Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » לוט'ס דילעמא

לוט'ס דילעמא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11092
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 9:43 pm#354903
לוט'ס דילעמא
קלערט איר אז די אנשי סדום פלעגן אויסרופן מיט פאטאס אז זיי זענען רשעים? בלויז אין דער קינדערישער פאנטאזיע איז דער שלעכטער כאראקטער אין א געשיכטע אזא איינער וואס רופט אויס, "איך בין א רשע!" ערוואקסענע ווייסן אז רוב מענטשן האלטן זיך אין די אייגענע אויגן פאר אנשטענדיגע מענטשן, און אפילו די גרעסטע רשעים, א שטייגער ווי היטלער, זענען נישט געווען באוואוסטזיניג צו דעם פאקט אז זיי זענען אביעקטיווע רשעים.

אבער מיר נעמען אן די זייט פון דער געשיכטע וואס פסק'נט אז די אויפפירונג פון אלע אנשי סדום איז געווען דורכגעפוילט מיט שלעכטס; די מענטשן זענען געווען רשעים, און זייערע מנהגים זענען געווען געבויט אויף רשעות. די גאנצע שטאט האט זיך אזוי געפירט, ניטאמאל צען מענטשן אין שטאט האבן געטראכט אנדערש פון דעם סיסטעם; איין אויפגעקלערטער, לוט האט ער געהייסן, האט געהאט ספיקות אין דער גאנצער זאך.

אבער צי מיינט איר אז אין שטאט זענען נישט געווען קיין ארויפגעקוקטע פערזענליכקייטן? צי מיינט איר אז אינערהאלב דער פארדרייטער סדומישער אידעאלאגיע האבן זיך נישט געבויט אנשים חשובים וועלכע זענען געווען פאררעכנט ווי צדיקים און אויטאריטעטן אויף מאראלישקייט? ווי יעדע שטאט און יעדע ציוויליזאציע האט סדום פארמאגט מענטשן פון אלע סארטן, מחוטב עציך עד שואב מימיך – דער "עמך" און די עליטע. לויט דעם סדומישן חינוך און השקפה האבן בולט געווען פערזענליכקייטן וואס זענען ראוי צו ווערן ארויסגעהויבן פאר מוסטערן פון מאראלישער דערגרייכונג.

און לוט? ס'האבן אים געברענט ספיקות אין הארץ. ער איז געווען כל כולו ארומגענומען אין דער סדומישער אטמאספערע און אידעאלאגיע, דאס האט ער געזען און געהערט יעדן טאג, דאס האבן זיינע קינדער געהערט פון זייערע מחנכים. קיין ביבליאטעק האט ער נישט געהאט וואו ער זאל קענען לייענען פרעמדע געדאנקען, און אוודאי האט ער נישט פארמאגט קיין אינטערנעט וואו ער זאל קענען ארויסבליקן צו דער וועלט און זען אנדערע פערספעקטיוון. אבער זיין פעטער אברהם אבינו איז געווען זיין אינטערנעט פון וועמען ער האט זיך אנגעהערט כל מיני אויפגעקלערטע רייד אנדערש ווי ער האט געהערט פון אלע חסידים ואנשי מעשה אין סדום.

קענט איר זיך פארשטעלן ווי לוט'ס מחשבות זענען געלאפן. פון איין זייט האט אברהם גערעדט שכל'דיגע רייד – ער האט געזאגט געדאנקען איבער דער וועלט וואס האט זיך מער געלייגט אויפ'ן שכל ווי די סדומישע אידעאלאגיעס; פון אברהם האט ער געהערט מאראלישע אידעען וואס האבן געשטעלט אונטער א שטארקע פראגע-צייכן די אויפפירונג פון זיינע סדומישע לאנדסלייט.

