Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » נוסח כפרות פאר ווער ס'שלאגט מיט געלט

נוסח כפרות פאר ווער ס'שלאגט מיט געלט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10999
פרייטאג אקטאבער 07, 2016 11:13 am#351901
נוסח כפרות פאר ווער ס'שלאגט מיט געלט
קלארע צעטעל ארויסצופרינטען פאר כפרות מיט געלט
מוצ"ש אקטאבער 08, 2016 10:00 pm#351954
Re: נוסח כפרות פאר ווער ס'שלאגט מיט געלט
א יישר כח פאר די נוסח. I guess די נוסח פאר די פאמיליע און אויב די ווייב איז א מעוברת האסטו בכוונה אויסגעלאזט, ווייל די ווייבער האבען נאכנישט די אור to be OK מיטן שלאגען מיט געלט.
זונטאג אקטאבער 09, 2016 6:44 am#352007
Re: נוסח כפרות פאר ווער ס'שלאגט מיט געלט
וויפיל געלט דארף מען ניצן?


Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג אקטאבער 10, 2016 4:13 am#352138
yachad האט געשריבן:וויפיל געלט דארף מען ניצן?


Sent from my iPhone using Tapatalk


וויפיהל דו ווילסט... אבער טוה עס שנעל פאר די רעבנים וועלען אגויסגעבען א קול קורא אז מען מוז נוצען $180.00 און דאס געב נאר פאר זיי און אויב נישט איז מען נישט יוצא
מאנטאג אקטאבער 10, 2016 1:59 pm#352153
Re: נוסח כפרות פאר ווער ס'שלאגט מיט געלט
m https://donate.yadlachim.org/cell.asp?r ... mukaElul16 m


זיי כאפן זיך צי דערצי..!
מאנטאג אקטאבער 10, 2016 2:08 pm#352154
יב הלוי סאלאווייטשיק האט געשריבן:https://donate.yadlachim.org/cell.asp?ref=AmukaElul16-VIN-banner-mobile-Berditchev&utm_source=VIN&utm_medium=banner&utm_content=mobile&utm_term=Berditchev&utm_campaign=AmukaElul16


זיי כאפן זיך צי דערצי..!


איך זיך א לויער (עורך דין) איך פאדער קאמישאן
זונטאג אקטאבער 30, 2016 7:00 pm#353194
Re: נוסח כפרות פאר ווער ס'שלאגט מיט געלט
yachad האט געשריבן:וויפיל געלט דארף מען ניצן?


Sent from my iPhone using Tapatalk

איך האב געזעהן אין ספר הליכות משה, פסקים פון ר' משה פיינשטיין ז"ל, אז ס'איז מסתבר אז ס'דארף זיין גענוג געלד כשיעור סעודת עני.
זונטאג אקטאבער 30, 2016 8:13 pm#353200
און נאכדעם נוצט מען די געלט פאר סעודת עיו"כ אזוי ווי די כפרה פלייש, ניין?
זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 12:31 pm#412905
.
פרייטאג אקטאבער 04, 2019 5:50 am#436973
.
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 9:36 am#459139
די אלע וואס זענען געווענטליך מקיל צו שלאגן מיט טשיקענס , דארפען די יאהר צוליב קאוויד זיכער מחמיר זיין צו שלאגן מיט געלט
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 11:39 am#459149
Re: נוסח כפרות פאר ווער ס'שלאגט מיט געלט
איך בין מחמיר אויף דרכי האמורי שוין א שיינע פאר יאר.
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 12:00 pm#459153
איך מיין אז היי יאר גיי איך שלאגן מיט א מענטש, אינאיינוועגס וועל איך שוין מקיים זיין דעם פסוק "כל חרם אשר יחרם מן האדם לא יפדה מות יומת" כפשוטו ממש...
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 12:33 pm#459156
שלאגן מיט א מענטש איז אויך א ענין ווייל א מענטש ווערט אויך אנגערופן'גבר'...
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 1:42 pm#459161
צפור בודד האט געשריבן:איך בין מחמיר אויף דרכי האמורי שוין א שיינע פאר יאר.

שלאגן מיט געלט איז נישט קיין דרכי אמורי?
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 2:24 pm#459163
Re: נוסח כפרות פאר ווער ס'שלאגט מיט געלט
מנחם ציון האט געשריבן:
צפור בודד האט געשריבן:איך בין מחמיר אויף דרכי האמורי שוין א שיינע פאר יאר.

