Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » אבאמא אין קענעדי'ס פיסטריט: מיר וועלן שיקן א מענטש צו מארס

אבאמא אין קענעדי'ס פיסטריט: מיר וועלן שיקן א מענטש צו מארס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11013
דינסטאג אקטאבער 11, 2016 9:13 am#352239
אבאמא אין קענעדי'ס פיסטריט: מיר וועלן שיקן א מענטש צו מארס
מינוטן צוריק האט CNN פובליצירט אן עקסקלוסיוון ארטיקל פון פרעזידענט באראק אבאמא, וואו ער פארשפרעכט אז אמעריקע וועט שיקן א מענטש צו מארס, און אים/איר צוריקברענגען געזונטערהייט ביז די 2030ער יארן. דער ענדגילטיגער ציל וועט זיין צו ערמעגליכן מענטש זיך צו באזעצן אויף מארס פאר א לענגערער צייט.

דאס דערמאנט דעם צוזאג פון פרעזידענט קענעדי אנפאנג פון די 1960ער יארן אז מ'וועט שיקן א מענטש צו דער לבנה ביז דער ענדע פון דעם יאר-צענדליג, וואס האט געפירט צו דער לבנה לאנדונג אין 1969.

אין דעם ארטיקל רעדט אויך אבאמא פון וויסנשאפטליכער פארשריט וואס אמעריקע האט געמאכט אין זיין אדמיניסטראציע, און די האפענונג אויף דער צוקונפט.

Barack Obama: America will take the giant leap to Mars
m http://www.cnn.com/2016/10/11/opinions/ ... index.html m
דינסטאג אקטאבער 11, 2016 9:40 am#352242
וואס איז די מטרה דערפון? איז עס א וויכטיגע צוועק? וואספארא נוצן וועט אמעריקע האבן דערפון אז עס לוינט זיך צו אינוועסטירן דערין?
דינסטאג אקטאבער 11, 2016 9:43 am#352245
ס'איז אן אלטערנאטיוו צו דעם גלויבאלען אנווארעמונג פראבלעם וואס פלאגט דעם עולם הזה.
דינסטאג אקטאבער 11, 2016 9:47 am#352247
m https://en.m.wikipedia.org/wiki/Budget_of_NASA m
אמעריקע גיט אויס יעדע יאר ביליאנען פאר נאסא איז דאס סתם א hobby פון א רייכע לאנד? אדער עס ליגט מער אין דעם?
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 12:51 am#352310
rps20161013_005112.jpg
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 3:12 am#352318
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז די מטרה דערפון? איז עס א וויכטיגע צוועק? וואספארא נוצן וועט אמעריקע האבן דערפון אז עס לוינט זיך צו אינוועסטירן דערין?

די לענדער וואס זענען די מערסטע פאראויס אין טעכנאלאגיע און וויסענשאפט זענען געווענטליך אויך פאראויס אין אלע אנדערע הינזיכטן וואס פארבעסערען די לעבן פאר דאס פאלק
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:09 am#352339
ווען מען רעדט פון ספעיס פארשונג איז דאס נישט נאר פארשונגען איבער די יוניווערס נאר אויך פארשונגען אינעם ספעיס, געוויסע מעדעצינען זענען שוין אזוי ערפונדן געווארן ווי אויך געוויסע הייל מיטלען, אונז קליינע מענטשעלעך האבן שוין פיל בענעפיטירט פון די ספעיס מיסיעס.
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 12:17 pm#352346
ספעיס מיסיעס בעצם ברענגט א געוואלדיגע נוצן פאר די מענטשהייט, מיין שאלה איז נאר געווען וואס וועלן מיר פארדינען פון שיקן אינדיווידואלע מענטשן אהין, און פארוואס לוינט זיך פאר די רעגירונג צו אינוועסטירן דערין, בפרט בעת דער דעפיציט איז שוידערליך הויך.
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 12:23 pm#352347
וואס פארשטייסטו נישט? אז אמעריקע האט א פארטרעטער אין ספעיס, וועט - לשיטת הרעגירונג רעזידענץ - געהויבן ווערן די פרעסטידזש פון איר איבער די וועלט. הפנים אזוי האלטן זיי, און פאר דעם כבוד המדומה זענען זיי גרייט צו גיסן שווערע געלטער אבי מ'זאל אנקוקן די פאראייניגטע שטאטן ווי דער טאטע פון דעם אלגעמיינעם כדור העולם.
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 1:22 pm#352360
לויט רוב וויסנשאפטלער (יא, די זעלבע נארישע וויסנשאפטלער וואס האלטן פון גלאבעל ווארמינג) וועלן מענטשן עווענטועל וואוינען אויף אנדערע פלאנעטן אלס אן אלטערנאטיווע פאר אונזער וועלטל. גיין אויף מארס איז א "ריזיגער שפרינג פאר דער מענטשהייט", ווי ארמסטראנג האט געזאגט אויף דער לבנה.
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 1:26 pm#352363
כ'מיין אז קודם זאל מען באזעצן בלומינבורג און לעיקוואד, און נאכדעם וועט מען זען אויב עס וועט זיין ווער ס'זאל קויפן א שטיקל ארבטייל אויפן מארס. פארפאלן, דער עולם גלייכט ס'שטאט, מ'וויל בלייבן צוקוועטשט ווי סארדינ'ס אין קאנזערוון שאכטלען און צאלן רענט אינעם באבנ'ס באבן אריין, אפילו מאנסי איז נישט קיין אפציע, קומען זיי מיר פארקויפן מעשה'לעך מיט פלאנעטן? אי"ה ווען די גלאבל ווארעמינג וועט טון דאס וואס באג 2000 האט געדארפט טון (געדענקסט???...) וועלמיר זיך אלע הייבן און פארן צום לבנה...
דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 6:59 pm#352414
העניך האט געשריבן:(יא, די זעלבע נארישע וויסנשאפטלער וואס האלטן פון גלאבעל ווארמינג)
פרייטאג אקטאבער 14, 2016 6:06 pm#352529
העניך האט געשריבן:לויט רוב וויסנשאפטלער (יא, די זעלבע נארישע וויסנשאפטלער וואס האלטן פון גלאבעל ווארמינג) וועלן מענטשן עווענטועל וואוינען אויף אנדערע פלאנעטן אלס אן אלטערנאטיווע פאר אונזער וועלטל. גיין אויף מארס איז א "ריזיגער שפרינג פאר דער מענטשהייט", ווי ארמסטראנג האט געזאגט אויף דער לבנה.

l viewtopic.php?f=10&t=5938#p185817 l
מוצ"ש אקטאבער 15, 2016 8:04 pm#352531
געוואלדיג האט געשריבן:ווען מען רעדט פון ספעיס פארשונג איז דאס נישט נאר פארשונגען איבער די יוניווערס נאר אויך פארשונגען אינעם ספעיס, געוויסע מעדעצינען זענען שוין אזוי ערפונדן געווארן ווי אויך געוויסע הייל מיטלען, אונז קליינע מענטשעלעך האבן שוין פיל בענעפיטירט פון די ספעיס מיסיעס.

תפארת שלמה פרשת האזינו, אינדאסירט די ספעיס מיסיעס לצורך רפואה.
מוצ"ש אקטאבער 15, 2016 8:14 pm#352532
העי יין שרף, וועלקאם בעק. פליז בלייבן דא מיט אונז!
דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 2:21 pm#435212