Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » גרויסע ערווארטונגען פאר אייפאון 8

גרויסע ערווארטונגען פאר אייפאון 8

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11137
דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 7:08 pm#356391
גרויסע ערווארטונגען פאר אייפאון 8
קוים צוויי חדשים זענען שוין דורכגעגאנגען זייט אייפאון 7 איז ארויס, און מ'קוקט שוין גאר שטארק ארויס צו דעם קומענדיגן אייפאון. 2017 איז א גרויסע יאר אין דער עפל פירמע, זייענדיג 10 יאר זייט סטיוו דזשאבס האט ארויסגעגעבן דעם אריגינעלן אייפאון, און עס ווערט ערווארטעט אז דער קומענדיגער אייפאון וועט זיין רעוואלוציאנעריש - אנדערש פון דעם אייפאון אין די לעצטע יארן וואס האט נישט געהאט קיין גרויסע חידושים.

צווישן די שמועות זענען אז דער נייער אייפאון וועט האבן א גענצליך נייער דעזיין, א סקרין וואס גייט איבער דעם גאנצן טעלעפאן אן קיין פרעים ארום און אן קיין האום באטן. "טאטש איידי" וועט ארבעטן איבעראל אויפ'ן סקרין. דער נייער טעלעפאן וועט מעגליך אויך האבן ווייערלעס טשארדזשינג, און לויט מאנכע וועט עס קענען ווערן געטשארדזשט אפילו פון א מרחק!

פאלגנד זענען מער דעטאלן:



יש אומרים אז דער סקרין וועט זיין בויגזאם.
בילד
דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 7:33 pm#356395
סתם ספעקולאציעס, האט גארנישט מיטן מציאות.
דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 8:26 pm#356398
נישט ממש. קוק די ווידעא - א טייל רומערס זענען גאנץ קראנט.
מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 11:47 am#356454
רוב זאכן זענען שוין גראדע פאראן אויפן (ענדרויד) מארקעט אדער איז שוין געווען אזעלכע רומערס א לענגערע צייט. אויף סעמסאנג'ס גאלעקסי 8 רעדט מען שוין לאנג אז עס וועט אנגעבליך פארמאגן כולו סקרין מיט אפשר קוים עפעס א פרעים ארום, ווי אויך אז דער פיזיקאלער HOME באטאן וועט פארשוואונדן ווערן און דער סקרין וועט זיין א טאטש/פינגער פרינט ריעדער, ווי אויך ווייערלעס טשארדזשינג און "קוויק-טשארדזשינג" איז שוין אלטע מעשיות. מצד שני מאכט סעמסאנג נאך די עפל פאטענטן אויכעט, ווי די נייע משוגע'נע רומער אז זיי וועלן עלימינירן די העדפאון דזשעק רח"ל היל"ת, און נאך פארשידענע פאטענטן וואס קומען כסדר אן אין קאורט ווי די צוויי גרעסטע קאמפאניס שלאגן זיך ווי קליינע בעביס אין כיתה ענדע-ף.
מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 12:04 pm#356455
Re: גרויסע ערווארטונגען פאר אייפאון 8
איך זעה נישט קיין מעלה אין כולו סקרין.
קען עס איינער אפשר מסביר זיין?
מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 12:17 pm#356456
פטפוטים בעלמא פון בלאגערס. רוב רומערס ווערן קיינמאל נישט מקויים. איבערהויפט עפל, ווי סודות זענען פון זייערע גרעסטע פונקטן.
מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 12:47 pm#356458
קל וחומר האט געשריבן:איך זעה נישט קיין מעלה אין כולו סקרין.
קען עס איינער אפשר מסביר זיין?

שענער און מער עלעגאנט
מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 1:31 pm#356459
קל וחומר האט געשריבן:איך זעה נישט קיין מעלה אין כולו סקרין.
קען עס איינער אפשר מסביר זיין?

