דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 11:13 pm#356021
וואס גייט פאר אין שיכון סקווירא? (חינוך)
שוין קרוב א חודש וואס דריי אינגעלעך איינוואוינער פון שטעטל גייען לערנען אין די לאקאלע גוי'שע פובליק-סקול און.. גארנישט. נישטא קיין רודעריי.. נישטא קיין עסקנים.. יא. פארשטייט זיך, נישט סתם אזוי גייען היימישע אינגלעך אין פובליק-סקול, ס'איז דא עפעס אונטער דעם. אבער.. אזוי פשוט און פראסט זאל זיך די מעשה ענדיגן? דאס איז עס? זייער גורל איז א פארשלאסענע? זיי וואוינען דאך אין די א.ג. "הייליגע" שטעטל.. (וואס אין די צוויי מייל טאר קיין איד נישט וואוינען). נישטא קיין אסיפות, מגבית, אדער טיי אווענט. כדי ער זאל זיך קענען דינגען פריוואטע-מלמדים.דאס איז איינמאל זיכער, ווען זיי וואלטען געהאט א "ברענד-נאמען" וואלט זיך די מעשה געענדיגט גאר אנדערש.
פאלגענד איז א רעקלאמע אויף ענגליש וואס רופט דעם עולם פאר אן אויפוואכונג:
<a class="postlink" href="https://youtu.be/PlodkKlfiOo">https://youtu.be/PlodkKlfiOo</a>
