Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מזל טוב, בארא פארק! (פרייער געווינס)

מזל טוב, בארא פארק! (פרייער געווינס)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10916
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 10:42 pm#349579
מזל טוב, בארא פארק! (פרייער געווינס)
כ'האב לכתחילה געקלערט צו שרייבן "מזל טוב חסידישע פרויען", אבער נאכדעם האב איך זיך געכאפט אז דאס איז אייגנטליך א שמחה פאר מענער אויך. די היינטיגע געווינס פון דער חסידישער פרוי רחי פרייער פאר סיוויל קאורט ריכטער צעברעכט דעם גלאזענעם דאך וואס איז דא ביי חסידישע אידן, געבויעט דורך צענדליגער יארן פון לעכערליכע און טעות'דיגע געזעלשאפטליכע פרינציפן, צו שטערן חסידישע פרויען אנצוקומען צו קאריערעס און זיך צו בויען לויט די טאלאנטן און אייגנשאפטן.

די דיסקרימינאציע קעגן פרויען איז נישט נאר א שאדן פאר פרויען. גאנצע 50% פון חסידישע אידן איז פרויען. מיט'ן אוועקרייסן פון פרויען די מעגליכקייט צו שטייגן, צו אנקומען צו פירערשאפט פאזיציעס, נעמען מיר אוועק 50 פראצענט פון דעם קאלעקטיוון חסידישן אינטעליגענץ, טאלאנט און אייפער. יעדער פארלירט, יעדער האט שאדן.

דער היינטיגער געווינס פון פרוי פרייער ווייזט אז מיט אמביציע, טאלאנט און קוראזש קען מען אנקומען ווייט – און אפילו צעברעכן געזעלשאפטליכע דעכער.

ווען עס איז לעצטנס געווען אין די נייעס איבער חסידישע יונגעלייט אין בארא פארק וואס האבן געעפנט א פירמע צו פראדוצירן שווים-קליידער פאר דער אלגעמיינער גאס, האב איך אנגעוויזן אז טייל פון אונז לעבן אין א פחד וואס איז טיילווייז איבערגעטריבן און אומזיסט. מ'דארף לאו דווקא אנטלויפן פון דעם חרדיש לעבן צו קענען מצליח זיין אין זאכן וואס ווערן געזען ביי אונז מאדנע אדער אפילו אפגעפרעגט.

אז מ'האט די חוצפה און קוראזש צו גיין ווייטער און טון וואס איז ריכטיג, אן שפירן ווי מ'דארף זיך פארענטפערן פאר איינעם, קען מען אנקומען פיל ווייטער ווי מ'רעכנט זיך. און עס איז אפילו יתכן אז נאכ'ן דורכשוויצן דעם פראצעדור זאל מען גאר באקומען חיזוק און שטיצע פון די זעלבע פון וועמען מ'האט לכתחילה געציטערט.

כ'זאג נישט אז עס איז גרינג און אז מ'קען נישט דורכפאלן. עס איז שווער, און מ'קען ביטער דורכפאלן. אבער אז מ'גארטלט זיך אן מיט אינערליכער שטארקייט, מיט גבורה אין הארץ און אין מוח, זענען פאראן גרויסע שאנסן פאר הצלחה אפילו אין דער חרדישער געזעלשאפט. מיר דארפן זיך אויסלערנען אז טייל פון אונזערע פחדים זענען איבערגעטריבן, ווי רוזוועלט האט געזאגט, "the only thing we have to fear is fear itself."


נ.ב. דאס איז נישט קיין אינדארסירונג פאר פרייער'ס קאדידאטור און פאזיציע. איך ווייס גאר ווייניג וועגן איר, און איך ווייס בכלל נישט וואס אירע פאליסיס זענען. כ'רעד נאר פון דעם היסטארישן דורכברוך אז א חסידישע פרוי האט באוויזן דאס אומגלויבליכע צו געווינען א חשוב'ע פאזיציע ווי א ריכטער פאר דעם היימישן ציבור.
דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 11:54 pm#349582
ראובן: ווען אין דעם שכינות'דיגן שטעטל, מאנטריאל האט א טאלאנטירטע און גוט קוואליפיצירטע ערליכע אידישע פרוי, מס. מינדי פאללאק ארויסגעשטעלט איהר קאנדידאטור פאר סיטי קאונסיל רעפרעזענטאטיוו פון די היימישע אידישע געגנט, האבן די געוויינליכע פאררוקטע גרופעס וועלכע לעבן א פאררוקט און פארדרייטע פארמאט פון אידישקייט און זייערע פיהרערס אויפגעהויבן א ויצעקו עד לב השמים. ס'האט שוין געהאלטן בייי ראיאטן, וואס די גרופע אנארכיסטן האבן אנגעפיהרט. ביז די פאליציי האט זיך אריינגעמישט און געהאלטן ביי ארעסטירן זייערע פיהרערס.

