זונטאג נאוועמבער 06, 2016 4:42 pm#353681
רעצענזיע: ספר "דברי שלמה" להאדמו"ר מבאבוב זצ"ל
ספר "דברי שלמה"
רעצענזיע אויף דעם ניי-ערשינענעם ספר פון האדמו"ר מבאבוב זצ"ל

פון: העניך
זעכצן יאר איז שוין דורך זינט דער פטירה פון דעם גדול בישראל האדמו"ר רבי שלמה האלבערשטאם מבאבוב זצ"ל – דער קדוש וצדיק וועלכער האט באלאכטן דעם חסידישן אמעריקע מיט זיין הייליגן און זיסן ליכט פאר איבער פופציג יאר, און האט אויפגעשטעלט די אימפעריע לבית באבוב מיט די אודים מוצלים מאש נאך דעם ביטערן חורבן.
פון דער פטירה זומער תש"ס איז פאר חסידי באבוב אויסגעטרוקנט געווארן זייער קוואל פון חיזוק און התרוממות וואס האט זיי באגלייט פון קינדווייז אן, און עס איז פון זיי אוועקגענומען געווארן דער מוסטער פון קדושה און מידות טובות מיט וואס באבוב האט שטאלצירט די אלע יארן. דער גרויסער חלל וואס איז געשאפן געווארן האט זיך געשפירט ביטערער צוליב דעם פאקט אז טראץ דעם וואס דער באבובער רב האט צענדליגער יארן געזאגט דברי תורה מדי שבת בשבתו און מדי מועד במועדו, און טראץ דעם וואס א גרויס טייל פון די דברי תורה זענען פארשריבן געווארן דורך מעתיקי שמועה, זענען די דברי תורה געבליבן פארהוילן פונעם ציבור און זענען נישט ארויס לאור עולם.
די איינציגסטע דברי תורה וואס האט דערהאלטן די חסידי באבוב אין לויף פון די אלע יארן זענען געווען די ווערטער און שמועסן וואס זענען דורכאויס די יארן געדרוקט געווארן אין דעם קובץ "כרם שלמה" וואס איז ערשינען אין די שנות תש"ל, מ' און נ', און זענען נאך דער פטירה פונעם רב צוזאמענגענומען געווארן אין דריי דינע בענדער "ליקוטי כרם שלמה". אזוי אויך זענען ערשינען צוויי בענדער פון דרשות און מכתבים מיט'ן נאמען "נועם שלמה". אבער רוב רובם פון די שמועסן און דרשות פונעם באבובער רב האבן געווארט אז זיי זאלן סוף כל סוף ערשיינען לאור העולם.
טראץ דעם וואס נאך בחייו פונעם רב האט מען שוין אנגעפאנגען צו ארבעטן אויף דעם גרויסן פראיעקט ארויסצוגעבן דעם אויטאראטיוון ספר פונעם באבובער רב מיט'ן נאמען "דברי שלמה" וואס וועט אים דעפינירן פאר די דורות הבאים, איז עס אבער שטעקן געבליבן אין לויף פון די יארן, אין טייל צוליב דער פייערדיגער מחלוקת וואס האט אויסגעבראכן אין באבוב. דער שטרייט איז אנגעגאנגען צווישן די קינדער פון דעם ממלא מקום האדמו"ר ר' נפתלי צבי ז"ל און זיין אינגערער ברודער האדמו"ר ר' בן ציון, וועלכער האט למעשה איבערגענומען די אדמו"רות לבית באבוב. צום באדויערן האט דער באבובער רב ז"ל נישט זוכה געווען אז עס זאל היינט איבערבלייבן מנהיגים ממשפחתו ההולכים בדרכיו, און דערפאר איז געווען פיל מער ווייטאגליך אז מ'האט נישט זוכה געווען צו קענען לערנען די דברי תורה פונעם באבובער רב דורכאויס די אלע יארן.
ראש חודש חשון תשע"ז איז געקומען די פריידיגע און איבערראשנדע בשורה אז דער לאנג-ערווארטעטער ערשטער באנד פון "דברי שלמה" ווערט געדרוקט, און וועט אנקומען קיין אמעריקע אין די קומענדיגע טעג. ווי פארשפראכן, איז דער ספר טאקע ערשינען אין ביהמ"ד באבוב פארגאנגענעם ערב שבת נאנט צום זמן כניסת שבת. א שמחה האט אויסגעבראכן ביי אלע חסידים ומעריצים לבית באבוב, און איבער שבת האט מען זיך קוים געקענט זעטיגן מיט די דברי תורה פונעם רב וואס מ'האט שוין ענדליך די זכיה צו לייענען און לערנען.
