Under maintenance
הויפט זייט » ליובאוויטשער פרוי איז אויף דער "גרעממי" בעלאט

ליובאוויטשער פרוי איז אויף דער "גרעממי" בעלאט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11133
דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 9:13 am#356317
ליובאוויטשער פרוי איז אויף דער "גרעממי" בעלאט
שרה דוקס, א חסידיש-ליובאוויטשער פרוי פון קראון הייטס, איז אויף דער "גרעממי אווארד" בעלאט, וואו מ'קען שטימען פאר די געווינער פון דעם בעסטן "ניו עידזש" אינסטרומענטאל אלבום. די 59סטע יערליכע גרעממי אווארד צערעמאניע קומט פאר קומענדיגן פעברואר 12.

דוקס איז אויפגעוואקסן אין צפון קאראליינע, און האט קאמפאזירט איר ערשטן ליד ווען זי איז געווען אכט יאר אלט. דורכאויס אירע צענערלינג יארן איז איר משפחה נתקרב געווארן צו אידישקייט און צו ליובאוויטש, און שפעטער האט זי באקומען א דעגרי אין פסיכאטעראפיע פון טורא קאלעדזש.

"ה' גיט אונז אלע אייגנארטיגע טאלאנטן און פעאיגקייטן," זאגט דוקס. "ער וויל מיר זאלן זיי נוצן." זי זאגט, "ס'איז אייביג שרעקעדיג ארויסצוגעבן א נייעם ליד... ווייל דאס מיינט מיטטיילן אן אומבאשיצטע זייט פון מיר. איך דארף געדענקען אז ה' וויל אז איך זאל דאס טון, און אז איך דארף דאס מיטטיילן. דאס איז וואס גיט מיך קוראזש היינט."

m http://jewinthecity.com/2016/12/this-ha ... y-nominee/ m