שלאגן מיט געלט איז נישט קיין דרכי אמורי?
שלאגן מיט הינער איז און דערפאר בין איך מחמיר צו שלאגן מיט געלט.
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 2:50 pm#459164
פארוואס איז געלט ווייניגער דרכי האמורי ווי א האן? אויב עפעס פארקערט, אז מ'זאל זיך אויסלייזן פון עברות דורך שחט'ן א פייגל טרעפט מען אין די תורה (חטאת העוף), זיך אויסלייזן דורך געלט איז דרכי האמורי. פארשטייט זיך אז לכתחילה זאל מען שחט'ן א מענטש, בדיעבד איז א האן אויך גוט, אבער ח"ו נישט נוצן קיין געלט ווייל ס'איז דרכי האמורי.
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 3:08 pm#459165
מיט א האן איז פאגאניזם, משא"כ מיט געלט איז אזויווי האומר סלע זו לצדקה ע"מ שיחיה בני, אדער וחטאך בצדקה פרוק.
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 3:10 pm#459166
און איך זאג פארקערט, האומר סלע זו לצדקה איז פאגאניזם (זוגות שטייט אויך אין גמרא), שחט'ן א בעל חי איז אזויווי א קרבן (שעיר לעזאזל?). Change my mind
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 4:59 pm#459180
ביידע האבן מקורות אין די תורה
עיין ערך מחצית השקל כופר נפשו
ועיין ערך קרבן
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 5:58 pm#459189
Re: נוסח כפרות פאר ווער ס'שלאגט מיט געלט
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און איך זאג פארקערט, האומר סלע זו לצדקה איז פאגאניזם (זוגות שטייט אויך אין גמרא), שחט'ן א בעל חי איז אזויווי א קרבן (שעיר לעזאזל?). Change my mind
אויף די פילאזאפישע חילוקים וועל איך לאזן אנדערע ענטפערן, נאר א פשוטע ענטפער, אויף כפרות איז דא דער באקאנטער סימן אין שו"ע פון איין סעיף משא"כ שעיר לעזאזל איז א פרשה אין דער תורה (כאטש אין תורה שטייט נישט זה תחת זה אזויווי כפרות),
מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 6:19 pm#459191
הייסט עס אז יעצט איז דער שולחן ערוך דער מעסטער, פונעם רמ"א האסטו פארגעסן? כ'האב נישט געוואוסט אז דו ביזט א ספרדי. :D

די פילאזאפישע חילוקים איז אירעלעוואנט צו אידישקייט.
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 12:01 pm#459229
איך בין נישט אזוי באקאנט פונקטליך מיט די טעמים מנהגים מקורות, אבער מיר וואונדערט שטארק פארוואס מען מאכט עס נישט אויף שטילערע געסלעך אדער בעק יארדס (איך רעד נישט אפי' יעצט פין קעיר נעמען בעסער), נישט צו ציעהן פרעמדע אויפמערקזאקייט, און צו האלטן אונזער שכונה אביסעלע ריינער
ווי ווייט מיין פארשטאנד גייט איז עס נישט א זאך וואס ברויך עקסטרע פרסום אין מיטלען צי ציען מענטשען זאלען עס ווילען קויפען, טא פארוואס קען מען עס נישט מאכן באשיידען אפי' די ביסט 100% גערעכט....
באט אגעין איך בין נישט אזוי באקאנט אפשר שטייט אזוי אז עס מוז זיין לעיני כל, כי הוא חכמתם ובינתכם לעיני העמים דווקא..??
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 1:21 pm#459233
פארווע חסיד האט געשריבן:איך בין נישט אזוי באקאנט פונקטליך מיט די טעמים מנהגים מקורות, אבער מיר וואונדערט שטארק פארוואס מען מאכט עס נישט אויף שטילערע געסלעך אדער בעק יארדס (איך רעד נישט אפי' יעצט פין קעיר נעמען בעסער), נישט צו ציעהן פרעמדע אויפמערקזאקייט, און צו האלטן אונזער שכונה אביסעלע ריינער
ווי ווייט מיין פארשטאנד גייט איז עס נישט א זאך וואס ברויך עקסטרע פרסום אין מיטלען צי ציען מענטשען זאלען עס ווילען קויפען, טא פארוואס קען מען עס נישט מאכן באשיידען אפי' די ביסט 100% גערעכט....
באט אגעין איך בין נישט אזוי באקאנט אפשר שטייט אזוי אז עס מוז זיין לעיני כל, כי הוא חכמתם ובינתכם לעיני העמים דווקא..??

חציף עלי מאן דמפרש חטאיה.....