דער ערשטער באנד פון וואס וועט ווארשיינליך זיין צען בענדער דעקט די ערשטע פינף פרשיות פון ספר בראשית, בראשית-חיי שרה. אויפ'ן שער בלאט ווערט האדמו"ר ר' בן ציון האלבערשטאם באצייכנט ווי דער מוציא לאור, און ער שרייבט א לענגערע הקדמה. אין דער הקדמה באשרייבט דער זון די עבודת הקודש פונעם טאטן, און ברענגט ארויס וואספארא ליכטיגקייט דער רב ז"ל האט אריינגעשיינט אין די הערצער פון אידן נאכ'ן ביטערן חורבן.
ווי וויכטיג אט די מיסיע איז געווען פאר'ן רב, קען מען לערנען פון דעם וואס דער מוציא לאור שרייבט אז דער רב האט קלאר געמאכט אז זיינע דרשות און שמועסן זענען געווענליך נישט סתם אויסגעטראכט אויפ'ן פלאץ, נאר צוגעגרייט און אויספלאנירט במחשבה תחילה.
דער מוציא לאור ברענגט אז אמאל ביי סעודת הילולא פאר'ן שינאווער רב ז"ל, האט מען דערמאנט אז דער שינאווער רב פלעגט נאר זאגן דברי תורה וואס איז אים איינגעפאלן אויפ'ן פלאץ. ער האט געהאלטן אז אזעלכע דברי תורה זענען א בחינה פון שכינה מדברת מתוך גרונו. ווידער צוגעגרייטע שמועסן זענען מער מענטשליך אין נאטור, און ווייניגער געטליך.
הערנדיג דעם שמועס האט דער באבובער רב רעאגירט און געזאגט אז הגם דאס איז אפשר געווען גוט פאר'ן שינאווער רב איז דאס בכלל נישט צוגעפאסט פאר אים. דער רב האט מסביר געווען אז ער האט אן אויפגאבע צו אויפהייטערן עצמות יבשות, היילן צעבראכענע הערצער, ער דארף מיט זיינע ווערטער שמירן באלזאם אויף פארוואונדעטע קערפער, און גלייכצייטיג געבן חיזוק און התעוררות צו אריינשטראלן אידישקייט און די הערצער פון שומעי לקחו. אזא אויפגאבע קען מען נישט נעמען פאר לייכט, און מ'קען זיך נישט פארלאזן אז דער אויבערשטער וועט אריינשיקן די ריכטיגע ווערטער אויפ'ן פלאץ. מ'דארף זיך גוט צוגרייטן און איבערגעבן פאסיגע דברי תורה פאר די נאספים.
כאראקטעריסטיש פאר דעם צדיק וואס האט פון זיך נישט געמאכט קיין וועזן און האט מחשיב געווען זיינע חסידים און מעריצים האט ער צוגעענדיגט אז דערפאר זאגט ער אין זיינע שמועסן אזעלכע אויסדרוקן ווי "האב איך געטראכט" אדער "האב איך אינזינען געהאט," כדי די צוהערער זאלן וויסן אז דאס איז אלס חומר וואס ער האט צוגעגרייט פון פריער כראוי וכיאות לפי השומעים והזמן.
דער באבובער רב'ס פראקטישקייט, זיין עניוות, זיין אהבת הזולת, זעט זיך ארויס פון דער זעלבער הקדמה וואו דער קאנטראסט מיט זיין זון – דער היינטיגער ממלא מקום – איז גאר קענטיג. אין לויף פון דער גאנצער הקדמה ווערט נישט דערמאנט קיין דאנק פאר קיין איין מענטש אויף דער וועלט. אויף דעם ספר האבן אין לויף פון די יארן געארבעט צענדליגער מענטשן – טייל פון זיי האבן אוועקגעגעבן וואכן און חדשים פון זייער לעבן דערפאר. די דברי תורה וואס זענען געדרוקט אין דעם ספר זענען פארשריבן געווארן דורך מעתיקי שמועה גייענדיג צוריק צענדליגער יארן. דאס זענען תלמידים און חסידים וואס האבן צוגעהערט צו זייער רבי'ן און האבן גענומען די מי צו פארשרייבן דעם רבי'נס שמועסן. ענדליך ווען דער ספר איז נאך צענדליגער יארן ארויס לאור עולם איז נאר דא איין נאמען: "הק' בן ציון ארי' לייבוש הלברשטאם, אבד"ק באבוב". קיין ווארט, קיין רמז, אז דא ליגט שווערער ארבעט פון נאך מענטשן.
