Under maintenance
הויפט זייט » פארוואס איך שרייב נישט וועגן תהילים כולל'ס דן בן יעקב סקעם

פארוואס איך שרייב נישט וועגן תהילים כולל'ס דן בן יעקב סקעם

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11145
דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 9:23 pm#356631
פארוואס איך שרייב נישט וועגן תהילים כולל'ס דן בן יעקב סקעם
ידידים פרעגן מיר, "העניך, פארוואס שרייבסטו נישט וועגן תהילים כולל'ס פרישן גימיק, דער 'כולל' ביים קבר פון דן בן יעקב?"

נאך אלעם בין איך דאך דער וואס האט געשריבן אן אינטערוויו מיט דעם שרייבער פון תהילים כולל - אפנים דאס קרוינט מיך דער דעה-זאגער איבער אלעם וואס אנבאלאנגט תהילים כולל.

דער אמת איז אז כ'האב נישט קיין כוח צו רעדן וועגן דעם ענין, און כ'בין אונטער דעם רושם אז ס'איז ארויסגעווארפן צייט. כ'בין אמאל געווען נאאיוו, און געמיינט אז אונזער חרדישע וועלט איז אנגעפילט מיט מענטשן וואס פארשטייען נישט צו שקר, גימיקס און סקעמס, און מ'דארף זיי פשוט עפענען די אויגן. עפענען די אויגן צו דער עמאציאנעלער רשעות פון אזעלכע באגאבונדן ווי תהילים כולל, און עפענען די אויגן צו קענען דערקענען אויסנוצער און באטריגער.

איז אנגעקומען א טראמפ און האט מיך איבערגעקערט מיין בליק אויף דער וועלט. חרדים זענען גארנישט אנדערש פון דער וועלט. צענדליגער מיליאנען מענטשן זענען נישט אויסגעשארפט מיט זייערע אמת-דערקענען חושים, און מ'דארף נישט זיין קיין חרדישער איד צו פארמאגן אויסגענוצטע באטעריעס אין דעם בעלאני-דעטעקטאר.

וויפיל קלוגע לייט און די פרעסע האבן פרובירט צו אלארמירן טראמפ שטיצער אז זיי גלייבן ליגנט, און אז זייער קאנדידאט זאגט כמעט נישט ארויס קיין אמת ווארט ארויס פון מויל, זענען זייערע ווערטער געפאלן אויף טויבע אויערן. כך הוא דרכו של עולם. מענטשן זענען נישט קלוג, און באטריגער זענען דא זיי אויסצונוצן ביז'ן דם התמצית.

זאל איך יעצט ווידעראמאל שרייען וועגן תהילים כולל? כ'האב נישט קיין כוח צו אייך, נאאיווע מענטשן, און גלויבערס פון אייגן-געמאכטע "פאקטן". איר דארפט זיך אליין צורייבן, און דערלערנען צו דערקענען און פארשרייען די עמאציאנעלע גנבים און רוצחים. אז נישט, זענט איר אליין שולדיג אז תהילים כולל רייסט ארויס פון אייך אייערע אפגעשפארטע פאר דאלאר.

און איר ווייסט וואס איך וועל אייך זאגן? דער זעלבער צינישער געדאנק איז דאס וואס טרייבט די בעלי-בתים פון תהילים כולל.
דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 10:14 pm#356635
Re: פארוואס איך שרייב נישט וועגן תהילים כולל'ס דן בן יעקב סק
א חבר דערציילט מיר אז ער האט זיך געטראפן מיט אן אלטער קאלעגע און יענער האט זיך אנגעטוהן א ברייטע היט מיט שיפע טאשן פרעגט ער איהם וואס איז געשען מיט דיר ווילסט מער נישט ארבייטן? זאגט ער איהם אדרבה ער האט איינגעזעהן אז די בעסטע ביזנעס און גאנגבארע ארטיקל ביים עולם איז ברכות ישועות מיט ווי מער אבערגלויבעניש איז ער אריין אין ביזנעס
דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 11:08 pm#356642
העניך האט געשריבן:וויפיל קלוגע לייט און די פרעסע האבן פרובירט צו אלארמירן טראמפ שטיצער אז זיי גלייבן ליגנט.