לוט האט טאקע אמאל אמאל זיך פאררעדט עפעס אויפגעקלערט, און ער איז אוודאי באלד פארשריגן געווארן כהוגן דורך זיינע סדומישע חברים. "א גאנצער אויבער-חכם ביסטו מיר געווארן," האבן זיי געלאכט. "ביסט געווארן קליגער פון דער גאנצער וועלט." ביי לוט אליין האבן זיך כל מיני ספיקות געריסן אין קאפ: בין איך טאקע קליגער פון יעדן? מיר האבן דאך דא אין סדום ר' פלוני און ר' אלמוני, אזעלכע צדיקים און חשוב'ע לייט – זענען זיי זיך אויך טועה? אפשר בין איך סתם אן איפכא-מסתברא'ניק וואס גלייבט ענדערש וואס זיין פעטער זאגט אים, ווי וואס "יעדער" האלט און פארשטייט?

"אבער וואס דער פעטער זאגט לייגט זיך דאך אויפ'ן שכל!" שרייט איין זייט מוח.

"אויב איז עס אזוי שכל'דיג, וויאזוי קען זיין אז אלע חכמים דא אין סדום זעען דאס בכלל נישט איין? פארקערט, זיי זאגן אז נאר אונזער וועג איז ריכטיג, און אז מיר זענען די עכטע צדיקים."

"פארוואס זאל איך ענדערש גלייבן אברהם ווי די אלע סדומישע חכמים?"

"איך גלייב נישט אברהם, נאר וואס אברהם זאגט לייגט זיך אויפ'ן שכל, און יעצט פארשטיי 'איך' אז דאס איז ריכטיג."

"אויב איז דאס נאר 'איך', איז דען דאס נישט סתם גאווה און אראגאנץ צו זאגן אז 'איך' פארשטיי בעסער פון אלע מיינע חברים, ידידים, מלכים ושרים, אין סדום?'


איך שפיר שלעכט פאר לוט, ווייל איך פארשטיי וויאזוי זיין מוח איז שיער משוגע געווארן פון ספק. און דער אמת איז אז לוט איז טאקע קיינמאל נישט געקומען צו א גראדער מסקנא – ווען עס איז געקומען צום מהפכת סדום האט לוט געדארפט צוקומען צו דער פראטעקציע פון אברהם אז מ'זאל אים ארויסראטעווען פון דארט.

ס'איז שווער, ס'איז שווער. לוט'ס דילעמא בימים ההם ובזמן הזה.
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 9:55 pm#354909
שיין שיין.

דערפאר האט אברהם געזאגט צו לוט ואשתו נישט צוריקקוקען. גענדיגט מיט די ספיקות, יענע וועג איז קלאר נישט ריכטיג, והא ראיה זי גייט אויף אין פלאמען. די נייגעריגע ווייב איז אבער נאך יא געווען מוטל בספק און געקוקט אויף צוריק. זי האט דערפאר געטיילט איר שיקזאל מיט סדום און געבליבן שטעקן.
פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 1:36 am#354926
זייער א שיינער געדאנק!
אויב גייט מען ווייטער מיט דיין רעיון, איז די מהלך מיט אזא סביבה ווי סדום אז ס'זאל אינגאנצן חרוב ווערן.
פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 9:12 am#354939
מיט אזא קאנפליקטינג רעאליטעט איז דען א וואונדער אז ער איז געווארן אן אלקאהאליק?
פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 9:43 am#354943
געוואלדיגע נקודה!

העניך האט געשריבן:ביי לוט אליין האבן זיך כל מיני ספיקות געריסן אין קאפ: בין איך טאקע קליגער פון יעדן? מיר האבן דאך דא אין סדום ר' פלוני און ר' אלמוני, אזעלכע צדיקים און חשוב'ע לייט – זענען זיי זיך אויך טועה?