און וואס איז נאך מער שטוינענד און שאקירנד איז אז ווען עס קומט צום ערשטן מאל ארויס דער ספר וואס פאראייביגט דעם גרויסן טאטן לנצח נצחים, האט דער מוציא לאור בכלל נישט געזען פאר וויכטיג צו דערמאנען אפילו בהעברה בעלמא זיין עלטערן ברודער האדמו"ר ר' נפתלי צבי ז"ל. האדמו"ר מהרנ"צ, ווי ער איז באקאנט אין דער וועלט, איז אין לויף פון זיין פינף-יעריגער ראביסטעווע געווען פארהייליגט ביי רוב רובם חסידי באבוב, און איז געווען געשעצט און געערט איבער דער חסידישער וועלט. אפילו אויב זאל איינער האלטן אז ער איז נישט געווען דער בעל כשרון וואס איז געווען ראוי לאדמו"רות, איז ער אין ערגסטן פאל געווען א תמימות'דיגער וואוילער איד, א זון וואס האט איבערגעלעבט דעם חורבן צוזאמען מיט'ן טאטן בלייבנדיג דער איינציגסטער שם ושארית פון זיין ערשטע ווייב און אירע קינדער, און לא זזה ידו מתוך ידו של אביו דורכאויס די יארן אין אמעריקע.
זאל האבן געווען רייבערייען, זאל האבן געווען פאליטיק צווישן דעם און יענעם, אבער דאס מעלים עין זיין פון דעם ברודער וועלכער איז געזעסן אויף דער זעלבער כסא הרבנות פאר פינף יאר, האט נישט קיין שום תירוץ בעולם.
שיער פארגעסן, איין מענטש ווערט יא דערמאנט לטובה: דער ביליאנער העדזש-פאנד מענעדזש איזי ענגלענדער.
אבער אפשר איז שייך צו פארגעסן פון דער היינטיגער פאראדיע דורך זיך מתעמק זיין אין דעם נייעם ספר פונעם באבובער רב. אפשר וועט דאס אונז צוריקפירן צו א באבוב וואס איז מער נישט דא, און צו א רבי'ן וואס מ'טרעפט שוין נישט.
דורכלערנען דעם "דברי שלמה" ברענגט צו דער רעאליזאציע אז דעם באבובער רב'ס גרויסקייט האט מער געשטעקט אין זיין פערזענליכקייט ווי אין זיין כוח החידוש. דער באבובער רב האט שיין מחדש געווען אויף די פסוקי התורה, און האט באצויבערט די צוהערער מיט טרעפליכע רמזים וואס וועלן אוודאי מהנה זיין די לומדי הספר, אבער ווען עס קומט צו פרישע מושגים, הגדרות, ענטפערס פאר טיפע פראגעס, איז דער ספר לקה בחסר. "דברי שלמה" וועט אוודאי באשיינען די ספרים שענק פון בעלי דרשנים וואס זוכן נאכצוזאגן א גוט ווארט, און א שיין ווארט פונעם באבובער רב קומט מיט א זעלטענעם אויטאריטעט פון אן אדם גדול. אבער פאר דעם וואס זוכט אן טיפן דערהער להאיר את דרכו, אדער א אפנהארציגן שמועס איבער די אינערליכע ספיקות און טראכט-פראצעס פון א מענטש וועלכער האט געהאט א חלק אין דער אמעריקאנער חסידישער טראנספארמאציע, וועט בלייבן אנטוישט.
דאס איז נישט צו זאגן אז דער ספר גיט אונז נישט א שטיקל בליק אויף דעם באבובער רב. פון דורכלערנען דעם ספר קען מען זען פארשידענע געדאנקען וועלכע זענען ווערד דערמאנט צו ווערן, און נעמענדיג אין באטראכט אז דאס איז נאר איינס פון ווארשיינליכע צען בענדער איז צו האפן אז דורכאויס די שמועסן און דרשות אויף חמשה חומשי תורה וועט מען קענען האבן א שטיקל בילד אויף דעם באבובער רב'ס אינערליכער וועלט.