די האפענונג מיט מס. פאללאק אלס רעפרעזענטאטיוו איז געווען אז זי וועט אויף אן עפעקטיוון וועג באקעמפן דאס אנטיסעמיטיזם אין די שטאט רעגירונג און אויך ביי א גרויסן טייל פון די לאקאלע גוי'אישע באפעלקערונג. זי איז געווארן געשטיצט דורך א גוי'אישע פארטיי מיט זייער פיהרער, וועלכע האבן געהאט גרויסע האפענונגען אריינצוקומען אין סיטי האלל.

איינס פון איהרע הויפט קוואליפיקאציעס איז, אז זי רעדט זייער גוט די פראנצויזישע שפראך. ווער ס'קען דעם פאליטישן מצב אין קוויבעק/מאנטריאל ווייסט וואספארא חשיבות דאס געט צו פאר א קאנדידאט. ספעציעל א אידישן קאנדידאט וועלכע רעדט א פליסיגן פראנצויזיש. דאס מאכט אויף כמעט אלע רעגירונגס טירן. זי איז געווען אויף אינטערוויוס ביי כמעט אלע ראדיא און טעלעוויזיע סטאנציעס און ביי די רעדאקציעס פון כמעט אלע טעגליכע פראנצויזישע צייטונגען.

איינס פון איהרע געוואלדיגע אויפטוען איז, אז זי האט אפגעדינגען א האלל וואו אלע עטנישע מעמבערס פון די פארשידענע גרופעס וועלכע וואוינען אין די געגנט קענען קומען און זיך אדורכרעדן. ווייל די אידן האבן אין די לעצטע עטליכע יאר זייער שטארק געליטן פון פארשידענע באגרעניצונגען וועלכע זענען געקומען אלס רעזולטאט פון פאליטישן אנטיסעמיטיזם, מיט'ן תירוץ אז ס'שטערט פאר די נישט אידישע שכנים. ווי למשל דער געזעץ וועלכער לאזט א סוכה (אפילו אויף די אייגענע פראפערטי) נישט שטיין לענגער פון 10 טעג.דאס מיינט אז מ'קען נישט אויפבויען א סוכה נאר א טאג פאר ערב יום טוב. און באלד נאך יו"ט מוז עס צונומען ווערן. אויב נישט, באקומט מען שווערע געלט שטראפן. דאס דינט אויך ווי א פאליטישער קלאב. וואו די פאליטישנס קומען און האלטן דרשות פאר די איינוואוינערס. די מיטינגס האבן שוין זייער א סאך אויפגעטוען אויפ'ן געביט פון שלום און רואיגקייט. די אינטרעסאנטע זאך איז, אז איינע פון די הויפט מיטארבעטארינס פון מס. פאללאק איז א פאלעסטינער פרוי וועלכע וואוינט אויך אין די געגנט.

און טראץ די אלע גרויסע און וויכטיגע אויפטוען וועלכע זענען לטובת אלע אידן פון די געגנט, האבן די גרופעס אנגעהויבן א העץ קאמפיין אקעגן איהר.

איז טאקע א וואונדער אז די זעלבע גרופעס האבן זיך נישט אקעיגנגעשטעלט מרס. רחל פרייער אין איהר קאנדידאטור אלס סיוויל קאורט דזשאדזש...!
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 1:02 am#349591
ראובן האט געשריבן:

נ.ב. דאס איז נישט קיין אינדארסירונג פאר פרייער'ס קאדידאטור און פאזיציע. איך ווייס גאר ווייניג וועגן איר, און איך ווייס בכלל נישט וואס אירע פאליסיס זענען. כ'רעד נאר פון דעם היסטארישן דורכברוך אז א חסידישע פרוי האט באוויזן דאס אומגלויבליכע צו געווינען א חשוב'ע פאזיציע ווי א ריכטער פאר דעם היימישן ציבור.