Lol... די פרעסע... די אמת'ע ערליכע פרעסע... Unreal
פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 12:01 am#356648
Re: פארוואס איך שרייב נישט וועגן תהילים כולל'ס דן בן יעקב סק
עס איז מיר א פלא אז ששה סדרי משנה קאסט בלויז א הינדרעטער, און נאר זאגן די נאמען נאך תהילים 24 מאל קאסט 360, עפעס שטימט נישט. קען אפשר זיין אז זיי פליפן די תהילים פארן תהילים כולל און לייגן ארויף מארקאפ, דעריבער קאסט עס גאר טייער.
בילד
פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 12:38 am#356652
.
פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 2:12 am#356659
Re: פארוואס איך שרייב נישט וועגן תהילים כולל'ס דן בן יעקב סק
דערווייל האבן צענדליגע אידן געזען אפענע ישועות. און צוויי וואכן וועט שוין די צאל האלטן ביי הונדערטע, נאך א האלבע יאר קען עס שוין ארויפגיין צו טויזענטע
פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 2:49 am#356661
פליקער האט געשריבן:עס איז מיר א פלא אז ששה סדרי משנה קאסט בלויז א הינדרעטער, און נאר זאגן די נאמען נאך תהילים 24 מאל קאסט 360, עפעס שטימט נישט


אויף דעם האט דוד המלך ע"ה מתפלל געווען אז תהלים זאל זיין ווי נגעים ואהלות, ורחמנא הראה לו דור ודורשיו עד סוף כל הדורות ונתקבלה תפילתו בכפלי כפלים.
פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 2:51 am#356662
העניך האט געשריבן:ידידים פרעגן מיר, "העניך, פארוואס שרייבסטו נישט וועגן תהילים כולל'ס פרישן גימיק, דער 'כולל' ביים קבר פון דן בן יעקב?"


יארמע רב האט טאקע געהאט א ווייטע בליק מיט'ן באוויסטע סיפור אז דן מיט'ן כולל איז ביגמטריא גנב....
פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 10:48 am#356691
פאר מזל טוב ישועות איז פיל בעסער צו קאנצעטרירן זיך אויף גד בן יעקב, והוא פשוט. כ'לייג ארויס די איידיע אויפן מארקעט פאר בלויז צען פראצענט שותפות.
פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 11:40 am#356698
זייט געווארענט
עס פארט ארים אויף וואצעפ א בריוועלע ווי איינער מכלומערשט מאכט ביטערע לצנות פונעם נייעם איינפאל וועגן דן בן יעקב. אבער איך נעם עס נישט פאר פעיס וועליו. קודם וועל איך ציטירן די בריוועלע.
דן בן יעקב ? וואס ? יא נישט קיין שום מיסטעיק, דן בן יעקב!

ענד איטס עגעין "תהלים כולל" וואס באווייזט יעדעס מאל עקסטער צו ערשטוינען אלעמען מיט זייערע פאנטאסטישע חידושים וואס מאכט שפרינגען יעדן נפש היפה.

איר זענט שוין זאט צו הערן פון אלע סגולה פירמעס וואס נוצן ריבניץ ? טאהש ? מירון ? נישט גע'דאגה'ט, תהלים כולל, די אלטימעט ישועות מאשין איז דא אייך צו העלפן לייזן אייער קאנסערן. א פרישע יאר, א פרישן ספין, און דאסמאל איז קבר "דן בן יעקב" געפאלן א קרבן. טאקע גאנץ א ווייטע וועג אבער מ'מוז מודה זיין, קריעטיוו עס איז.

די מעלה מיט דן בן יעקב איז ווארשיינליך אז דער ציון באלאנגט נישט פאר א באזונדערע קבוצה ביי כלל ישראל, די ליטווישע למשל זענען נישט גורס די גאנצע געפאראכטס קיין מירון, ריבניץ ציט אויך נאר א געוויסן סארט קלייענטל, טאהש איז א חצר הקודש, דער ציון פון יונתן בן עוזיאל איז פאר אלטע בחורים עקסילוסיוו, אפילו רבי לייב בעל יסורים איז געווען א חסיד פון מיטעלער רבי'ן. "תהלים כולל" וויל נישט ראסיזים, די געטרייע שלוחים פון כלל ישראל זענען דא פאר יעדן איד וואס שטאמט פון די י"ב שבטי קה אפגעזען פון קאליר, קרייז אדער גענדער.

אט דא קומט אריין אין בילד דער קבר פון "דן בן יעקב". נישטא קיין איין איד וואס קען זאגן איך באלאנג נישט צו דעם קרייז. יעדער וואס שטאמט מזרע אברהם יצחק ויעקב איז א מחותן אהער. דער מעסעזש פון "תהלים כולל" לויטעט: " איר זענט א פרענק וואס ווייסט נישט וועגן ריבניץ ? טאהש רעדט נישט צו אייך ? מירון איז צו טיפיקל ? נאו פראבלעם. לעצטע מאל מיר האבן געטשעקט שטאמט איר אלע פון די שבטים הק', דן בן יעקב איז יאר וועי טו גאו! גיט ביטע אהער די קרעדיט קארטלעך, סיינט היינט אויף מעמבערשיפ, שטיצט די מוסדות און פועל'ט אלעס גוטס."