פאלגנד זענען עטליכע טעמעס וועלכע זעען אויס צו זיין צענטראל פאר דעם באבובער רב'ס וועלט-אויסקוק, און אייגנארטיגע פערספעקטיוון פון דעם רב וואס מיר האבן געפונען אינטערעסאנט אין דעם ספר.
לערנען מיט תלמידים
אן אינטערסאנטע נקודה וואס מ'זעט עטליכע מאל איבערגע'חזר'ט איז די גרויסקייט פון זיך אראפלאזן און לערנען מיט אינגערע און קלענערע. אין פרשת לך לך (עמ' קנט) שרייבט דער רב אז דער תכלית פון דער נשמה אויף דער וועלט איז זיך מחבר צו זיין צו אנדערע און משפיע זיין אויף זיי. דער רב פירט אויס מיט א "תוכחת מגולה" קעגן די וואס עס פאסט זיי נישט עוסק צו זיין אין "עבודה נשגבה זו", משפיע צו זיין אויף אנדערע. די וואס טענה'ן אז זיי דארפן די צייט אליין צו לערנען זאלן געדענקען אז זיי האבן שוין אליין געלערנט כל התורה כולה במעי אמם. דא אויף דער וועלט דארף מען אוועקגעבן צייט פאר אנדערע. דאס איז אזוי וויכטיג, אז מ'זאל נישט ווארטן ביז יענער קומט בעטן אז מ'זאל לערנען מיט אים, נאר מ'זאל גיין טרעפן תלמידים מיט וועמען צו לערנען.
אין פרשת חיי שרה (עמ' שלו) שמועסט ער נאכאמאל אויס די וויכטיגקייט צו לערנען מיט תלמידים, און אויף דער טענה אז דאס נעמט אוועק צייט פון אליין לערנען ענטפערט ער אז דאס לערנען מיט אנדערע עפנט א באזונדערער צינור פון חכמה וואס דאס וועט אים אליין אויף העלפן מיט חכמת התורה. ענליך צו דעם זאגט דער רב אין פרשת בראשית (עמ' לד), אז די תורה ווערט אנגערופן "אור" ווייל פונקט ווי פייער ווערט נישט קלענער ווען מ'צינדט אן נאך א פייער, אזוי אויך תורה ווערט נישט קלענער ווען מ'גיט אוועק צייט צו לערנען אנדערע תורה. אדרבה, "גם אצלו נתוסף ונתרבה עי"ז אור התורה."
קנאות
סאטמארער חסידים וועלן הנאה האבן צו זען שטיקלעך קעגן "עליה בחומה" און שארפע שמועסן קעגן "התחברות לרשעים". דער רב איז מסביר (עמ' קכג) אז נח איז נישט ארויס פון דער תיבה ביז דער אויבערשטער האט אים באפוילן "צא מן התיבה", ווייל דאס איז געווען א רמז און א "פועל דמיוני" אויף די שנות הגלות אז מיר קענען נישט ארויסגיין פון גלות אליין, ווייל דער אויבערשטער האט אונז באשוואוירן "שלא יעלו בחומה" – נאר דער אויבערשטער אליין וועט אונז אויסלייזן.
אין פרשת וירא (עמ' רפא) איז דער רב מסביר דעם שרעקליכן פראבלעם פון התחברות לרשעים, און ער דערמאנט פאזיטיוו די "טיילונג" אין אונגארן וואו מ'האט אויפגעשטעלט א "חומת התבדלות בין היראים והחרדים לדבר ה' והפושעים עוקרי הדעת."
אויף נאך א פלאץ (עמ' לז) איז דער רב מעורר קעגן מענטשן וואס זענען "נבל ברשות התורה", אין א קענטיגע אטאקע קעגן די מאדערנע ארטאדאקסן. ער שרייבט, די וואס לאכן פון צדיקים און זאגן אז אפילו די וואס זענען הולכים בשרירות לבם און זענען נבל ברשות התורה קענען אויך זיין שומרי תורה און אפילו לומדים מופלגים, דארפן וויסן אז דאס הייסט נישט קיין תורה, און זייער תורה איז נישט חשוב און מרוצה אין הימל, ווייל אור און חושך זענען "הפכיים" און קענען נישט עקזיסטירן צוזאמען.
