די תקנה וואס האט געראטעוועט און דעפינירט דעם ספרדי'שן אידנטום
איינע פון די וויכטיגסטע זאכן אין די קהילה פון סיריע, איז 'די תקנה' וואס זיי האלטן אן די לעצטע אכציג יאר. דאס איז די "תקנת הגרים".
אין ארגענטינע אין בוענאס איירעס, האט זיך געפינען פיהר ספרד'ישע קהלות, די חאלעבים, די שאמי, די טערקן און די מאראקאנער. די חאלעבים זענען געווען די גרעסטע און די מערסטע ארגאניזירט, מיט אידישע שולע'ס און א חברא קדישא און בתי מדרשים. זיי האבען געפירט א סאציאלער אידישער לעבנסשטייגער, אבער די אידישקייט איז געווען גאר שוואך. קודם איז דאס איבערציען א קהילה פון איין לאנד צו א צווייטע אייביג א סכנה פאר די רוחניות. ווי אויך זענען די מענטשן נישט געווען קיין פליטים, נאר מענטשן וואס האבן געזוכט ביזנעס געלעגענהייטן, וואס זענען נישט אייביג געווען דער חרש והמסגר פונ'ם קהלה. צו דעם אלעם האט די רעגירונג מורא געהאט פאר די ערשיינונג פון א ציבור פון פליטים און אויסלענדישע, און דעריבער האבען זיי איינגעפירט א שטרענגער ערציאונגס געזעץ, אז יעדער איינער זאל ווערן א פולקאמער בירגער און אן ארגענטיניער, מיט זייער קולטור. דאס איז נאך א טריט אינעם אסימילירן פון די קהילה, און די סכנה איז געשטאנען פאר די אויגן.
ביי ספרדים איז קיינמאל נישט געווען די טיילונג צווישען פרומע און פרייע, מאדערנע און פארצייטישע, אזוי ווי ס'איז איינגעפיהרט געווארן אין אונגארן. אלע זענען געווען אין איין גרויסע קהילה, און די רבנים און פיהרער'ס האבן געשפירט אן אחריות פאר יעדן איינציגן יחיד. מ'האט געזען ביים שוואכן עלעמענט אן אויסמישונג מיט די היגע גוים, און די געפאר איז געשטיגן פון יאר צו יאר.
זיי האבען געזען, אז די ערשטע דור האט זיך געזארגט מגייר צו זיין די גויטע'ס זייערע, אבער דאס איז געווען א שוואכע טרייסטונג פאר זיי. קשים גרים לישראל כספחת גייט אויף די סארט גרים, און ברגע מ'האט א הו"א חתונה צו האבן מיט זיי, איז שוין דא א געפאר אז מ'גייט זיך דרייען מיט זיי אפילו ווען גרות איז נישט קיין אפציע, און פון דארט ביז א פולע התבוללות איז שוין נישט ווייט.
די פראבלעם, ווי געשריבן אין די תשובות וועגן דעם חרם, איז געווארן נאך ערגער. מ'האט געברענגט גויטע'ס, זיי פאררופן אלס גיורת'ן, און קיינער האט נישט געטארט זאגן קיין ווארט, ניטאמאל פרעגן וועלכע בי"ד האט זיי אנגענומען. ס'האט אויסגעזען אז ס'איז אלעס געווען א שקר, אין כאן לא גירות ולא בי"ד, לא טבילה ולא קבלת מצוות, נאר א פארמאלע אונטערנעמונג צו זיין א אידענע און חתונה האבן מיט א איד. ס'איז אויך געווען דארט א 'ראביי', איינער וואס פאר אפאר דאללאר האט ער יעדן מגייר געווען, און מ'האט נישט געהאט קיין אויסוועג וויאזוי פטור ווערן פון איהם.
הרב שאול סתהון (מח"ס שו"ת דבר שאול), איז געפארן פון חאלעב קיין ארגענטינע אויף צו ווערן א רב. ער האט געהאט א פאראלעל, אן אשכנזי'שער רב פון דארט, הרב אהרן גאלדמאן, וואס איז געווען א יליד רוסלאנד, און ער האט געהאלטן א קשר מיט בריוון מיט די גדולי הרבנים פון ליטא/רוסלאנד, כדוגמת הרב יצחק אלחנן ספעקטאר, הרב שמואל סאלאנט, שפעטער דער חפץ חיים און הרב קוק זכרון צדיקים לברכה, און ער האט א תשובה ספר 'דברי אהרן'. די אשכנזי'שע קהלה איז געווען פיל מער איינגעארדנט, מיט אלע קבוצות אונטער איין רב, וואס ער האט געהייסן די רב פון מאזעס-וויל, א ישוב וואס באראן הירש פון מאסקווע האט געגרינדעט פאר אידן דארט צו ציען א חיונה, און צו קענען אנטלויפן פון רוסלאנד און טרעפן א פרנסה און א ישוב.