ווי ווייט איך ווייס, זענען אירע פאליסיס צו טוהן און אויפטוהן און העלפן מענטשן אין נויט..

יא ס'קומט א גרויסע מזל טוב פאר תושבי בארא פארק בפרט, און פאר כלל ישראל בכלל, די געווינס איז גרויס..

זאל איר השי"ת גיבן כח צו קענען ווייטער אנגיין.
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 1:15 am#349593
כל כבודה בת מלך פנימה

(תהילים מה, יד)
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 1:20 am#349595
נו, וואס מיינט פנימה?
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 7:40 am#349610
אן אינטערעסאנטע ערשיינונג אויף פעיסבוק ווען די ק.מ.ח. ארגון האט ארויס געשטעלט א כולל געלט stipend פאר חרידישע יונגעלייט וואס ווילן זיך לערן דאקטאריי. די חרידישע פרויען אויף פעיסבוק רעדן זיך אפ פארוואס מ'האט זיי פארגעסן.

m https://m.facebook.com/story.php?story_ ... 1696081164 m
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 10:18 am#349622
מר. קלונימוס האט געשריבן:כל כבודה בת מלך פנימה

(תהילים מה, יד)

די אפיציעלע תירוץ פון די פרומע חברי כנסת איז אז "מען דארף אויפטון פון אינעווייניג" טא אפשר איז דאס דער פשוטע פשט אז כל כבודה פון א בת מלך איז ווען זי קומט אן "פנימה".

וכו' וגו' ודפח"ח ודוק וטישטעך
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 10:19 am#349624
אין ממנין נשים לא למלך ולא לדיין ולא לשופט ולא לשוטר
כמבואר בש"ס, ברמב"ם, ובשאר פוסקים.

נישט אומזיסט האט די תורה אזוי אוועקגעשטעלט. ס'טוט ווי ס'הארץ צו זען ווי ווייט אונז זעממער שוין געווארן אזוי היינטיג און דעמאקראטיש געשטימט אז אונזערע אייגענע אויגן זענען אזוי שטארק פארבלענדעט און מ'האממער פארלוירן ס'לעצטע ביסל תורהדיגע געפיל. ס'האט גארנישט צוטון מיט קנאות און נישט מיט פאנאטישקייט, עפ"י השקפת התורה באלאנגט נישט א פרוי אין קיין שום פאבליק פאזיציע, סיי מצד עניני צניעות און כל כבודה כנ"ל, אויך ווייל א מאמע דארף זיין א מאמע און א ווייב דארף זיין א ווייב (איך קענן נישט מרת פרייערס שלום בית צושטאנד, אבער אזויפיל קען איך יא זאגן, א רחמנות אויף איר מאן), זי האט א פליכט צו דינען איר מאן. און לויט כמה וכמה ראשונים איז א פרוי פטור פון מצות עשה שהזמן גרמא נאר פאר דעם ווייל זי דארף אייביג זיין 'עוועיליבל' פאר איר מאן לעשות רצונו. אין חכמה לנשים כי אם בפלך, א פרוי איז בעצם געבויט און געבילדעט צו קאכן און באקן און שטריקן סוועטערס און גארטלעך, און אף על פי וואס די היינטיגע מציאות פרובירט מיט אלע כוחות צו ווייזן פארקערט, איז עס נישט ריכטיג לאמיתה של דבר, ס'איז בערך ווי די מעשה מיט די קעץ פון ר' יונתן איבשיץ וואס מ'האט זיי געוואלט טרעינען אבער ביז זיי האבן געזען דער ערשטער מייזעלע אריבערלויפן. א פרוי האט געוויסע כאראקטעריסטישע פונדאמענט וואס מ'קען נישט טוישן און ס'ליגט טיף אין די DNA, און נישט אומזינסט האט גאט ב"ה זיי געשטעלט אין זייער מקום המיוחד להם און קובע געווען גבולות ברורים ווי אהין זיי געהערן, אפגעזען דיסקרימינאציע און אנדערע היינטיגע נעמען.