אזוי אויך שטורעמט ער (עמ' מב) קעגן לערנען אין קאלעדזש אפילו לצורך פרנסה. מענטשן מיינען אז ווייל מ'וויל פארדינען געלט מעג מען שוין טון זאכן וואס ברענגען שרעקליכע מכשולות. אבער דער אמת איז, זאגט דער רב, אז עס פעלט ניטאמאל אויס קאלעדזש פאר פרנסה, נאר אפילו דער וואס זיצט אין די כותלי ביהמ"ד און איז עוסק בתורה קען פארשטיין אלע חכמות וואס פעלט אויס פאר פרנסה. "ובעינינו ראינו כמה וכמה אברכים שעמלו בתורה ועבודה, ואח"כ גדלו והצליחו בעסקי העוה"ז במדה גדושה." (זע אונזער ארטיקל "סאטמארער רבי'ס רעצעפט פאר פרנסה: כתב ולשון", אין "דער וועקער", תשרי תשע"ז, זייט 90, וואו דער זעלבער ארגומענט ווערט אויסגעשמועסט פון האדמו"ר מסאטמאר ז"ל.)
אן אויג אויף דער סביבה
דער רב רעדט אסאך פון נסיונות וואס אידן האבן געהאט ביים עוסק זיין אין פרנסה. ער איז מעורר (עמ' קלב-קלג) אז אפילו מ'ארבעט שווער זאל מען נישט דאווענען בחפזון, מ'זאל קובע זיין עתים לתורה, מ'זאל נישט אראפנעמען דעם בארד, טוישן דעם לבוש, אדער זיך אריבערציען אין ערטער וואס איז נישט קיין "שכונת יראי ה' חסידים ואנשי מעשה."
די וויכטיגקייט פון וואוינען דווקא צווישן יראי ה' זעט מען אויך פון זיינע זכרונות, ווי ער דערציילט (עמ' רכא) אז אין די שווערע צייטן פון פאגראמען נאך דער ערשטער וועלט-מלחמה איז זיין טאטע, האדמו"ר ר' בן ציון ז"ל, געפארן קיין האלאנד זען אויב מ'קען זיך דארטן אריבערציען כדי צו אנטלויפן פון די צרות. ער האט אבער באשלאסן נישט צו פארן, ווייל "כאטש מ'וואוינט דארטן אין מנוחה און שלוה, זענען רובא דרובא דארטיגע מענטשן נישט געווען קיין חרדים לדבר ה'... און מ'קען נישט מחנך זיין קינדער און תלמידים צווישן אינשי דלא מעלי." דער רב דערציילט ווייטער אז זיין טאטע האט געהאלטן אז עס איז "אסור מפקיר צו זיין די נשמה וועגן א סכנת הגוף," און ער האט אפגערעדט אידן פון אנטלויפן קיין אמעריקע. דער טאטע האט אבער נבואה געזאגט אז עס וועט קומען א טאג ווען אין אמעריקע וועט זיין א ישוב פון "חסידים ואנשי מעשה יראי אלקים וחושבי שמו העוסקים בתורה על טהרת הקודש, ומשם תצא תורה וקדושה בדרכי החסידות."
דער רב פירט אויס אז דאס זעלבע היינט, ווען איינער גייט וואוינען צו א מקום "אשר אין יראת אלקים שם" איז עס פונקט ווי ער וואלט געפארן צו אמעריקע אמאליגע צייטן.
אפילו ווען מ'וואוינט שוין יא אין אן ערליכן מקום, זאגט דער רב (עמ' רפ), דארף מען אויך נזהר זיין נישט צו האבן קיין פארקער מיט "אינשי דלא מעלי קלים ורקים" – נישט רעדן מיט זיי, און נישט אריינגיין צו זיי אין שטוב.
לעומת זה איז גאר וויכטיג זיך מחבר צו זיין מיט ערליכע מענטשן, און מיט זיי קענען אפילו פארברענגען א מסיבת מרעים, און דאס אליין איז עבודת ה'. דער רב רעדט (עמ' שנח) וועגן דעם דרך הבעל שם טוב אז דער תכלית פון עבודת הקודש איז אריינצוברענגען עניני עולם הזה צו דער קדושה. דאס נעמט אריין עסן, טרונקען, סעודת מרעים, און אלע גשמיות'דיגע ענינים – וואס אלעס דארף זיין א חלק פון עבודת ה'.
