Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » Team Viewer

Team Viewer

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10949
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 1:44 pm#350574
Team Viewer
איך האב געדאונלאוד Team Viewer איך נוץ די פרייע ווערסיע איך האב אויף מיין אקקאונט פיר קאמפיוטערס, וואס איך נוץ.
וואס מעג מען נוצן פאר די אומזיסטע סערוויס? און וואס דארף מען שוין אפגרעידן צו באקומען א לייסענס?
צו וואס פרעג איך? ווייל היינט ווען איך האב אריינגעלאגט אין מיין אקקאונט איז ארויפגעקומען א מעסעדזש אז זיי זענען חושד אז איך בין א ביזנעס.
וויל איך וויסן וואס גייען זיי טוהן? גייען זיי מיר אפשפארן די אקקאונט? אדער עפעס אנדערש?

יישר כח פאר די ענטפערערס פון פאראויס
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 2:10 pm#350576
זיי ווערן קליגער און קליגער,

לעצטנס דערשמעקן זיי שנעל ווען מ'עביוזד זייער פרייע ווערסיע, וואס זיי טוהן, זיי האקן דיך אפ אינמיטן און לאזן דיך נישט אריין פאר ווארטן 5 מינוט, וכדומה,
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 2:15 pm#350578
@גאלד

סאיז נאר אינטערסאנט אויף וואס קוקן זיי צו זען אויב מען איז א ביזנעס, למשל ביי אונז ווייסט מען ווער סאיז א גביר, אזא איינער וועס געבט אריין א ספר תורה אין ביהמ''ד... אבער פון ווי זאל טים וויער געוואר ווערן אויב מען ניצט עס פאר א ביזנעס? (אויב מען האט אן סטעטיק איי. פי.? אויב יא איז עס אינטערסאנט)
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:21 pm#350595
אויב מען נוצט עס צו אפט קענען זיי חושד זיין. א פריוואטער מענטש איז נישט ביזי דערמיט יעדן טאג.
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 4:42 pm#350616
Re: Team Viewer
אז איך האב א אפיס און איך בין נישט קיין סאך דארט?
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 4:52 pm#350620
איך האב שוין יארן די מעסידזש און איך עס נוץ עס נאכאלס, מיין אקאונט האט ארום 25 קאמפיוטערס. פאר א שטיק צייט האט זיך עס אפגעהאקט נאך 5 מינוט נוצן אבער סאמעהאו איז עס אוועק.
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 5:41 pm#350630
איך האב אריבער 50 קאמפיוטערס אין מיין אקאונט און הערשט לעצטענס האבן זיי אנגעהויבן צו טרייבערן, אבער עס ווערט נישט אפגעהאקט.

יאהרן צוריק האב איך אויך געהאט מיט זיי, און נאך א וויילע האבן זיי מיך אינגענצן געבלאק'ד. איך האב זיך פארבינדען מיט זיי דורך אימעיל און זיי מסביר געווען אז איך טו טובות פאר מענטשן און מאך דערפון נישט קיין פרוטה. יענער האט מיר מסביר געווען אז כאטש דאס פארלאנגט אויך א באצאלטע ווערסיע, וועט ער עס מיר אויפשפארן.
זונטאג אקטאבער 02, 2016 2:43 am#351631
זיי קיקען אויך אויף די Mac address
פון די דיוויס
וואס איך טי איז איך אינסטאל עס און vm ware
וואס דארט איז זייער גרינג. צו טוישןmac address
זונטאג יאנואר 01, 2017 8:32 pm#358492
צום פינטל האט געשריבן:זיי קיקען אויך אויף די Mac address
פון די דיוויס
וואס איך טי איז איך אינסטאל עס און vm ware
וואס דארט איז זייער גרינג. צו טוישןmac address


but why bother?
its really slow if you use it from a vm
זונטאג פעברואר 19, 2017 12:32 pm#363173
Re: Team Viewer
איך וויל נוצן די remote desktop ווען די קאמפיוטער שלאפט. איינע פון די זאכן וואס דארף זיין פאר דעם, זאגן זיי:
If you want to wake up the computer with the help of its public address, your computer must be clearly identifiable on the Internet at all times. This is the case either if you have a fixed, static IP address through your Internet provider or your computer is reachable, e.g. with the help of a dynamic DNS provider

וויל איך וויסן: נארמאל קומט א ראוטער מיט א סטעטיק פי איי אדרעס? אויב נישט איז עס שווער צו מאכן, אדער האט עס סייד עפעקטס?
זונטאג פעברואר 19, 2017 12:41 pm#363174
א סטאטיק איי. פי. קומט נישט מיט א ראוטער.

ווען מען שטעקט איין סיי וועלכע דעווייס צו די אינטערנעט וואס אין דיין פאל איז עס די ראוטער, באקומט די דעווייס אן איי פי אדרעס פון די אינטערנעט פראוויידער. דער איי. פי. אדרעס הייסט די פאבליק איי. פי.

על פי רוב וועט עס זיין דיינאמיק. דהיינו אז די פראוויידער קען עס טוישן פון צייט צו צייט.

רוב פראוויידער'ס געבן סתם אזוי דיינאמיק און פאר נאך אפאר דאלער קען מען באקומען א סטאטיק.
זונטאג פעברואר 19, 2017 1:52 pm#363177
Re: Team Viewer
איינמאל מען האט א סטעטיק איי פי איז שוין פשוט צו מאכן wol (wake on lan?
אויך האב איך ערגעץ געליינט אז עס איז מער אויסגעשטעלט צו העקערס
זונטאג פעברואר 19, 2017 2:40 pm#363181
סטאטיק איי. פי. איז נישט אזוי וויכטיג ווייל מען קען פונקט אזוי נוצן א דיינאמיק די. ען. עס. פראוויידער אזויווי ס'שטייט אין די טעקסט וואס דו האסט פריער געשריבן.

גארנישט איז פשוט ווילאנג מען פארשטייט נישט. נאכן פאַרשטיין איז אלעס פשוט. העסט נאך דארפן אדורך גיין אסאך ביז ס'וועט ארבייטן.