ווער ס'וויל זיך דינגען איז מכובד.
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 10:38 am#349630
Re: מזל טוב, בארא פארק! (פרייער געווינס)
כלל ישראל האט שוין געהאט פרויען אין גאר הויכע פאזיציעס . קיינער האט זיך נישט אפגערעדט ווען זיי האבן געהאלפען אידן. און לגבי פרויען מוזן בלייבן אינדערהיים זאלסטו מיר מוחל זיין אבער די אלע שרייערס זאלן גיין ארבייטען און שיקן די ווייב שאפינג! אונזערע צדיקים לויפען אין כולל און די ווייב שלאקט אוועק פאר אפאר דאללער. קאט די קרעפ. ווען די ''מאדע'' האט זיך געטוישט אז די מאן חתמ'ט און די ווייב ארבעט איז דער פנימה עפעס שטיל געווארען סך הכל איז עס יעצט די נעקסט סטעפ.
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 10:39 am#349631
ביסט אקעי מיט פרויען זאלן זיין טיטשערס? דאס איז אויך א רעלאטיוו נייע ערשיינונג.
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 10:44 am#349632
.
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 11:51 am#349647
גראף האט געשריבן:כלל ישראל האט שוין געהאט פרויען אין גאר הויכע פאזיציעס . .

ווען?
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 11:52 am#349649
ריכטיג האט געשריבן:
גראף האט געשריבן:כלל ישראל האט שוין געהאט פרויען אין גאר הויכע פאזיציעס . .

ווען?

מרים, דבורה, וכדו'
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 11:59 am#349653
נבואה איז א רוחניות'דיגע מדריגה, נישט קיין "פאזיציע" ווי מנהיגות.
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 12:01 pm#349656
אויב מנהיגות מוז מען זאגען אז ער מיינט גאלדע מאיר...
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 12:39 pm#349672
Re: מזל טוב, בארא פארק! (פרייער געווינס)
קאמענטירער האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:
גראף האט געשריבן:כלל ישראל האט שוין געהאט פרויען אין גאר הויכע פאזיציעס . .

ווען?

מרים, דבורה, וכדו'

אסתר המלכה
ערענסט ס'איז טאקע קיינמאל נישט געווען קיין פרויען וואס זענען אנגעקומען ערגעץ די לעצטע צוויי טויזענט יאר? אולי 'גאר הויכע'' איז טאקע ראנג אבער מאך עס נישט ווי עס איז קיינמאל נישט געשעהן.
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 12:54 pm#349678
איך פארשטיי נישט - א פרינסעבל אין סקול מעגן זיי זיין?!
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 12:57 pm#349680
קאצקע ציקער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט - א פרינסעבל אין סקול מעגן זיי זיין?!

און א רב אין שוהל טארן זיי נישט זיין ?
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 12:57 pm#349681
Re: מזל טוב, בארא פארק! (פרייער געווינס)
אין די לעצטע פאר טויזענט יאר זענען מענער נישט צו ווייט אנגעקומען....

ס'איז מעגליך אז רוחי פרייער טוט נישט ריכטיג. אבער דער שמחה איז נאכאלס אין פלאץ. אז א מיידעל זעט אז זי קען אויך טראכטען, זי קען אויך האבען א מיינונג, זי קען אויך ווערען א מומחה אין א נושא, איהר קאפ איז נישט קיין קלייניקייט, די זענען נישט נעגאטיווע ערשיינונגען. פונקט דאס אז זי טרעפט איהר הצלחה אינדערויסען קען זיין א פראבלעם.
נישט אז איך גיב נאך די נקודה, נאר ברוח לשיטתך.

ווען מ'צינד אמאל אן א ראדיא און מ'הערט שמועסערייען איבער געוויסע נושאים, און מ'ברענגט ארויף גאסט מומחים, איז עס א פחד וויפיהל געראטענע פרויען די וועלט פארמאגט. איך גלייב נישט אז איין פרוי ביי אונז קען אזוי קלאר ארויס האבען א זאך. עכ"פ נישט וואס איך האב געטראפען (און איך בין דאך א ליטוואק). אפילו קלוגע ביי פרומע אידען האבען נישט די דרייסטקייט און וויסענשאפטען צו זאגען אזעלכע קלארער מיינונגען. פארוואס? ט'זענען מיר דומער ווי זיי אלע? נאר אונז האדעווען נישט די פרויען אין אן אופן רז זייער קעפ זאל זיך עפענען. דאס טוט איינצוימען זייער לעבען, אבער דאס טוט אויך פאראורזאכען א.ט.ד. ביי פרויען וואס טרעפען זייער קעפ ליידיג.

