Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » 2,000-יעריגע תורה איז אקוראט דער נוסח המסורה!

2,000-יעריגע תורה איז אקוראט דער נוסח המסורה!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10959
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 2:47 am#350891
2,000-יעריגע תורה איז אקוראט דער נוסח המסורה!
א שטוינענדע אנטדעקונג איז היינט באקאנט געווארן איבער דער וועלט, אז וויסנשאפטלער האבן באוויזן צו דעשיפרירן דעם כתב פון א שטיקל פון א 2,000-יעריגער פארברענטער תורה, און דער נוסח איז אקוראט, אות ביי אות, ווי דער נוסח המסורה.

דער נוסח המסורה איז באפעסטיגט געווארן ערשט מיט א קנאפע טויזנט יאר צוריק דורך די חכמי המסורה ווי בן אשר. די עלטערע כתבי יד פון דער תורה וואס מ'האט געהאט ביז היינט, הויפטזעכליך די מגילות ים המלח, האבן אסאך שינויים פון דעם נוסח המסורה.

דאס 2,000-יעריגע שטיקל פון א תורה איז געפונען געווארן אין עין גדי מיט א פופציג יאר צוריק, אבער עס איז געווען צו שטארק פארברענט אז מ'זאל עס קענען לייענען. מיט דער פארשריט פון טעכנאלאגיע האט מען יעצט באוויזן אויפצודעקן דעם כתב, און עס שטעלט זיך ארויס צו זיין א גענויען נוסח המסורה פון אנפאנג ספר ויקרא.

דאס מיינט אז דער נוסח המסורה האט שוין עקזיסטירט 2,000 יאר צוריק, און איז נישט געווען אן ערפינדונג פון טויזנט יאר שפעטער.

באריכט אין ניו יארק טיימס: Modern Technology Unlocks Secrets of a Damaged Biblical Scroll m http://nyti.ms/2d07TEo m
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 9:11 am#350900
Re: 2,000-יעריגע תורה איז אקוראט דער נוסח המסורה!
די טוירם שטוינענד איז פאסיג פאר די ביקורת המקרא חברה. אונז חרידים ווייסן שוין פון לאנג אז די תורה איז די זעלבע פון 3500 יאר צוריק
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:12 am#350903
דאס האט גארנישט מיט ביקורת המקרא. טייל חרדים ווייסן אז עס פלעגן זיין שינויי נוסחאות אין די פסוקי המקרא. אויב ווייסט מען דאס נישט פון די מגילות ים המלח ווייסט מען דאס פון לערנען גמרא.
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:36 am#350908
העניך: שנויי נוסחאות און די מגילות ים המלח זענען אינגאנצן נישט קיין פארגלייך. ווייל ביי די מגילות ים המלח איז נישט נאר אייצלנע ווערטער אנדערש ווי אין די תורה המסורה לנו. נאר אפילו דער קאנטעקסט איז נישט די זעלבע אין רוב פלעצער ביי די מגילות ים המלח. דאס נעמט נישט אוועק פון דעם וויכטיגקייט פון דעם געפינס. אבער קיין תורה שבכתב איז עס זיכער נישט...!
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:37 am#350910
די ארטיקל נאטירט אז ס'איז דערווייל א מחלוקה אויב ס'איז פון די ערשטע יאר הונדערט (לויט עקספערטן אויף כתב) אדער פון די דריטע יאר הונדערט (לויט קארבאן דעיטינג). מ'רעדט יעצט פון צוויי קאפיטלעך פון אנפאנג ויקרא. אבער מיט די נייע טעכנעלאגיע, האפן זיי, וועט מען קענען דעשעפירן אנדערע מאניוסקריפטס פון אנדערע פלעצער וועלכע מ'האט אויך ביז יעצט נישט געקענט ליינען.

כ'בין זייער נייגעריג אויב זיי האבן ממש די ערשטע פסוק פון ויקרא. כ'האב מאל געזעהן איימיצער זאגן אז די אל"ף זעירא איז צוליב א שינו הנוסח, ווי מאנכע ספרי תורה האבן נישט פארמאגט די אל"ף בכלל.
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:39 am#350911
מען רעדט בסך הכל פון צוויי קאפיטלעך אין ויקרא, דאס ווייזט נאר אז די צוויי פרקים האבן שוין עקסיזטירט אין אונזער גירסא פאר צוויי טויזענט יאר נישט אז די גאנצע תורה צוזאמען איז געווען אין אונזער גירסא.
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:45 am#350914
יואליש האט געשריבן:די ארטיקל נאטירט אז ס'איז דערווייל א מחלוקה אויב ס'איז פון די ערשטע יאר הונדערט (לויט עקספערטן אויף כתב) אדער פון די דריטע יאר הונדערט (לויט קארבאן דעיטינג).