הרב סתהון האט פיהל אויפגעטוהן פאר די קהלת ארם צובא אין בוענאס איירעס, מיט'ן באפעסטיגן די ארטיגע כשרות, און די ת"ת מיט די מיידל שולע'ס, ער האט מתקן געווען תקנות לטובת הקהלה און אפגעשטעלט אסאך פון די עבירות וואס האבן זיך אריינגעשמוגלט. צב"ש חילול שבת האט ער געארבעט אפצושטעלן אויף א גרויסער אופן, און ער האט געגרינדעט אן אויסגעהאלטענעם ב"ד פאר ענייני אה"ע און גיטין וכדומה.
די צוויי רבנים האבן מחליט געווען עפעס צו טוהן וועגען די גרות/גוים סומאטוכע, און זיי האבן אונטערגעשריבן א תקנה און א חרם נישט מקבל צו זיין קיין שום גרים אין ארגענטינע, און נישט צוצולאזן איינער וואס וויל חתונה האבען מיט א גיורת צו ווערן א חלק פון די קהלה. מ'האט אויך מתקן געווען נישט צו מל'ן די קינדער פון אזעלכע שידוכים. טאמער ס'האט זיך געגלוסט פאר איינעם צו ווערן א איד, האבן זיי געמוזט פארן צו אן אנדערע מדינה דערפאר. אזוי האבען זיי געוואלט פארמיידן די טרויעריגע ערשיינונג פון זיך אויסמישן מיט גוים.
דער ספר דבר שאול רעדט ארום די חרם מיט איהר היסטאריע און רקע, מיט אסאך וויכטיגע פאקטן. מ'קען עס טרעפן אין היברו-בוקס און ס'לוינט זיך צו כאפן דארט א בליק.
איך הער אז א מכון ארבעט היינט צוזאמען צו שטעלן אלע בריוון אויף דעם נושא, וויאזוי מ'האט געמאכט דעם חרם און וואס מ'האט אנגעפרעגט ביי די גדולי ארץ ישראל און אייראפע דערוועגן, דורכ'ן מסדר זיין אלע בריוון און תשובות וואס איז פארהאנען דערוועגן.
די תקנה האט מען נישט מפרסם געווען ווילאנג מ'האט נישט באקומען דערויף א הסכמה פון די רבנים הראשיים פון א"י, הרב יעקב מאיר און הרב קוק זצ"ל. זיי האבן זיך אויך באזארגט נאך הסכמות פון אנדערע לענדער, ובתוכם פון הגרי"ל צירלסון פון קישינעוו. אין די יארן נאכדעם האבען זיי געזוכט, און געקריגן,
הסכמותפון פארשידענע בתי דינים. ס'איז דא א בריוו פון די עדה חרדית פון ירושלים פון שנת תרח"צ, גע'חתמ'ט דורך הרב פנחס עפשטיין, הרב זעליג ראובן בענגיס און הרב דוד יונגרייז, ובראשם דער גאב"ד הרב דושינסקי זצ"ל. זיי האבען אויך הסכמות פון הרב צבי פסח פראנק, פון די ספרד'ישע בי"ד אין ירושלים; הרב חנניא גבריאל, הרב חיים טויל און הרב אהרן הררי רפול. הרב הרצוג האט אויך אונטער גע'חתמ'ט אין שנת תרח"צ.
דאס איז אלעס געווען אויף א בעיסיק פארנעם. מ'האט נישט גע'פסל'ט גרים בכלליות, נאר נישט מקבל געווען און געהייסן זוכן א צווייטע ארט זיך מגייר צו זיין. מ'האט נישט אנערקענט אלע גרות'ן מחמת דעם אז א שיינע פראצענט זענען געווען אינגאנצן פסול, און מ'האט ווייטער חושד געווען. די תקנות זענען אין די ראמען פון נארמאלע תקנות אין תורה.
דערנאך האט די קהילה אין נ.י. אנגענומען און פארברייטערט די תקנה. די רבנים פון די קהילות דאהי האבן גע'חתמ'ט אז קיינער טאר נישט חתונה האבן מיט א גוי צי א גוי'טע, אפילו מיט גיור, און די בתי דינים פון די סוריים זאלן נישט אננעמען קיין שום גירות אדער גרים ביי זיך, אפילו ווען זיי זענען זיך מגייר אין א צווייטע ארט, און די קינדער פון די וואס פאלגן נישט זענען נישט קיין חלק פון די קהילה, מ'קען זיך מיט זיי אויך נישט משדך זיין און נישט ארייננעמען אין די מוסדות וכו'. מ'האט געהייסן און געבעטן און געפאדערט פון אלע סוריים וואס גייען ערגעץ אנדערש, ווען זיי עפענען נייע מוסדות צו חתמ'נען די תקנה פאר זיך און די נייע ארגאניזאציע, און אויך צו רעדן דערפון איין מאל א יאר אין ביהמ"ד וכדו'. מ'האט עס איינגע'חזר'ט און געמאכט דערפון אן אקטיווע חלק פון די געמיינדע לעבן.