זייט מיר נישט חושד, איך בין נישט דא ח"ו צו מאכן חלילה ליצנות פון דעם מקום קדוש. חזקה על תהלים כולל זאלן אפירשלעפן אלע פארשטיפטע ענינים און קבלות איבער דעם ענין, און גראדע איז טאקע דא אין ספרים פארשידנס איבער די סגולות פון דעם ציון. פארט איז בויך וואקלנדיג צו מיטהאלטן וויאזוי דאס מוסד הק' תהלים כולל טראגט דעם ציבור אויף א רייד וואס דו קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס איז נעקסט.

דאס איז אמאל זיכער, ווען משוגע וואלט וויי געטאן וואלט מען געברויכט אן אווער דאז פון פעין קילער.


בין איך דער איינציגער וואס איז חושד אז דאס איז שוין גארניש קיין לצנות בריוו, איך זעי קלאר א מעזעדזש אין יעדע איינציעגע פאראגראף, דאס איז לדעתי א נייע וועג פון מארקעטינג, און א גאט טו הענד איט טו דעם, אז דאס איז גאר א גיט שטיקל און א קנאק פון א איינפאל. אבער עס איז נישט אדורך מיין שמעק טעסט, ווייל ווען איך ענדיג עס ליינען נעם איך ארויס עטליכע אז אלע אנדערע זענען נישט גוט און אז מען מיז עס הענדן צים תהלים כולל, ווי פיפיג זיי זענען, און אז זיי קראצען אפיר סגילות וואס קיינער ווייס נישט און עס געהער צו יעדען, ועוד וואס איר וועט אליין כאפן נאכן איבער ליינען, פארשטייט זיך אז צו באהאלטן זייער אגענדע ברויך מען אריין ווארפן א שארף ווארט און א לצנות'ל אויפן חשבון פונעם איינפאל. אבער דאס איז די סיבה פארוואס מען וועט דאס פארווערדן פאר נאך צען וואצעם גרופעס, און דער שוואכלינג וואס זיכט די ישועה וועט תיכף ומיד סווייפן זיין קרעדיט קארד לטובת נשמת דן בן יעקב.

ווער עס כאפט נאך נישט זאל עס איצט איבער ליינען און אנטון א צינישן בריל וועט איר עס אויך זען, איך בין בלתי ספק אז דאס איז געשריבן געווארן דורך איינער פון תהלים כולל'ס פיפיגע שקצים כדי צי פאבליצירן זייער נייע סקעם.
פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 11:44 am#356699
אויב אזוי קענסטו דאך אויך מעגליך זיין איינער פון זיי
פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 12:02 pm#356702
קען טאקע זיין, איך וועל טאקע קיין מאל נישט וויסן, איך האב זיך פארגעשטעלט אז איינער וועט עס זאגן - אבער דו קאנסט דאך מיך, זיי מעיד אז עס איז נישט אזוי.
פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 12:07 pm#356703
די ריזען פ"וו איך האב עס געזאגט איז ווייל איך האלט אז דיין באהויפטונג דא איז too far fetched
פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 12:11 pm#356704
די "דן סגולה" איז דאך ממש מרומז אין פסוק, גאר א שטארקע אסמכתא דאורייתא, נישט אוועקצומאכן,

דן ידין עמו כאחד שבטי ישראל, = די "דן סגולה" וועט ווערן ממש א חלק פון כלל ישראל,

יהי דן נחש עלי דרך, שפיפון עלי אורח, הנושך עקבי סוס, = די "דן סגולה" חברה וועלן ווי א שלאנג אריינבייסן אין די פיס פון אונזערע נאיווע פערד,

ויפול רוכבו אחור, = און די חברה וועלן פאלן פאר די סקעם

לישועתך קויתי ה', = און אויספועלן א גרויסע ישועה.
פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 12:16 pm#356705
Re: פארוואס איך שרייב נישט וועגן תהילים כולל'ס דן בן יעקב סק
סאיז מסתמא נאך א טשאריטי צו דורכוואשן געלט. קאמאן, מענטשן זענען נישט אזוי סטופיד. ער איז צו ווייט אפגערוקט צו פארשטיין אונזערע היינטיגע נידס. ווער ווייסט צו תהלים זאגן איז אפי' גענוג? דוד המלך איז אסאך שפעטער געקומען אויפן scene.
פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 12:33 pm#356706
העניך האט געשריבן:איז אנגעקומען א טראמפ און האט מיך איבערגעקערט מיין בליק אויף דער וועלט. חרדים זענען גארנישט אנדערש פון דער וועלט. צענדליגער מיליאנען מענטשן זענען נישט אויסגעשארפט מיט זייערע אמת-דערקענען חושים, און מ'דארף נישט זיין קיין חרדישער איד צו פארמאגן אויסגענוצטע באטעריעס אין דעם בעלאני-דעטעקטאר.