בין ישראל לעמים
דער בליק וואס דער רב האט געהאט אויף דער גוי'אישער גאס איז געווען גאנץ שוואך, מ'שטיינס געזאגט. ער האט געהאלטן (עמ' מא) אז דער מהלך פון די אומות העולם איז אז "דער ציל הייליגט דאס מיטל" – זיי וועלן טון אלעס אין דער וועלט אנצוקומען צו זייער ציל אפילו אויב זיי מוזן עס טון מיט רשעות און אכזריות, אויב זיי האלטן אז די מטרה איז לטובה.
דער רב זאגט (עמ' רטו) אז די גאס איז מאראליש געפאלן "פי כמה באופן מבהיל" ווי ס'איז געווען אמאל, צו דער "דיוטא התחתונה בתכלית השפלות ממש." אזוי אויך האט ער געהאלטן (עמ' ריח) אז די אומות העולם זענען געפארפולע מענטשן און מ'טאר זיך אויף זיי קיינמאל נישט פארלאזן. אפילו אויב עס זעט אויס אז זיי טוען גוטס איז עס "חסד לאומים חטאת", און "הלכה בידוע כי עשו שונא ליעקב." אפילו אויב פון אינדרויסן קוקן זיי אויס ווי פריינט, קומט זייער אמת'ער פרצוף צוביסלעך ארויס מיט שנאה גלויה "לשעבד ח"ו את בני ישראל ולרודפם עד חרמה."
אויב זאל איינער פרובירן צו דן זיין דעם רב אויף אזא אומגליקליכער כלליות'דיגער אטאקע אויף דער גאנצער מענטשהייט, דארף מען נאר לייענען זיין אויספיר און וויסן אז כאטש מיר קענען וויסן בעסער, קענען מיר זיך נישט וואגן צו קריטיקירן: "וגם בעוה"ר עינינו ראו ולא זר את חורבן בית ישראל במדינות פולין ואשכנז, כידוע."
כוס התרעלה
און אט אזוי טרעפן מיר רירנדע דערמאנונגען פון דעם ביטערן חורבן וואס דער רב האט נעבעך מיטגעלעבט פאר פינף יאר, וואו ער האט פארלוירן זיין אשת נעורים און זיינע צוויי יונגע קינדערלעך מרדכי דוד און הענטשא הי"ד.
אין פרשת נח (עמ' קלז) שטעלט זיך דער רב אויף דעם פסוק "צא מן התיבה" – דער אויבערשטער האט באפוילן פאר נח נאכ'ן מבול אז ער זאל ארויסגיין פון דער תיבה. "וקשה," פרעגט דער רב, די תיבה איז דאך געווען א שרעקליכער פלאץ צו זיין – פארשפארט מיט בעלי חיים אין א ביטערער ענגשאפט, צי וואס זאל מען דארפן הייסן ארויסצוגיין פון דער תיבה? "אך התירוץ הוא," זאגט דער רב, אז נח האט געוואוסט אז ווען ער וועט ארויסגיין פון דער תיבה וועט ער זען א שרעקליך בילד, חורבן און הרס, טויטע מענטשן שווימען אויף דער וואסער, און שטעט וואס זענען חרוב ונחרב ר"ל. "אזא חורבן וויל קיין שום מענטש נישט זען מיט זיינע אייגענע אויגן, ווייל דער מענטשליכער שכל קען דאס נישט סובל זיין." און דער רב לייגט צו, "און מיר וואס האבן געזען דעם גרויסן חורבן פון אידן אין פוילן, אשר מבהיל את הרעיון, ווייסן ווי ווייט קלאר און אמת דאס איז."
א הערה זאגט אז דאס האט דער רב פארשריבן בלויז א קורצער צייט נאכ'ן חורבן, און מ'קען זיך נאר פארשטעלן וואספארא ביטערע געפילן דאס האט רעפלעקטירט, ווי דער רב שרייבט, "לא יסבלהו דעת האנושי."
אבער טראץ די שרעקליכע מיטמאכענישן איז דער רב מעיד (עמ' לא) ווי ער האט אליין געזען אז אפילו אין די שרעקליכסטע מצבים האבן חסידים ואנשי מעשה ווייטער אנגעהאלטן שמירת התורה און אפילו לימוד התורה ברבים. "ושם בגיא צלמות השתדלנו למעלה בכח האנושי לשמור ולקיים משפטי ה' וחוקותיו."