ריכטיג. און אפילו לדעת די וואס האלטן אז עס איז בלויז 1,700 יאר אלט איז עס אויך א גאר שטארקע אנטדעקונג.
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:49 am#350916
ריכטיג, די היינטיגע נוסח המסורה איז אוועקגעשטעלט געווארן אין שנת אלף למספרם, דאס איז נאכאלץ עלטער
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:54 am#350921
נאך אן אינטערעסאנטע נקודה וואס די פארשער ברענגען ארויס איז אז דאס איז נישט א מגילה וואס מ'האט געקענט נוצן ווי א חומש, נאר א חלק פון א פאקטישן ספר תורה פון אן ארון הקודש אין א שול.
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:55 am#350923
קלאר אז ס'איז א אטעם פארכאפענדע אנדעקונג!
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 11:00 am#350924
די עיקר חידוש איז אז דאס איז די ערשטע מאנוסקריפט וואס איז לגמרי דומה צו אונזער מסורה, א זאך וואס מען האט נאכנישט געטראפן ביז היינט
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 4:55 pm#350945
יואליש האט געשריבן:
כ'בין זייער נייגעריג אויב זיי האבן ממש די ערשטע פסוק פון ויקרא. כ'האב מאל געזעהן איימיצער זאגן אז די אל"ף זעירא איז צוליב א שינו הנוסח, ווי מאנכע ספרי תורה האבן נישט פארמאגט די אל"ף בכלל.

ס'איז פון פסוק ב' ביז ח'
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 5:46 pm#350950
רוסישער האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:
כ'בין זייער נייגעריג אויב זיי האבן ממש די ערשטע פסוק פון ויקרא. כ'האב מאל געזעהן איימיצער זאגן אז די אל"ף זעירא איז צוליב א שינו הנוסח, ווי מאנכע ספרי תורה האבן נישט פארמאגט די אל"ף בכלל.

ס'איז פון פסוק ב' ביז ח'


:oops:
זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 9:44 am#350982
Re: 2,000-יעריגע תורה איז אקוראט דער נוסח המסורה!
רוסישער האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:
כ'בין זייער נייגעריג אויב זיי האבן ממש די ערשטע פסוק פון ויקרא. כ'האב מאל געזעהן איימיצער זאגן אז די אל"ף זעירא איז צוליב א שינו הנוסח, ווי מאנכע ספרי תורה האבן נישט פארמאגט די אל"ף בכלל.

ס'איז פון פסוק ב' ביז ח'

ווי קען מען זען די שיפרירטע ווערטער? פון פסוק ב פאנגט זיך די מגילה אן ביי "אדם די יקריב" אדער פון די אנפאנג פסוק "דבר אל בני ישראל ואמרת אליהם"? אויב פעלט פסוק א מיט די ערשטע ווערטער פון פסוק ב זעט עס מער אויס ווי א כוהנים manual ווי א חלק פון חומש.
זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 10:25 am#350985
מ'האט עס געטראפן אין די ארון קודש פון א שוהל. נישט קיין מענועל
זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 12:25 pm#350987
Re: 2,000-יעריגע תורה איז אקוראט דער נוסח המסורה!
ווי ס'איז געלעגען בשעת ס'איז פארברענט געווארן האט נישט קיין שייכות מיט די אומשטענדן פון די סופר וואס האט עס געשריבן. ניין?
זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 12:27 pm#350988
Re: 2,000-יעריגע תורה איז אקוראט דער נוסח המסורה!
די פילע טעקסט פון די דזשורנאל איז צו געפינען דא

m http://advances.sciencemag.org/lens/adv ... eference_5 m
זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 2:48 pm#350999
Re: 2,000-יעריגע תורה איז אקוראט דער נוסח המסורה!
בילד
זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 2:58 pm#351001
סאו פסוק א' איז יא דא נאר להכעיס קען מען נישט זעהן די אלף פון ויקרא.... :twisted:
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 4:41 pm#351230
אינטערעסאנטער ארטיקל איבער דער אויפדעקונג. איין נקודה איז ווערד צו דערמאנען, אז עס איז לכאורה נישט געווען קיין גאנצער ספר תורה, נאר א ספר ויקרא. לויט דעם שרייבער, פראפעסאר מארק ברעטלער, האט מען דעמאלט נאך נישט געהאט די טעכנאלאגיע צו קענען צוזאמעננייען אלע פינף ספרים אין איין תורה.

m http://thetorah.com/the-ein-gedi-torah-scroll/ m