וויפיל קלוגע לייט און די פרעסע האבן פרובירט צו אלארמירן טראמפ שטיצער אז זיי גלייבן ליגנט, און אז זייער קאנדידאט זאגט כמעט נישט ארויס קיין אמת ווארט ארויס פון מויל, זענען זייערע ווערטער געפאלן אויף טויבע אויערן. כך הוא דרכו של עולם. מענטשן זענען נישט קלוג, און באטריגער זענען דא זיי אויסצונוצן ביז'ן דם התמצית.


נניח אז דו ביזט גערעכט. תמימות'דיג מיינט נאך נישט אז מ'איז נישט קלוג. א קלוגע מענטש קען מאכן א ראציאנאלע החלטה צו גיין בתמימות. חוץ מזה, איז דער דיסקוסיע נישט אביעקטיוו. זאגן אז יענער איז נישט קלוג איז קיין קונץ. יענער קען פונקט אזוי זאגן אויף דיר און מאנכע זאגן טאקע אזוי. פארדעם דארף קומען א @העניך, צולייגן די נושא און צייגן פארוואס זיי זענען נישט גערעכט, נישט סתם לעיבלען א גרויסע ציבור. ובנוסף לזה, דאס נעמט אראפ די אחריות פונעם שארלטאן און ווארפט עס ארויף, צוזאמען מיט די שולד, אויף די וויקטימס.


.
פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 12:46 pm#356707
מיין ארטיקל איז טאקע נישט קיין אויפקלערונג מאטעריאל, נאר מיין געפילן איבער דער נושא און פארוואס כ'האב נישט קיין כוח זיך צו נעמען "אויפווייזן" פארוואס תהילים כולל איז א סקעם.

הוגה האט געשריבן: ובנוסף לזה, דאס נעמט אראפ די אחריות פונעם שארלטאן און ווארפט עס ארויף, צוזאמען מיט די שולד, אויף די וויקטימס.

עס איז נישט קיין פראגע אז די גנבים און רוצחים דא זענען די פירער פון תהילים כולל. נאר איך זעלבסט שפיר אן אחריות אויפצוקלערן נאאיווע מענטשן נישט אריינצופאלן אין זייער נעץ, און עס נאגן מיר שולד געפילן אז איך טו נישט גענוג צו האמערן קעגן די שרעקליכע עושי עוולה אז תמימי לב זאלן נישט אריינפאלן אין זייער נעץ. אבער איך בארואיג מיך אז עס איז נישט "מיין" שולד פאר'ן נישט גענוג טון, נאר עס איז דער שולד פון די תמימים וועלכע גייען ווי שאף צו דער שחיטה.
פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 1:52 pm#356709
פליקער האט געשריבן:
בין איך דער איינציגער וואס איז חושד אז דאס איז שוין גארניש קיין לצנות בריוו, איך זעי קלאר א מעזעדזש אין יעדע איינציעגע פאראגראף, דאס איז לדעתי א נייע וועג פון מארקעטינג, און א גאט טו הענד איט טו דעם, אז דאס איז גאר א גיט שטיקל און א קנאק פון א איינפאל. אבער עס איז נישט אדורך מיין שמעק טעסט, ווייל ווען איך ענדיג עס ליינען נעם איך ארויס עטליכע אז אלע אנדערע זענען נישט גוט און אז מען מיז עס הענדן צים תהלים כולל, ווי פיפיג זיי זענען, און אז זיי קראצען אפיר סגילות וואס קיינער ווייס נישט און עס געהער צו יעדען, ועוד וואס איר וועט אליין כאפן נאכן איבער ליינען, פארשטייט זיך אז צו באהאלטן זייער אגענדע ברויך מען אריין ווארפן א שארף ווארט און א לצנות'ל אויפן חשבון פונעם איינפאל. אבער דאס איז די סיבה פארוואס מען וועט דאס פארווערדן פאר נאך צען וואצעם גרופעס, און דער שוואכלינג וואס זיכט די ישועה וועט תיכף ומיד סווייפן זיין קרעדיט קארד לטובת נשמת דן בן יעקב.

