Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » The Voice Season 11

The Voice Season 11

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10965
זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 7:32 pm#351026
The Voice Season 11
פאריגע וואך אדער צוויי וואכן צוריק האט זיך אנגעפאנגן סיזען 11 פון THE VOICE. אזוי ווי אלעמאל איז אויך היי יאר דא פיר שופטים. אויסער די אלטע צוויי: לעווין און בלעיק איז היי יאר צוגעקומען פרישע בלוט די אלעמען באקאנטע דיזני גירל מיילי סירוס, און אזוי אויך די ווארעמע זינגערטע אלישא קיז. די צוויי פרויען ברענגן אריין א פרישע רוח החיים אין די שאו און לייגן אין שאטן דעם געווענליכן דאמענירער אדם לעווין.

מען זעט טאקע ביי די ערשטע פאר עפיזאדן אז לעווין איז נישט ביי זיך, ער איז אנגעצויגן ווי א אינגל אין קעמפ ביי פיעלד דעי, ווייל די גוטע קאנטעסטן וועלען ענדערש אויס איינע פון די נייע מיילי אדער אלישא און בלעיק טרייבט ליצנות פון אים. בדרך אגב אלישע גייט מיט א טורבאן און זעט אויס ווי א היימיש ווייבל צניעותדיג און איידל מען קען זאגן אז זי מאכט א קידוש השם.

דא האט איר א פאר noteworthy קליפס וואס לענ"ד קענען עס מאכן ווייט אין די שאו
אין די ערשטע צוויי קליפס מאכט בלעיק דאס גענאר פון לעווין און מיט רעכט.

m https://www.youtube.com/watch?v=KMym0Wf7VGQ m

m https://www.youtube.com/watch?v=iXsdJGaL_K4 m

m https://www.youtube.com/watch?v=wkJrShaOaz0 m

m https://www.youtube.com/watch?v=wikX3P4eBbQ m
זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 8:41 pm#351033
Re: The Voice Season 11
און פארשטייט זיך אז פאר דעם איז אויך דא א טעלעגראם טשענעל פאר די וואס וועלן דאס מיטהאלטן.
m https://telegram.me/joinchat/ACzulkEAbyZilS2DSDjK4g m
מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:25 am#351079
מיטוואך אקטאבער 17, 2018 12:44 am#414563
מ'האלט לעצטענס אנגעפאנגען סיזען 15 פון the voice.
כ'וויל נאר דא מודיע זיין אז קענעדי האלמס גייט געווינען די סיזען.

m https://youtu.be/OYIOadE_ztA m
מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 5:25 pm#417494
כ'בין נאך שטארק פאר קענעדי האלמס , אבער קימבערלי דזשוי איז out of this world!!!
כ'געדענק נישט די לעצטע מאל האבען אזא ספיריטאל עקספיריענץ

דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 1:37 am#418770
המלוכה והממשלה האט געשריבן:מ'האלט לעצטענס אנגעפאנגען סיזען 15 פון the voice.
כ'וויל נאר דא מודיע זיין אז קענעדי האלמס גייט געווינען די סיזען.

https://youtu.be/OYIOadE_ztA

נא , ווי כ'האב שוין פאראויס געזאגט ביי די בליינד'ס , קענעדי איז א פיינעליסט אין די פיינעלי נעקסטע וואך אי''ה
דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 5:01 pm#419433
ליידער ליידער נצחו ארלים את המצוקים נישט קענדי און נישט קימבערלי האבן געווינען!
איינע שאוועל וואס זינגט בערך אזווי די פרחי קינדער האט געווינען.
איך מיין אז קענעדי'ס פראבלעם איז געווען אז זי איז צופיהל געגאנגען OFF TUNE און קימבערלי'ס פראבלעם איז געווען אז זי איז איבערוואגיג, דער עולם אויף יוא טוב אין די קאממענטס זענען שרעקליך בייז.
דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 5:12 pm#419435
כ'מיין אז קימבערלי'ס פראבלעם איז געוועהן אז זי האט געזינגען גאספעל. נישט יעדער איז אינטערסירט אייביג ליבאביטשע דביקות ניגונים
קענעדי איז קלאר געוועהן מיין פעיוואריט אבער מעקינזי איז געוועהן גלייך נאך איר
כאטש בארוהיג איך מיך אז קענעדי איז געוועהן אין די פיינעלי