Under maintenance
הויפט זייט » זשורנאליזם און שמוציגע ווערטער

זשורנאליזם און שמוציגע ווערטער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11003
מוצ"ש אקטאבער 08, 2016 8:50 pm#351952
זשורנאליזם און שמוציגע ווערטער
אין דער וועלט פון זשורנאליזם איז פאראן א גרויסער שמועס איבער דרוקן מיאוס'ע ווערטער – פראפעניטי. וואס קען מען יא דרוקן און וואס נישט, וואס איז גענוג א וויכטיגער צורך אויף צו דרוקן אזא ווארט, און וואס נישט? אין דער קאטעגאריע זענען פאראן א צאל ווערטער, ובראשם שטייט דאס באקאנטע 4-אותיות ווארט וואס פאנגט זיך אן מיט אן F.

פארשטייט זיך אז א שרייבער וועט קיינמאל נישט נוצן קיין מיאוס'ע ווערטער ווען ער שרייבט אן ארטיקל, אבער וואס טוט זיך ווען מ'וויל ציטירט א צווייטן און יענער האט גענוצט א מיאוס ווארט – זאל מען שרייבן דעם ווארט אדער נישט? זאל מען שרייבן רמזים אז מ'זאל כאפן פון וואס מ'רעדט, אדער זאל מען שרייבן איין אות פון דעם ווארט, און נאכדעם אנדייטן אויף די איבעריגע אותיות?

די אלע פראגעס זענען ארויפגעשפרונגען אויפ'ן אויבערפלאך אין די לעצטע 24 שעה, נאכדעם וואס עס איז ארויסגערינען א גאר שמוציגע רעקארדירונג אין וואס דאנאלד טראמפ גרויסט זיך איבער זיינע נידריגע אוואנטורעס מיט פרויען, אויסגעשמועסט מיט מיאוס'ע ווערטער. דער קאמפיין פאר פרעזידענט איז אויפגעציטערט געווארן פון דעם סקאנדאל, און עס איז געבליבן פאר די נייעס-נעצן אויסצוגעפונען א וועג וויאזוי איבערצוגעבן די באריכטן אז די לייענער זאלן פינקטליך ארויסהאבן וואס דא גייט פאר, אבער אין דער זעלבער צייט נישט צופיל זיך אראפצולאזן מיט שמוץ.

דער "וואשינגטאן פאוסט" – וואס האט ערשט אויפגעדעקט דעם סקאנדאל – האט פובליצירט די ווידעא אומצענזורירט, און האט אפילו ארויפגעשטעלט די ווערטער אז מ'זאל קענען מיטהאלטן. אבער אין די ארטיקלען וועגן דעם סקאנדאל, הן אויף זייער וועבסייט און הן אין דער צייטונג גופא, האבן זיי נישט אינגאנצן ארויסגעשריבן די שמוציגע ווערטער – בלויז F---, וכדומה.

פון דער אנדערער זייט האט דער "ניו יארק טיימס" געבראכן זיין פאליסי נישט צו דרוקן שמוציגע ווערטער, און האט אין דער ערשטער מאל אין היסטאריע געדרוקט אלע שמוציגע ווערטער אין דעם נייעס באריכט אויף דער ערשטער זייט. שמוציגע ווערטער זענען שוין ערשינען אינעם טיימס, אבער נאר אין די אינעווייניגסטע זייטן, און אויך נאר אין עטליכע זעלטענע פעלער וואס מ'האט ציטירט א וויכטיגן דאקומענט אדער ליטערארישער ווערק.

אנדערע ביליגערע צייטונגען ווי דער ניו יארק פאוסט און דער דעילי ניוז האבן כמנהגם געשריבן בלויז טייל אותיות פון די ווערטער, און די איבעריגע אנגעפילט מיט סימבאלן, כזה: F^@#, וכדומה.