ווער עס כאפט נאך נישט זאל עס איצט איבער ליינען און אנטון א צינישן בריל וועט איר עס אויך זען, איך בין בלתי ספק אז דאס איז געשריבן געווארן דורך איינער פון תהלים כולל'ס פיפיגע שקצים כדי צי פאבליצירן זייער נייע סקעם.

דערמאנט מיר פון די נאמען פון דיזען אשכול: פארוואס איך שרייב נישט וועגן תהילים כולל'ס דן בן יעקב סקעם
פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 2:20 pm#356715
Re: פארוואס איך שרייב נישט וועגן תהילים כולל'ס דן בן יעקב סק
הוגה האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:איז אנגעקומען א טראמפ און האט מיך איבערגעקערט מיין בליק אויף דער וועלט. חרדים זענען גארנישט אנדערש פון דער וועלט. צענדליגער מיליאנען מענטשן זענען נישט אויסגעשארפט מיט זייערע אמת-דערקענען חושים, און מ'דארף נישט זיין קיין חרדישער איד צו פארמאגן אויסגענוצטע באטעריעס אין דעם בעלאני-דעטעקטאר.

וויפיל קלוגע לייט און די פרעסע האבן פרובירט צו אלארמירן טראמפ שטיצער אז זיי גלייבן ליגנט, און אז זייער קאנדידאט זאגט כמעט נישט ארויס קיין אמת ווארט ארויס פון מויל, זענען זייערע ווערטער געפאלן אויף טויבע אויערן. כך הוא דרכו של עולם. מענטשן זענען נישט קלוג, און באטריגער זענען דא זיי אויסצונוצן ביז'ן דם התמצית.


נניח אז דו ביזט גערעכט. תמימות'דיג מיינט נאך נישט אז מ'איז נישט קלוג. א קלוגע מענטש קען מאכן א ראציאנאלע החלטה צו גיין בתמימות. חוץ מזה, איז דער דיסקוסיע נישט אביעקטיוו. זאגן אז יענער איז נישט קלוג איז קיין קונץ. יענער קען פונקט אזוי זאגן אויף דיר און מאנכע זאגן טאקע אזוי. פארדעם דארף קומען א @העניך, צולייגן די נושא און צייגן פארוואס זיי זענען נישט גערעכט, נישט סתם לעיבלען א גרויסע ציבור. ובנוסף לזה, דאס נעמט אראפ די אחריות פונעם שארלטאן און ווארפט עס ארויף, צוזאמען מיט די שולד, אויף די וויקטימס.


.

טיפיקל הוגה. עווער סאו האופפול און אפטימיסטיש איבער די פראספעקט פון עדיוקעיטן אונזער עולם אדער די וועלט בכלל.

דוכט זיך אבער היסטאריע ווייזט אז וויפיל מ'זאל נאר פרובירן צו אראפ שטופן חכמה אין די (מיינסטנס אויבערפלעכליכע) ברייטע מאסן'ס העלזער, וועלן זיי עס נישט אויפעסן, נאר אנשטאט עס אויסברעכן אויף דיר און שמוציג מאכן דיין רעקל.
פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 2:37 pm#356718
יואליש האט געשריבן:פאר מזל טוב ישועות איז פיל בעסער צו קאנצעטרירן זיך אויף גד בן יעקב, והוא פשוט. כ'לייג ארויס די איידיע אויפן מארקעט פאר בלויז צען פראצענט שותפות.


יואליש, לאמיר מאכן א מאנאפאלי אויף די שבטים און אויסשפילען תהלים כולל. איך מאך יעצט א קאנטער אפער פאר דיר פאר צוואנציג פערצענט שותפות.

יששכר פאר הצלחה אין לימוד התורה
זבולון פאר הצלחה מיט פרנסה
דן וועלען מיר שוין אפקויפען מיט די צייט
נפתלי פאר הצלחה פארלירן וואג (אילחה שלוחה)
גד איז דיין אינוועסטמענט אין די שותפות
אשר הצלחה צו נעמען וואג (שמנה לחמו)
יוסף פאר א ספרדישע שידוך (אסנת)
פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 2:52 pm#356720
Re: פארוואס איך שרייב נישט וועגן תהילים כולל'ס דן בן יעקב סק
מען ברויך קודם האבן די קבר
פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 3:14 pm#356723
דעת תורה האט געשריבן:טיפיקל הוגה. עווער סאו האופפול און אפטימיסטיש איבער די פראספעקט פון עדיוקעיטן אונזער עולם אדער די וועלט בכלל.