און לגבי דער 'כל כבודה', דאס איז קיין שום שייכות נישט. אין לעיקוואוד ארבעטען רוב ווייבער און זיי באהערשען נישט די מענער, זיי זוכען צו דינען די משפחה כפי יכולתם. קיין עצמיות'דיגע שינוי איז נישט געווארען אין די ווייבער וואס ארבעטען. און היסטאריש האבען ווייבער אלס גע'ארבעט, די מארק איז אלס נאר ווייבער געווען. נאר אין רייכער מדינות און שטיבער זענען די ווייבער געווען באשעפטיגט טאג און נאכט מיט קינדער"ס שיך און באגאבו'ס. נארמאלע ווייבער האבען ביטער שווער גע'ארבעט, הן אין שטוב הן אינדערויסען.
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 1:01 pm#349684
אברך משי: נאר אויב ס'איז אזוי ווי דו זאגסט...וועללן צוויי פארשוינען (מלשון פרשנדתא) נחום און שאולזון האבן געניג סחורה צו מאכן קרעשן זייערע וועבסייטס...!
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 1:12 pm#349691
ס'טאקע געווען א גוט ווארט, אבער כ'האב (אויך) געמיינט צו זאגן אז ווען וועלט איז געווען וועלט (אדער ווען וועלט וואלט געווען וועלט) וואלטן מענער אויך געדארפט זיין די טיטשערס און פרינציפעלס אפילו פאר מיידלעך. נאר ס'איז א שוואכקייט פון אונזער דור ווי אלעס איז אזוי אפגעטיילט און אפגעהאקט מענער פון פרויען, טאקע צוליב די פראבלעמען וואס מ'האממער בזמן הזה און מ'ווילמיר זיך נישט טרעפן אויף די האטליינס און וועבזייטלעך...