ווען מ'געדענקט וואס דער רב איז דורך אין די שרעקליכע יארן, לייענט זיך מיט שטוינונג און התפעלות ווי ער איז מעורר (עמ' שו) אז עס איז א חיוב אויף יעדן איד צו גלייבן "באמונה שלימה" אז דער אויבערשטער פירט זיין וועלט מיט חסד און רחמים, און אפילו נישט-גוטע פאסירונג האבן גוטס אין זיי באהאלטן. דאס וועט מען אלץ קלאר זען ווען משיח וועט קומען און מ'וועט פארשטיין ווי אלע דינים און פורעניות זענען געווען "אך טוב וחסד" וואס ס'האט נאר אזוי געדארפט זיין.
יונג און אלט
אין דעם ספר זעט מען ווי דער רב באפאסט זיך עטליכע מאל מיט דער עבודת ה' אין דער יוגנט לעומת די עבודה ווען מ'איז עלטער (עמ' קצח, שח, שפא). עס שיינט אז דאס איז געווען א נושא וואס איז אים אסאך געלעגן אויפ'ן קאפ.
דער רב רעדט אסאך איבער די מעלות און חסרונות פון זיין יונג אדער אלט, און אז מ'דארף נעמען די מעלות פון ביידע און נוצן פאר אלע יארן פון לעבן. ווען מ'איז יונג פארמאגט מען די מידה פון זריזות, און דאס דארף מען זען צו נוצן דורכאויס דעם גאנצן לעבן, און ווען מ'איז אלט האט מען קרירות הטבע, דארף מען אפילו מ'איז יונג ארבעטן צוצוקומען דערצו.
אזוי אויך אז ווען מ'איז יונג זאל מען זען אריינצוכאפן וואס מער, אז מ'זאל נישט חרטה האבן שפעטער אין די עלטערע יאר – אשרי ילדתנו שלא ביישו את זקנתנו.
תיבה על-פי טבע
אן אינטערעסאנט ווארט איבער נח פארווארפט זיך אין פרשת וירא (עמ' רנז). דער רב איז מסביר נח'ס עבודה אז ער האט געדינט דעם אויבערשטן "לפי טבע העולם," און ער איז נישט ארויס פון די טבע'דיגע גבולים צו דינען דעם אויבערשטן מיט מסירת נפש. דערפאר איז זיין עבודה נישט געווען אזוי חשוב פאר'ן אויבערשטן און ער האט אים נאר געראטעוועט בדרך הטבע אן קיין שום נסים ונפלאות. די גאנצע הצלה דורך דער תיבה איז געווען אינגאנצן על פי טבע.
דאס ווארט ברענגט א דילעמא ווען מ'וויל מסביר זיין די תיבה על פי שכל. ווער עס האט נאר אמאל פרובירט צו פארשטיין וויאזוי די תיבה שטימט על פי דרך הטבע האט געמוזט הייבן הענט וויאזוי מיליאנען סארט בעלי חיים האבן געקענט אריין אין א שטח פון 15,000 קוואדראט אמות, און וויאזוי דער סכום וואסער וואס איז דא אויף דער וועלט (וואס קען זיך נישט טוישן) זאל קענען זיין גענוג צו פארפלייצן די גאנצע וועלט. עס וואלט אינטערעסאנט געווען צו וויסן וואס דער רב'ס מהלך איז געווען.
אויספיר
דער ספר "דברי שלמה" איז א פרישער קלאסיק אין דעם עולם החסידות, און וועט זיכער פארוואנדלט ווערן אין אן אבן יסוד פאר דברי תורה אין די קומענדיגע דורות. אין דעם ספר געפונט מען נישט קיין טיפע עקזיסטענציעלע פראגעס, שמועסן איבער אמונה, חקירות איבער ידיעה ובחירה, וכדומה, נאר שיינע דרושים אויף מסורות, מדרשי פליאה, ראשי תיבות, באזירט אויף ספרי דרוש ווי עיר דוד, זרע ברך, און בינה לעתים; און ספרי חסידות ווי דברי חיים, נועם אלימלך, זרע קודש, אור המאיר, תולדות יעקב יוסף, און קדושת ציון. דאס אלעס באשפרענקלט מיט דעם אייגנארטיגן געשמאק און טעם פון דעם צדיק נשגב דער באבובער רב ז"ל, באגלייט מיט זיינע רעיונות און הוראות.

דברי שלמה