כ'האף אז נישט פון דעי צדיקים האט אברהם גערעדט צו גאט...
פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 9:44 am#354944
Re: לוט'ס דילעמא
.
פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 9:53 am#354946
Re: לוט'ס דילעמא
זייער שיין
אבער פון ווי נעמסטו אז ער האט געהאט ספיקות, דאס איינע זאך וואס ער האט געטון אנדערש ווי סדום איז געווען אז ער האט אריין גענימען די געסט, חוץ מזה איז ער געווען גאנץ באקוועם דארט, ווי רש''י ברענגט לגנאי של לוט, אמר אי אפשי לא באברם ולא באלקיו, ואנשי סדום רעים ואעפ''כ לא נמנע לוט מלשכון עמהם, הסיע עצמו מקדמונו של עולם, על שהיו שטופי זמה בחר לו לוט בשכונתם.
פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 11:29 am#354951
דאס אליין אז לוט האט אריינגענומען געסט ווייזט אז ער איז געווען "צעמישט" און "אויפגעקלערט". ס'איז ווי א וויליאמסבורגער זאל שיקן זיינע קינדער אין קאלעדזש.
פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 11:45 am#354953
Re: לוט'ס דילעמא
ס'קען זיין אז זיי האבן מורא געהאט פאר מענטשן וואס וועלן צעגרינד לייגן דאס שטאט (טעראריסטן, אדער אימיגראנטן אנע דשאבס).
האט לוט געמאכט דעם חשבון אז זיין פעטער אברהם דארף נישט אריינגיין אין דעם כלל סיי ווייל ער האט אים געקענט אלס א פרידליכער מענטש און סיי ווייל ער איז געווען רייך.
מוצ"ש נאוועמבער 19, 2016 9:31 pm#354988
טאמער האט איר ביידע צוגעטראפען איז ברוך שכוונתם, טאמער האט איר פלאגארעזירט, דעמאלס קענט איר ארבעטען פאר איינער פין די היימישע צייטונגען אדער מאגאזינען, די קאנסט.
מוצ"ש נאוועמבער 19, 2016 10:15 pm#354989
אישתישבי: א המשך צו מאשא יאקאבזאן'ס מאמר...רק שלא היו שכנים שיתלוננו עליו במשטרה שעשה מעשה סדום...שכב עם הבנות שלו.
ו...מי אשם בכל המצב המביך הזה..? החרדים...! אלא שיעקב ליצמן וגפני עדיין לא היו בחיתולים
מוצ"ש נאוועמבער 19, 2016 11:16 pm#354996
אישתישבי האט געשריבן:טאמער האט איר ביידע צוגעטראפען איז ברוך שכוונתם, טאמער האט איר פלאגארעזירט, דעמאלס קענט איר ארבעטען פאר איינער פין די היימישע צייטונגען אדער מאגאזינען, די קאנסט.

מרת יאקאבסאן שרייבט הערליך, אבער כ'האב נישט גענומען דעם געדאנק פון איר. דער דאזיגער ארטיקל איז אין גייסט פון א פריערדיגן אשכול וואס איך האב געשריבן:
l viewtopic.php?f=26&t=10120 l
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 1:53 am#355087
העניך איז א מייסטער שרייבער, איך בין ענדערש חושש אז אנדערע קאפירן פון אים.
דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 3:03 pm#355627
לוט האט געהאט א פראבלעם מיט שידוכים....

ער האט געוואלט טוהן וואס איז רוכטיג, נאר מען האט אים געזאגט אז ער וועט נישט קענען קיין שידוכים טוהן. ער איז טאקע געזעצן מיט זיינע מוידן.

און אפשר מעג מען זאגן, אז און דעם זכות וואס ער האט זיך אנגעפיפן און יא אריינגענומען די מלאכים, איז ארויסגעקומען פון אים משיח.
דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 5:22 pm#355638
אייז קריעם האט געשריבן:און אפשר מעג מען זאגן, אז און דעם זכות וואס ער האט זיך אנגעפיפן און יא אריינגענומען די מלאכים, איז ארויסגעקומען פון אים משיח.


א פשוט'ער התפעלות וואס מ'קען כאפן פון פרשת לוט איז דעס ווען די אנשי העיר האבן פארלאנגט פון לוט ארויס צו געבען מלאכים כדי צו טוהן מיט זיי מעשים אשר לא יעשו איז לוט גרייט געווען מיט מסירות נפש אוועק צו געבען פון זיינע אייגענע קינדער און זיך געלייגט און די לענג און ברייט צו פראטעקטען פרעמדע געסט. הגם, דאס איז טאטאל נישט אויסגעהאלטן צו מקריב זיין די אייגענע קינדער, אבער דאך האט עם שטארק געשטופט א מסירות נפש פאר אנדערע מענטשען עד כדי כך אז דאס א סימן פון א טיפע מדרגה אין דעם צימישטען לוט וואס איז פון דער אנדערע זייט גאר געווען באקוועם מיט די "הייליגע" מעשי סדום ווי אויבן דערמאנט.