אבער לאמתה של דבר קומט אז די מענער זאלן זיין די אויסלערנער'ס און משפיעים פאר אנדערע און נישט די פרויען. לדעתי הרטושה ליגט היבש אביסל חורבן אין די פאקט אז פרויען זענען טיטשערס, ווען אין זייער אסאך ענינים האבן זיי נישט קיין אנונג בחייכון וביומיכון וואס זיי רעדן, זיי גרייטן זיך א שטיקל שיעור אבי צו קענען פארלערנען פאר די תלמידות בשעת זיי זענען ווייט פון אויסגעבויעט יסודות'דיג און קענען נישט געבן קיין ריכטיגע תשובות און מהלכים אין שווערע פראגן (עכ"פ אין אידישקייט זאכן, השקפה, תורה, וה"ה בהרבה מילי דעלמא וואס זיי זענען נישט דיזיינד דאס צו קענען ריכטיג אנכאפן).
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 1:30 pm#349693
אברך משי: לאמיר די מסביר זיין לויט ווי איך זעה דעם מצב. ביי אונז אין די חסיד'ישע קאמיוניטי איז פארהאן 2 קעגנגעזעצטע טרענדס. ס'זענען פארהאן נארמאלע, פראגרעסיווע מענטשן וועלכע ווילן, אלס ערליכע אידן, מיטהאלטן מיט די פארשריט וואס די וועלט מאכט. דארט פאסט אריין דער פאקט וואס פרויען גייען אנגעטון נארמאל און סטייליש. און זיי דרייוון קארס און פיהרן אן מיט ביזנעס און ווערן דאקטוירים און אדוואקאטן. און אויך, ריכטערינס. און אלעס פארט אויף א גלאטן וועג.
נאכדעם איז פארהאן די קרומע קעפ און ליידיגייערס וועלכע טייטשן אויס די גאנצע תורה מיט די הלכה אויף א קרומע, פארדרייטע וועג. אין אלץ און אלעמען זעען זיי עבירות און ירידת הדורות און מכשולים און פירצות אקעיגן וואס מ'דארף מוחה זיין. און זיי זענען זייער גאנץ לעבן פארנומען מיט מחאות און פראטעסטן און טעראריסטישע, אנארכיסטישע אקציעס. צו זאלל דאס זיין אינטערנעט, סעללפאונס, סמארטפאונס און בכלל ..."טעכנעלאגיע"... ווי זיי רופן עס אן בלשונם המשובש. אנשטאטס זיין פראדוקטיוו, און לערנען גמרא/תוס' און פארלייגן זיך אויף הלכה, מברר צו זיין שמעתא אליבא דהילכתא אזוי ווי די אמאליגע גדולי הרבנים ווי דער דברי חיים, שינאווער רב, לבושי מרדכי, מהרש"ג ועוד ועוד, האבן געטון. זענען זיי פארנומען זייער גאנץ לעבן מיט פוסטקייט. שטותים והבלים. און פיהרן נייע מערכות א יעדן שני וחמישי. און ווארפן פאשקווילן, פארשטייצעך.
אט די חברה פון די 2'טע קאטעגאריע וואלטן געקענט באשטיין אז מ'זאלל פארמאכן אלע מיידל סקולס און בתי חינוך לבנות. און די מיידלעך און פרויען זאללן צוריק ווערן אזוי ווי קוען. אינגאנצן אומוויסנד. סיי אין אידישקייט און סיי אין וועלטליכע ידיעות. זייער ארבעט זאלל באשטיין נאר פון באקן חלות און פיינע קאקאוש קעיק פאר'ן מאן און טשענדזשן די באמאכטע דייפערס פון די יערליכע בעיביס...!
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 1:55 pm#349696
Re: מזל טוב, בארא פארק! (פרייער געווינס)
berlbalaguleh האט געשריבן:אברך משי: לאמיר די מסביר זיין לויט ווי איך זעה דעם מצב. ביי אונז אין די חסיד'ישע קאמיוניטי איז פארהאן 2 קעגנגעזעצטע טרענדס. ס'זענען פארהאן נארמאלע, פראגרעסיווע מענטשן וועלכע ווילן, אלס ערליכע אידן, מיטהאלטן מיט די פארשריט וואס די וועלט מאכט. דארט פאסט אריין דער פאקט וואס פרויען גייען אנגעטון נארמאל און סטייליש. און זיי דרייוון קארס און פיהרן אן מיט ביזנעס און ווערן דאקטוירים און אדוואקאטן. און אויך, ריכטערינס. און אלעס פארט אויף א גלאטן וועג.
נאכדעם איז פארהאן די קרומע קעפ און ליידיגייערס וועלכע טייטשן אויס די גאנצע תורה מיט די הלכה אויף א קרומע, פארדרייטע וועג. אין אלץ און אלעמען זעען זיי עבירות און ירידת הדורות און מכשולים און פירצות אקעיגן וואס מ'דארף מוחה זיין. און זיי זענען זייער גאנץ לעבן פארנומען מיט מחאות און פראטעסטן און טעראריסטישע, אנארכיסטישע אקציעס. צו זאלל דאס זיין אינטערנעט, סעללפאונס, סמארטפאונס און בכלל ..."טעכנעלאגיע"... ווי זיי רופן עס אן בלשונם המשובש. אנשטאטס זיין פראדוקטיוו, און לערנען גמרא/תוס' און פארלייגן זיך אויף הלכה, מברר צו זיין שמעתא אליבא דהילכתא אזוי ווי די אמאליגע גדולי הרבנים ווי דער דברי חיים, שינאווער רב, לבושי מרדכי, מהרש"ג ועוד ועוד, האבן געטון. זענען זיי פארנומען זייער גאנץ לעבן מיט פוסטקייט. שטותים והבלים. און פיהרן נייע מערכות א יעדן שני וחמישי. און ווארפן פאשקווילן, פארשטייצעך.
אט די חברה פון די 2'טע קאטעגאריע וואלטן געקענט באשטיין אז מ'זאלל פארמאכן אלע מיידל סקולס און בתי חינוך לבנות. און די מיידלעך און פרויען זאללן צוריק ווערן אזוי ווי קוען. אינגאנצן אומוויסנד. סיי אין אידישקייט און סיי אין וועלטליכע ידיעות. זייער ארבעט זאלל באשטיין נאר פון באקן חלות און פיינע קאקאוש קעיק פאר'ן מאן און טשענדזשן די באמאכטע דייפערס פון די יערליכע בעיביס...!