בכלל נישט. אקעי, אמאל בין איך געווען אפטימיסטיש. מיין נקודה דא איז נישט געווען אז מען זאל/קען איבערקלערן מענטשן. מיין פוינט איז אז זאגן אז יענער (טויזענטער אדער מיליאנער מענטשן) איז א טיפש איז עד האמינום און ערקלערט גארנישט. חוץ מזה וואס איך בין שטארק מחולק מיט דער הנחה טראץ דעם וואס איך בין שטארק אנטי טראמפ און אנטי ישועה סקעמס.

.
פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 3:18 pm#356724
פליקער האט געשריבן:מען ברויך קודם האבן די קבר

דנ'ס קבר האט מען דען יא? :lol:
פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 3:31 pm#356725
פליקער האט געשריבן:מען ברויך קודם האבן די קבר


נישט קיין פראבלעם, אביסל לייט בלו פעינט אין סעמענט
פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 11:06 am#357246
אין "מאמענט" איז דא אן ארטיקל פון הרב יואל אשר לאבין וועגן די צעדרייטע גימיקס פון צדקה-ארגאניזאציעס, באגלייט מיט אן עד פאר... תהילים כולל'ס קבר דן!

כ'בין נייגעריג צי דאס איז געמאכט בכוונה צו אילוסטרירן הרב לאבינ'ס ארטיקל, אדער דער גראפיקער פונעם מאמענט האט בכלל נישט געכאפט וואס ער טוט דא.
מוצ"ש דעצעמבער 17, 2016 9:48 pm#357282
די "בעל" המאמענט און די "בעל" הממציא קבר דן וכל הפרופאגאנדע של תהילים כולל חד הוא!!

זעהט זיך אויס זיין כוונה איז א דריטע אז דו זאלסט רעדן סיי פון די מאמענט און אויך תהילים כולל
מוצ"ש דעצעמבער 17, 2016 10:20 pm#357288
Re: פארוואס איך שרייב נישט וועגן תהילים כולל'ס דן בן יעקב סק
העניך האט געשריבן:אין "מאמענט" איז דא אן ארטיקל פון הרב יואל אשר לאבין וועגן די צעדרייטע גימיקס פון צדקה-ארגאניזאציעס, באגלייט מיט אן עד פאר... תהילים כולל'ס קבר דן!

כ'בין נייגעריג צי דאס איז געמאכט בכוונה צו אילוסטרירן הרב לאבינ'ס ארטיקל, אדער דער גראפיקער פונעם מאמענט האט בכלל נישט געכאפט וואס ער טוט דא.

עס איז ביי מיר קלאר אז לאבין איז געפאלן וויקטעם פאר די שיינער שפיצעל פון בעלי התהילם כולל, מיין פונקט וואס איך האב געשריבן אויבן אויפן אשכול
זונטאג דעצעמבער 18, 2016 1:20 am#357295
נאכאמאל די בעל הבית פון די מאמענט הרב קרויס איז די בעל הבית פון yhk וואס פירט די מארקעטינג ביי תהילים כולל, קלאר?
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 12:34 pm#357762
יואל אשר לאבין האט מיר אריינגעשיקט דעם ארטיקל פונעם מאמענט:


דער בת עין נעמט קרעדיט קארטלעך?

מיין טאכטערל האט אויפגעהויבן די טעלעפאן און איינער שרייט דארטן אריין עפעס. ווי עס ווייזט אויס האט ווידעראמאל א מארקעטינג קאמפאני מצליח געווען זיך צו באהאלטן אונטער אן אומשולדיגע טעלעפאן קלונג ווי א מענטש וויל רעדן צו זיין קאלעגע מענטש, צו מאכן מיין טעלעפאן פאר א בולעטין פלאטפארמע צו זיין מאשינעריזירטע קאמפיין.

מיין טאכטער לייגט אראפ דעם טעלעפאן און פרעגט מיר: טאטי, ווער איז דער בת עין?

איך טראכט א מינוט, און פרעג: בת עין?

"יא," זאגט מיין אומשולדיגע טאכטערל וואס האט געהערט זאכן עלטער פון איר השגה, "עפעס זאגן זיי אז דער בת עין נעמט קרעדיט קארדס."
ווען איך בין געווען די עלטער און איך וואלט געפרעגט מיינע עלטערן ווער עס איז דער בת עין, וואלט איך באקומען דעם לאנגן ענטפער אז עס איז דער נאמען פון דעם ספר פונעם חסידישן צדיק רבי אברהם דוב פון אווריטש וואס האט געוואוינט אין צפת און האט איבערגעלעבט די גרויסע צפת'ער ערדציטערניש.