עס איז אינטערעסאנט אנצואווייזן אז אין דעם הינזיכט איז אמעריקע פיל מער קאנסערוואטיוו ווי אנדערע אייראפעאישע מדינות, וואו ס'איז בכלל נישט קיין פעלער צו ציטירן אזעלכע ווערטער אויב זיי זענען א חלק פון דער נייעס. אפילו אין אמעריקע איז דער מנהג נישט צו שרייבן אזעלכע ווערטער בעיקר איינגעפירט אין די צייטונגען, פילע מאגאזינען האלטן זיך נישט צוריק פון דרוקן מיאוס'ע רייד אויב עס פעלט אויס, און אין פילמען איז אוודאי נישט דא קיין צוריקהאלט צו נוצן ווערטער וואס פאסן אריין פאר א כאראקטער.
מוצ"ש אקטאבער 08, 2016 10:31 pm#351973
העניך: דאס ווארט וואס דו ציטירסט אין דיין פתיחת האשכול איז אריגינאל אינגאנצן נישט געווען קיין ניבול פה. אדרבא, ס'איז געווען זייער שטארק א צניעות'דיג ווארט אין אין לעקסיקאן פון אמעריקע בערך 150-200 יאר צוריק. והנה...די היסטארישע לעגענדע גייט בערך אזוי. ווען מ'האט פאר איינעם געגעבן מלקות ווייל ער האט מזנה געווען מיט אן אשת איש האט מען אויך צוגעלייגט א סיין מיט קידוש לבנה אותיות מיט די פאלגענדע ווערטער...!
For
Un-lawful
Carnal
Knowledge.
אויך איז דא א ווערטל אז אפרא-אמעריקאנער יוגנטליכע האבן אין א קלאסרום געשריבן א ניי-יאר וואונטש. און אין די צווייטע שורה האבן זיי געשריבן דאס ווארט פון פיהר אותיות. ווען מ'האט זיי געפרעגט פשט פון דעם האבן זיי געזאגט אז דאס זענען די ראשי תיבות...!
From
Us
Colored
Kids...!
מוצ"ש אקטאבער 08, 2016 11:20 pm#351980
.
מאנטאג אקטאבער 10, 2016 1:23 am#352135
Re: זשורנאליזם און שמוציגע ווערטער
berlbalaguleh האט געשריבן:העניך: דאס ווארט וואס דו ציטירסט אין דיין פתיחת האשכול איז אריגינאל אינגאנצן נישט געווען קיין ניבול פה. אדרבא, ס'איז געווען זייער שטארק א צניעות'דיג ווארט אין אין לעקסיקאן פון אמעריקע בערך 150-200 יאר צוריק. והנה...די היסטארישע לעגענדע גייט בערך אזוי. ווען מ'האט פאר איינעם געגעבן מלקות ווייל ער האט מזנה געווען מיט אן אשת איש האט מען אויך צוגעלייגט א סיין מיט קידוש לבנה אותיות מיט די פאלגענדע ווערטער...!
For
Un-lawful
Carnal
Knowledge.
אויך איז דא א ווערטל אז אפרא-אמעריקאנער יוגנטליכע האבן אין א קלאסרום געשריבן א ניי-יאר וואונטש. און אין די צווייטע שורה האבן זיי געשריבן דאס ווארט פון פיהר אותיות. ווען מ'האט זיי געפרעגט פשט פון דעם האבן זיי געזאגט אז דאס זענען די ראשי תיבות...!
From
Us
Colored
Kids...!

בעל עגלה אז די רעדסט שוין נישט געשטויגענע מידות, איז דא אזא גירסא.
געווען אמאל א צייט וואס צענדליגער טויזענטער זענען געשטארבן פון א מגיפה, האט דער קעניג ארויסגעגעבן א באפעל אז
“Fornicate
Under
Command of the
King”
און פון דאן אן איז געבוירן די ווארט.

Sent from my Nexus 6 using Tapatalk
מאנטאג אקטאבער 10, 2016 8:56 pm#352193
ארטיקל אין טיימס וואס איז מסביר וויאזוי די החלטה איז צוגעגאנגען צו דרוקן די מיאוס'ע ווערטער:

mobile.nytimes.com/2016/10/11/public-editor/whyd-you-do-that-printing-donald-trumps-vulgarities.html
מאנטאג אקטאבער 10, 2016 9:05 pm#352195
החוקר: דו האסט מיך געמאכט אויספלאצן פון געלעכטער... אבער דו זאלסט וויסן אז אמעריקע איז אמאל געווען זייער שטארק מאראליש/רעליגיעז. און מ'האט געגעבן מלקות אין די טאון סקווער.(נישט צו פארמישן מיט דעם העיליגן שטעיטעלע סקווירא, ח"ו.) פאר געוויסע עבירות וואס דער מענטש איז באגאנגען. פאר גניבה אויך. למען ישמעו ויראו...! נאכאמאל. א יישר כח פאר דיין אינטרעסאנטע ראשי תיבות. איך הער נישט אויף צו לאכן פון דעם... :lol: :roll:
פרייטאג יאנואר 12, 2018 9:32 am#393321
אונזער פרעזידענט האלט די פרעסע פארנומען מיט אט די וויכטיגע שאלות. וויאזוי שרייבט מען ש*טהאול? מיט א שטערנדל אדער אן? אויף טעלעוויזיע זאל מען עס קלאר ארויסזאגן, אדער נישט?