יעדעס ווארט איז ווי פראטיען פאר מיין קערפער
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 1:57 pm#349698
berlbalaguleh האט געשריבן:אט די חברה פון די 2'טע קאטעגאריע וואלטן געקענט באשטיין אז מ'זאלל פארמאכן אלע מיידל סקולס און בתי חינוך לבנות.

און די מיידלעך און פרויען זאללן צוריק ווערן אזוי ווי קוען. אינגאנצן אומוויסנד.

זייער ארבעט זאלל באשטיין נאר פון באקן חלות און פיינע קאקאוש קעיק פאר'ן מאן און טשענדזשן די באמאכטע דייפערס פון די יערליכע בעיביס...!


:!: :!: :!:
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 4:28 pm#349735
משפחת פרייער מיט די אלע משרתים ויוצר משרתיו פייערען די גרויסע שמחה.

m https://www.youtube.com/watch?v=V5iNM0i ... e=youtu.be m

(גאראנטירט צו קאסטען א שמייכעל...)
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 4:45 pm#349736
Re: מזל טוב, בארא פארק! (פרייער געווינס)
ראשעקאל האט געשריבן:משפחת פרייער מיט די אלע משרתים ויוצר משרתיו פייערען די גרויסע שמחה.

https://www.youtube.com/watch?v=V5iNM0i ... e=youtu.be

(גאראנטירט צו קאסטען א שמייכעל...)

פארוואס א שמייכל? עס איז זייער גוט... אוי ווי איך פריי מיך
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:34 pm#349746
קענסט נאך אהין גיין. ס'דא שבע ברכות דארט...
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 10:22 pm#349802
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:.

און לגבי דער 'כל כבודה', דאס איז קיין שום שייכות נישט.

m https://he.m.wikisource.org/wiki/ m שולחן_ערוך_אבן_העזר_עג_א

עיין ברמ"א.
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 10:30 pm#349803
אברך משי שרייבט,
(איך קענן נישט מרת פרייערס שלום בית צושטאנד, אבער אזויפיל קען איך יא זאגן, א רחמנות אויף איר מאן), quote
אזוי שרייבסטי אבער איך קען יא דע פרייער משפחה
די קענסט נישט דע שלום בית צישטאנד אין די שיסט סטעטמענטס, איך האף אז זי איז געניג טאלאנפאל אז נעקסט גייט זי געבען שלום בית לעסענס,, איך קען גיט דע פרייער משפחה, וועסט קענען זיך דארט לערנען אביסל ש"ב, נאא,, איך קען דיך נישט,
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 11:28 pm#349817
מחלוקת ראשונים וואס מיינט כל כבודה וכו' און נאך א מחלוקת ראשונים צו ס'איז וועגן דעם פסוק אדער סתם א גזירת הכתוב אין פ' שופטים לגבי מלך ווי די ספרי דרש'נט 'מאחיך' ולא אשה, און די רמב"ם (און אפשר אויך די ריטב"א אין שבועות) נעמען אן אז ס'מיינט יעדער סארט התמנות דלא כרש"י. (לכאורה אעז די פראבלעם נאר ביי א התמנות אויף אידן, אבער נישט אויף גוים).
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 11:30 pm#349818
elter-zeide האט געשריבן:איך קען גיט דע פרייער משפחה, וועסט קענען זיך דארט לערנען אביסל ש"ב,

אמת
זונטאג אקטאבער 30, 2016 11:53 am#353160
Re: מזל טוב, בארא פארק! (פרייער געווינס)
פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 9:00 am#357867
m http://youtube.com/watch?v=F9FAj7W3HH0 m

איינגעשוואוירען!!
פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 11:58 am#357878
א דורעכברוך! מענער די רעכטע זייט און פרויען אויף די לינקע זייט..
פרייטאג נאוועמבער 17, 2017 9:37 am#389367
זייער רירענד

youtube link

pcloud link