אבער זאכן האבן זיך גערוקט, און רוב "צדיקים" נעמען שוין קרעדיט קארדס. נישט ממש, אבער איבער יעדן צדיק יאוועט זיך איינער וואס טענה'ט חי וקיים איבער א געוויסן מנהג ביי דעם ציון – פארשטייט זיך אויב מען געט א קרעדיט קארטל מיט א פעימענט פלאן.
מיר לעבן אין א צייט וואס מען האלט אונז אין איין פאכען מיט את החיים ואת המוות, את הברכה והקללה, מען לאזט אונז כאילו ממש נישט קיין בחירה, מען מוז זיך איינשרייבן צו א סגולה קאמפאני אויב וויל מען נישט סתם גיין לטמיון.

מיר לעבן אין א צייט ווען צדקה וחסד ווערט נישט זעלטן געמישט מיט מאניפולאציעס און גימיקס, ווען מיסאינפארמאציע און פראפאגאנדע ווערט גענוצט אויף אן איבערגעטריבענע וועג אין פאנדרעיזינג. מיר לעבן אין א צייט וואס א צוועק איז ווייט נישט גענוג, מען דארף א "געים".
מאניפולאציעס איז דער נאמען פונעם שפיל אין דער גרויסער וועלט. מארקעטינג פירמעס זענען אפט דער היפך פון אויפריכטיגקייט און אויפ'ן העכסטן בענקל קומען אן די וואס האבן גענוצט די פויסטן אמבעסטן. אבער דאס איז בלויז גוט פאר קאנטראל און פאר געמיינע זאכן. געלט און פאליטיק זענען פון מהות אויס געמיינע זאכן וואס אפעלירן צו די נידריגע אינסטינקטן פונעם מאטעריאליסטישן מענטש. געלט און כבוד, קאנטראל און מאכט.

אבער ווען מען רעדט איבער צדקה, איז מען אין א זאנע פון גוטס. אין א "סטעיט אף מיינד" פון ארויסגיין פון די אייגענע אינטערעסן צו טראכטן ארויס פון מיר, צו ווערן גרעסער ווי די עגא. דאס אריינברענגען דארטן, אין דעם קודש הקדשים פון א אידיש הארץ. ווען א איד טראכט איבער צדקה און חסד, צו גיין אריינברענגען אהין מאניפולאציעס, סטראשען מיט קללות וברכות, סגולות און מופתים, קברים און אוגערקעס, קען זיך גרעניצן מיט א חילול הקודש!

איך פערזענליך האלט זייער שטארק פון א תהלים כולל און פון א כולל חצות, א כולל ללימוד קבלה און א כולל אור החיים הקדוש, און פון סיי וועלכן וועג מען געט געלט פאר עובדי ה' זאלן קענען עוסק זיין בתורה ובעבודת השם.
איך וויל זייער שטארק געבן געלט פאר קופת העיר, וואס נעמט צוזאמען געלט פון אידן איבער דער גאנצער וועלט פאר עניי ארץ ישראל וואס הונגערן און קענען פשוט לייגן ברויט אויפ'ן טיש פון מיינע פאר דאלאר.
איך וויל זייער שטארק געבן געלט פאר עורה, וואס פינאנצירט קירוב רחוקים פראיעקטן. ווי שיין איז צו ווייזן די אור פון תורה ואמונה צו קינדערלעך וואס זענען געווארן דערווייטערט פון די שויס פון טאטן.
איך וויל זייער שטארק שטיצן ארגאניזאציעס פון ביקור חולים און הילף פאר אלע סארטן חולי ישראל און צרכי ציבור.

איך וואלט זיך אבער געוואונטשן אז אלע ארגאניזאציעס זאלן מחשיב זיין מיין אינטעליגענץ און מיר פשוט איבערגעבן דעם מעסעדזש, אָן אפירברענגען מאדנע המצאות, קברים אשר לא שערום אבותנו, מאדנע צייטן ווען די זון און לבנה קומען זיך צונויף און גענוי דעמאלט מוז מען זאגן א געוויסע לחש.

