיטן אחור.


אז די רעדסט פין בערד וועסטע זעין אז. כמעט יעדער האט די זעלבע בארד ווי דעים רעבין
דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 2:46 pm#348590
שמעקעדיג האט געשריבן:סקיוורא?

שמעקעדיג: דער מחבר שליט"א ליידט אויף דיסלעקסיע. אדער דארף ער נייע גלעזער... :lol:
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 4:03 pm#348750
קרית יואל vs סקווירא

איינער פון זיי איז די רבי א פיינער און די חסידים רשעים
און די אנדערע זענען די חסידים פיינע און די רבי איז א רשע

אבער עס ארבעט ביידע וועגען... מען קאן עס זאגען אויף ביידע
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 4:14 pm#348751
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:קרית יואל vs סקווירא

איינער פון זיי איז די רבי א פיינער און די חסידים רשעים
און די אנדערע זענען די חסידים פיינע און די רבי איז א רשע
:mrgreen: :mrgreen: :mrgreen:
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 5:21 pm#348755
פעינטער האט געשריבן:
שלום שטיסל האט געשריבן:אין סקווירא הינקעט רוב עולם, דאס וואקן איז מיט עפעס א קנייטש, אין קרית יואל איז דא אסאך גראדע וואקער׳ס.

אין קרית יואל וואקסן לאנגע בערד אויף די מענטשליכער מין, אין סקווירא וואקסט מער ציגעלע סטיל בערד.

אין קרית יואל וואקסן על פי רוב שווארצע בערד, אין סקווירא איז דער עולם באקרוינט מיט רויטע בערד.

אין סקווירא דינט מען דעם העיליגן, אין קרית יואל דינט מען דעם רביהקוה״ט זצוקלל״ה.

דער מנהיג אין סקווירא באנייט א קאר מיט די רעכטע פיס, בשעת אין קרית יואל באנייט מען א קאר ווי אין די גאנצע וועלט מיטן אחור.


אז די רעדסט פין בערד וועסטע זעין אז. כמעט יעדער האט די זעלבע בארד ווי דעים רעבין

ס'האט צוטוהן וועמען די עלטערן האבן אינזינען בשעת המשכת הנשמות, היינו טעמא דסקווירא וסאטמאר והיינו טעמא דב....
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 5:26 pm#348756
Re: קרית יואל vs סקיוורא
דאווענען מעריב נאך חצות, אחוץ א תקנה אין שטעטעל איז א געפסקנ'טע הלכה אז מ'זאל דאווענען פאר חצות. דוכט זיך די ערשטע משנה אין ש"ס. ס'פאסט דען צו מאכען א מנין פאר מענטשען וואס פארלעצען א תקנה דרבנן?
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 5:47 pm#348759
אין גרויסע שטעט טרעפן זיך אלס 10 אנוסים.
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 6:03 pm#348762
Re: קרית יואל vs סקיוורא
מאכען א מנין פאר זיי הייסט מאכען א לכתחילה פון א בדיעבד. (און יא, לדעתי די מניינים אויף באסעס און אויף רעסט סטאפס זענען נישט קיין אויסגעהאלטענע זאכען) זאלען זיי ענדעריש דאווענען ביחידות.
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 7:49 pm#348786
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאווענען מעריב נאך חצות, אחוץ א תקנה אין שטעטעל איז א געפסקנ'טע הלכה אז מ'זאל דאווענען פאר חצות. דוכט זיך די ערשטע משנה אין ש"ס. ס'פאסט דען צו מאכען א מנין פאר מענטשען וואס פארלעצען א תקנה דרבנן?

זיי לייענען ק"ש בלא ברכותי' פאר חצות
מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 9:01 pm#348806
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:אין קרית יואל ספעלט מען סקיוורא אין סקווירא שרייבט מען סקווירא.

אין קרית יואל אליין ווייס איך נישט אבער אין Town ספעלט מען עס זיכער סקיוורא..
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:29 am#348833
אין קרית יואל ווארפט מען אייער; אין סקווירא פארברענט מען
אין קרית יואל עסט מען די רעביצין'ס טשיס קעיק; אין סקווירא איז מען מקפיד אויף צוויבל קוגל
אין קרית יואל מאכט מען א הדלקה לג בעומר; אין סקווירא אאפס...., סקווירא מאכט שוין היינט אויך
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 9:54 am#348858
מיינסטו צו זאגן אז ס'איז בעסיקלי די זעלבע? דא רעדט מען וואס איז אנדערש..
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:09 am#348860
Re: קרית יואל vs סקיוורא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מאכען א מנין פאר זיי הייסט מאכען א לכתחילה פון א בדיעבד. (און יא, לדעתי די מניינים אויף באסעס און אויף רעסט סטאפס זענען נישט קיין אויסגעהאלטענע זאכען) זאלען זיי ענדעריש דאווענען ביחידות.

אפשר ברענגסטו א מקור להיתר פאר 10 אידן צו דאווענען ביחידות
דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:56 am#348868
יואב: ווער דארף זייף נעבן בעסקיסע? נאך דעי מאדערנע זאך ווילסטו איינפיהרן ביי אונז אין די הייליגע קרי'...?!
נאר נאכדעם גייט מען און מ'באטאפט די טשיקן פון שיריים מיט די זעלבע פאר--- הענט... :roll:
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 9:44 pm#349564
און סקווירא איז מיתה בשריפה
און קרית יואל בסקילה
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 10:35 pm#349577
ריכטיג: און וואס האבן מאכניווקער חסידים אינזין...?!... :lol:
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 4:54 pm#349738
אין קרית יואל קאסט רענט פאר א 5 רומיגע דירה 1900
אין סקווירא - 3 צו 400 דאללער (אדער סעקשאן 8 און דעטס איט, גארנישט מער)
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 11:39 pm#349819
אינטערסאנטער האט געשריבן:אין קרית יואל קאסט רענט פאר א 5 רומיגע דירה 1900
אין סקווירא - 3 צו 400 דאללער (אדער סעקשאן 8 און דעטס איט, גארנישט מער)

1450 אין סקווירא