אפשר וועגען דעם איז פון איהם ארויסגעקומען משיח בן דוד, כעין וואס מ'טרעפט ביי די מעשה פון משה רבינו מיט די שאף און מדבר ווי זיין מסירות נפש פאר יענעם איז געווארן די ריכטיגער סימן פון א געטרייער מנהיג וואס לייגט אין א זייט זיין אייגענס פאר יענעם.

ליידער כמעט נישט בנמצא אזא זאך ביי היינטיגע מנהיגים, אפילו ביי די גאר ערליכע מנהיגים, אז די כלל זאל קומען פאר זייער אייגענע קינדער.
דינסטאג מערץ 07, 2017 10:28 pm#364829
הגם א שיינע געדאנק, איז אבער די גאנצע שמועס נפל בבירא, ווייל אברהם האט לכתחילה נישט געוואוינט לעבן די סדומיים, און לוט וואס איז מיטגעגגאנגען מיט אברהם האט זיך אויך נישט געדרייט לעבן זיי. לוט האט געזען די מוסטער פון זיין פעטער, און האט געוואלט נעמען א שארטקאט, מאכן א לעבן מיט די סדומיים און נישט געבן קיין HOOT פאר וואס איז ריכטיג צו טון. בקיצור, א ריכטיגע בעל תאווה מיט אלע פירושים. "אלע" מאי קא משמע לן? אז אפילו זיינע טעכטער האט ער נישט געשוינט כדברי חז"ל אז בקומם ידע.

איין גוטע זאך, מידת הכנסת אורחים, האט ער מיטגענומען פון פעטערס שטוב, א בחינה ווי דער איזרעאלי וואס מאכט קידוש יעדן שבת בעפארן וואטשן TV.

וידועים דברי הרב דסלר בענין למעלה מן הבחירה ולמטה מן הבחירה, וראיה מלוט.
דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 6:14 pm#388270
העניך האט געשריבן:אבער צי מיינט איר אז אין שטאט זענען נישט געווען קיין ארויפגעקוקטע פערזענליכקייטן? צי מיינט איר אז אינערהאלב דער פארדרייטער סדומישער אידעאלאגיע האבן זיך נישט געבויט אנשים חשובים וועלכע זענען געווען פאררעכנט ווי צדיקים און אויטאריטעטן אויף מאראלישקייט? ווי יעדע שטאט און יעדע ציוויליזאציע האט סדום פארמאגט מענטשן פון אלע סארטן, מחוטב עציך עד שואב מימיך – דער "עמך" און די עליטע. לויט דעם סדומישן חינוך און השקפה האבן בולט געווען פערזענליכקייטן וואס זענען ראוי צו ווערן ארויסגעהויבן פאר מוסטערן פון מאראלישער דערגרייכונג.

וואס איז דען שייך צו ארויפקוקן אויף איינעם אין אזא ציוויליזאציע? די אנשים מורם מעם זענען דען געווען די מאנסטערס וואס האבן געטוהן די גרעסטע שגץ שטיק בגלוי און די קאנקורענץ איז געווען ווער ס'קען אפטוהן דאס ארגסטע צום מענטשהייט? דאס קען דאך יעדער פונקט אזוי, מ'דארף נישט ארבעטן אויף זיך דערצו, לפי דער הנחה אז זיי האבן געלייגט די מדות משחתות אינעם זעלבן פלאץ ווי אונז לייגן מיר די מעשים טובים אויפן סולם הערכים, איז לכאורה כמעט נישט שייך ס'זאל זיין ערנסטע חילוקים אינעם המון עם, פלעין זיין א שלעכטער קען דאך יעדער, ס'איז עכ"פ זעכער דא א איבערוויגענדע מערהייט מענטשן וואס האבן א גרעסערע נטיה צו טוהן שלעכטס ווי גוטס.