די גרויסקייט פון דעם סקרין איז א גאר וויכטיגער פאקטאר אין א טעלעפאן, אבער לעומת זה וויל מען אז עס זאל פארנעמען ווי ווייניגער פלאץ אין טאש. מאקסימיזירן דעם סקרין-ארט איז א געוואלדיגער אויפטו. כאפ א בליק אויף רעוויו וועבסייטס, וועסטו זען ווי זיי שרייבן אויף יעדן טעלעפאן וויפיל פראצענט פונעם פראנט דער סקרין נעמט אויף. 100% קען נישט זיין בעסער.
מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 1:33 pm#356460
פרייוויליג האט געשריבן:פטפוטים בעלמא פון בלאגערס. רוב רומערס ווערן קיינמאל נישט מקויים. איבערהויפט עפל, ווי סודות זענען פון זייערע גרעסטע פונקטן.

די לעצטע פיר-פינף יאר האבן בלאגערס געוואוסט כמעט גענוי אלע פרטים וועגן צוקונפטיגע אייפאונס חדשים פריער. עפל'ס סודות'פולקייט איז כמעט א פארגאנגנהייט. דוכט זיך אז ווען טים קוק האט מגלה געווען דעם אייפאון 7 אין סעפטעמבער האט ער זיך אפילו געוויצלט אז יעדער ווייסט שוין סייווי אלע פרטים.
מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 5:37 pm#356488
Re: גרויסע ערווארטונגען פאר אייפאון 8
העניך האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:איך זעה נישט קיין מעלה אין כולו סקרין.
קען עס איינער אפשר מסביר זיין?

די גרויסקייט פון דעם סקרין איז א גאר וויכטיגער פאקטאר אין א טעלעפאן, אבער לעומת זה וויל מען אז עס זאל פארנעמען ווי ווייניגער פלאץ אין טאש. מאקסימיזירן דעם סקרין-ארט איז א געוואלדיגער אויפטו. כאפ א בליק אויף רעוויו וועבסייטס, וועסטו זען ווי זיי שרייבן אויף יעדן טעלעפאן וויפיל פראצענט פונעם פראנט דער סקרין נעמט אויף. 100% קען נישט זיין בעסער.

מיר זעהט אויס אז אויפן גאנצע פראנט א סקרין איז א חסרון, וויבאלד ווען מען האלט דעם פאון ביי די זייטן וועלן חלקים פונעם סקרין באדעקט ווערן.
מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 6:50 pm#356507
העניך האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:פטפוטים בעלמא פון בלאגערס. רוב רומערס ווערן קיינמאל נישט מקויים. איבערהויפט עפל, ווי סודות זענען פון זייערע גרעסטע פונקטן.

די לעצטע פיר-פינף יאר האבן בלאגערס געוואוסט כמעט גענוי אלע פרטים וועגן צוקונפטיגע אייפאונס חדשים פריער. עפל'ס סודות'פולקייט איז כמעט א פארגאנגנהייט. דוכט זיך אז ווען טים קוק האט מגלה געווען דעם אייפאון 7 אין סעפטעמבער האט ער זיך אפילו געוויצלט אז יעדער ווייסט שוין סייווי אלע פרטים.

געווענדליך ליקט ארויס פראטאטייפס עטליכע טעג פאר די ריליס. נו אודאי ווייסט מען דאך.. אין אזא מאדערענע וועלט איז זייער שווער צו האלטן זאכן בסוד, נישט קיין חילוק ווי שטארק מפראבירט דאס צו באהאלטן, מ'דארף נישט מער ווי איין בילד, און דאס פאסירט טאקע. אבער איך געדענק פון אלע יארן אז רוב פרעדיקשענס זענען געווען חלומות.

ליין דא מער איבער עפל'ס מאכטפולע סודות'פולע באזע.
זונטאג יאנואר 01, 2017 8:29 pm#358490
i'm waiting for the iphone 8
as of now i use the galaxy s7 edge and i like it.