די ענין פון 'אין נראה לעינים' איז גארנישט אזוי פשוט ווי מ'מיינט. מאנכע האבען געמאכט א גאנצע עיקר הדת דערפון, ווען קיין אפענע גמרא האבען זיי נישט דערפאר. איך קום מיר נישט דינגען דערויף, אבער דאס ארויצושיסען ווי דער סליפקין איז נישט אין פלאטץ. סתם אזוי דארף מען וויסען אז עס איז גארנישט קיין נייע הלכה וואס מ'האלט. קוק אין חכמת אדם ווי ער רעדט פון די פראקטישע חלק דערפון. איך געדענק אז איך האב ערגעץ געליינט אז אין אונגארן פלעגט מען יערליכעהייט פרעגן דער רב אויף די קירשען. ער פלעגט בודק זיין וואס איז אריין געקומען, און לויט וואס ער האט געזען האט ער אדער מתיר געווען צו עסן, אדער אין גאנצן גע'אסר'ט, אדער נאר ווען מ'באקוקט עס, יעדעס יאר לויט די אומשטענדן. עס איז נישט געווען קיין גלייכער זאך סתם צו גייען אין וואלד און ברענגען קירשן. די יאגעדע קלייבען איז מסתמא געווען פאר איינגעמאכץ, נישט צו עסן רוי, ועוד פרטים וואס מיר ווייסען נישט היינט.
עס איז ריכטיג אז מ'דארף נישט זוכען מיט קיין שפאקטיב, מ'קוקט מיט די נאקעטע אויגען. אבער קוקען מיינט קוקען! איינער וואס וויל אריין רוקען ערדבערין אן צו קוקען, קען זיך נישט פארלייגען אויף די הלכה פון 'אין נראה לעינים'. מ'דארף אבער קוקען נארמאל אויף יעדער ארט אויף די פרי. און אזוי אויך ביי שאלאט. א פרוכט וואס האט אסאך ווינקלען און קערלעך ווי די ווערים קענען זיך באהאלטען, מוז מען דארט אויך קוקען.
די יסוד פון די הלכה איז אז באמת וואלט מען געמעגט זיך פארלאזען אויף רוב אז רוב פירות זענען נישט פארווערעמט (טאמער עס איז אזוי). נאר וויבאלד מ'קען עס באקוקען צו זען צו די ווערים זענען דארט, און עס איז א מיעוט המצוי (ווען עס איז אזוי), הייסט דער וואס עסט עס א מעלים עין מן האיסור. מ'קען זיך נישט פארלאזען אויף רוב ווען מ'קען עס באקוקען. דאס איז נאר ווען ער קען עס באקוקען נארמאלעהייט. ווען ער מוז אנקומען צו מאשינען און מומחיות, הייסט עס נישט מעלים עין מן האיסור. דארף מען דן זיין יעדער זאך דורך די חשבון, איז עס לייכט צו טרעפן די ווערים אדער נישט?
עס איז דא אנדערע סברות אין די ענין, עס איז נישט על רגל אחת. איך ברענג עס נאר ווייל איך האב געהערט פון אסאך מענטשן א לייכטזיניקייט צו הלכות תולעים, כאילו רבנים ווילען סתם שווער מאכען. איך ווייס נישט וואס רבנים ווייסען און וואס איז זייער כוונה, אבער די הלכות האבען א סאך פרטים. אדרבא, דער וואס האלט אז די רבנים האבען נישט קיין דעה, זאלען זיי אליינס זיצען אויף די סוגיא אין סוף פרק ואלו טריפות, מיט די טור שלחן ערוך סי' פ"ד און די נושאי כלים. עס איז א סוגיא ווי אלע סוגיות, מיט מחלוקת'ן, סברות, תשובות און יסודות.