למעשה איז אין נ.י. שטארק געלונגען די תקנה, הגם אז אין ארגענטינע איז עס גאנץ שוואך געלונגען. ביי די סוריים איז נישט דא קיין התבוללות, און אפילו ווען ס'איז געווען חילול שבת ועוד, איז פיהל לייכטער געווען מקרב צו זיין די וואס זענען ארויסגעפאלן פון תורה ומצוות און זיי צוריקברענגען. זיי זענען קיינמאל נישט אוועקגעפארן פון אידישקייט אינגאנצן.
ווען אבער איינער האט נישט געפאלגט די תקנה, אפילו בשוגג, האט מען קיין שום רחמנות נישט געהאט. טאמער איינער האט חתונה געהאט מיט א פרוי וואס איז שפעטער נתברר געווארען אז איהר טאטע אדער מאמע זענען גרים, האט נישט געהאלפן קיין פודנו ומצילנו, מ'איז געגאנגען בכל חומר הדין מיט די משפחות. ס'איז געווען גרויסע איבערקערענישן דערוועגן, טומלעריי וואס איז זאגאר אנגעקומען אין די גוי'אישע פרעסע. דער נ.י. טיימס האט אמאל באשריבן די תקנה, פארשטייט זיך פון א נעגאטיווע פערספעקטיוו.
אנדערע גדולי ישראל האבן אבער נישט אזוי שנעל מסכים געווען צו די תקנה, עכ"פ צו איר נ.י. גירסא. איך האב אמאל געהערט פון הרב מרדכי מסלתון ז"ל אז ער האט גערעדט מיט הרב משה פיינשטיין דערוועגן. דאס איז געווען ווען ס'האט זיך געטומלט איבער א געוויסע משפחה אין די קהילה אין פלעטבוש, און ר' משה האט געזאגט פאר הרב מסלתון אז די תקנה איז נישט אויסגעהאלטן, ס'איז אקעגן א פסוק חומש. הרב מסלתון האט געפרעגט ר' משה: "דער ראש ישיבה קען נעמען אחריות פאר אונזער קהילה אן די תקנה?", ר' משה האט עס דעמאלס אפגעלאזט און געבליבן שטיל. הרב מסלתון האט עס פארשטאנען אלס א הסכמה, אבער איך בין נישט אזוי זיכער.

הרב מרדכי מסלתון ז"ל
איינמאל איז א איד פון פלעטבוש געגאנגען קיין לאס אנדזשעלעס, און חתונה געהאט מיט א גיורת און געהאט א קינד א יונגל. די מאמע איז נישט לאנג נאכדעם אוועק, און זיין טאטע האט איהם גענומען קיין דיעל און דארט חתונה געהאט מיט אן ארטיגער מיידל. ווען דער בחור איז געקומען לפרקו, האט ער א שידוך געטוהן אין די קהילה, און קיינער האט נישט געוואלט מסדר קידושין זיין פאר די חתונה. זיי זענען געפארן קיין א"י ווי הרב עובדיה יוסף האט מסדר קידושין געווען פאר זיי. דאס האט שטארק פארדראסן די קהילה, און הגם זיי האבן נאך שטארק רעספעקט פאר הרב עובדיה, פארשטייט זיך, האבן זיי פארט געהאט א שווער הארץ אויף איהם צוליב די מעשה.
זיי ברענגען ראיות פון אנדערע ספרדי'שע קהלות וועלכע האבן נישט אזא תקנה און וויפיל זיי זענען פארקראכן, און די תקנה און איהר הצלחה זענען א גרויסע שטאלץ ביי זיי. איינער איז אמאל אנגעקומען אין לעיקוואד און זיך פארגעשעטעלט ווי א פרומער איד, און געשיקט זיינע קינדער אין א ספרד'ישע חדר. אינמיטן א העלן טאג איז נתברר געווארן, אז יענער איז גאר א גוי וואס איז אנטלאפן פון זיין פארברעכנס ערגעץ אין די סטעיטס. די שטאט האט זעלבסטפארשטענדליך געטומלט איבער דעם אינצידענט, אבער די ראשי המוסדות האבן זיך בעיקר געקימערט איבער דעם דורכפאל אז א גר האט זיך אזוי אומבאמערקט אריינגערוקט אין די קהלה, און אין רעזולטאט האט מען דאן פארשטרענגערט די פארשונגען וואס מ'האט געמאכט אויף אומבאקאנטע משפחות.
פארשידענע ציפערן דארפן אויפצואווייזן אז ביי די סוריים זענען פאראן ווייניגער אויסמישונגען ווי ביי אנדערע אידן, אבער דאס איז נישט קיין זיכערע זאך. די חשבונות און ציפערן זאגן, אז צווישן אידן וואס גייען צו א אידישע מוסד ביז צו די צוועלף יאר, איז דא א 3% שאנס פון חתונה האבן מיט א גוי'טע, און די ספרדי'שע האבן די זעלבע שאנסן. ס'איז גארנישט קלאר אז דער קהילה לעבן אליינס וואלט זיי נישט געראטעוועט אויף דעם זעלבן אופן, און די תקנה איז נישט נייטיג בכלל, אבער אזוי גלויבן זיי און אזוי לעבן זיי.