איך וואלט זיך געוואונטשן אז די אלע הייליגע צוועקן זאלן האבן גענוג זעלבסטזיכערקייט, זיי זאלן גענוג גלייבן אין זייער צדקה און אין דער וויכטיגקייט פון זייער צוועק, און מיר קענען גענוג איבערצייגן אז עס איז כדאי צו געבן געלט צו מקרב זיין אידן.
אויב איינער איז גענוג זיכער אז זיין צוועק איז גאר וויכטיג און ער האט א שטיקל צוטרוי אינעם ציבור אז זיי וועלן איינזען אז ער איז חשוב און וויכטיג, דארף מען נישט מאכן קיין לויפנדיגע אוגערקעס און טאנצענדיגע פיווערס, שרייעדיגע אימאדזשיס און מאראטאנען למיניהם.
צווייפלהאפטיגע קאמפיינס פאר אן ערהאבענעם ציל, נידערט אראפ אלעס. אדער איז דער צוועק גארנישט בעסער ווי די לופטיגע רעטאריק וואס מען שטעלט ארויס, אדער איז מען גרייט צו אנקליידן א חזיר אויף דעם נזם זהב.
אז מען טוט צווייפלהאפטיגע מיטלען צו דערגרייכן א הויכן ציל, מישט מען אויס קודש מיט חול, און מען שלעפט אראפ סגולות צו מאניפולאציעס און צדקה צו א ווילדן שפיל.

עס איז נישט מער ווי א בקשה פאר נאמנות. יעדער ווינטשט זיך צו לעבן אין א געמיינדע וואו אמת איז אן ערך און אפנקייט איז א מעלה. איך גלוסט צו אויטענטישקייט, אפנקייט, ערליכקייט, אויפריכטיגקייט. ווען א מענטש פרעזענטירט זיין פראדוקט, און ער לאזט אפן די טיר אז מען קען אים טשאלענדזשן איז ער אויפריכטיג און ער רעדט צום הארץ פון מענטשן.

אלס רעזולטאט פון א בונד מיט אמת און אפנקייט צו אינפארמאציע דארפן מענטשן וויסן אז זיי קענען צאלן מיט א קרעדיט קארטל צו שטיצן אסאך וואוילע אידן און מקובלים, און ספאנסארן גרופעס פון וואוילע יונגעלייט ביי פארשידענע מקומות אין פארווארפענע עקן אין ארץ ישראל. אבער זיי מעגן אויך וויסן אז רוב סגולות ארבעט נישט דורך א קרעדיט קארטל, נאר באשטייען פון אזעלכע זאכן ווי דאווענען, לערנען, זאגן אשר יצר, עסן געזונט, בענטשן ערליך און אזוי ווייטער, און אז א קאפיטל תהלים העלפט ווען מען זאגט עס פון א צעבראכן הארץ, אויף א בענקעלע ביי זיך אין צימערל, און מען מוז נישט דווקא ספאנסארן א גרוויסע גרופע ביי א געוויסע פלאץ אין א געוויסע צייט ווען עס איז ניין-ניין-ניין און די לבנה איז במילואו.

מען מעג פארקויפן סגולות און מען מעג נוצן הומאר און מארקעטינג צו כאפן אן אויג, אבער די שאלה איז, וויפיל פלאץ מעגן זיי פארנעמען? וואס געשעט ווען די עיקר פנים פון גוטע צילן זענען מאניפולאציעס און אוגערקעס פארפילן די פלאץ פון אינפארמאציע און אויפריכטיגקייט? צי קען נאך די וועלט פון צדקה וחסד בלייבן אין דער וועלט פון תורה און אמת? אדער ברענגט עס די עולם החסד והצדקה צו א מארקעט ווי זי באלאנגט נישט, צו די וועלט פון מארקעטינג, בלאף און מאניפולאציע?

**

דער יסוד היסודות ווי גוטע אידעאלן ווערן פארוואנדלט אין רשעות'דיגע מארד מאשינען איז ווען דער ציל הייליגט די מיטלען. ווען אין נאמען פון גוטע צילן מעג מען טון שלעכטע מיטלען און הויכע ווירדן לאזן נידריגע זאכן פארבייפליען אונטער אירע פליגל.

א איד מוז געדענקען אז ער איז דער ציל! ער איז נישט קיין מיטל צו אן אנדערן ציל. און די מיטלען זענען א חלק פון דעם ציל. דאס עצם אויסרייניגן און אויסאיידלען דעם מענטש איז דער ציל, און דעריבער זענען אלע מיטלען א חלק פון דעם גרויסן ציל פון פארוואנדלען דעם מענטש צו א הייליגע מציאות, אן עובד אלקים. דעריבער איז עס נישט א געיעג צום יום המיתה אדער צו דביקות, עס איז א לאנגזאמע וועג ווי מען מוז לעבן לויט פארשריפטן און מצוות, דרכים און עצות, אוןן אלעס מוז געטון ווערן אויסגעהאלטן. דער ציל דארף זיין גרויס, אבער קיין שום ציל הייליגט נישט די מיטלען.
דעריבער ווען דער אויטאמאטישער ענטפער איז: אבער דער ציל איז אזוי חשוב; זיי ראטעווען מענטש ממש! איז עס נישט ממש נוגע, ווייל אויב ערלויבט מען זיך צו פירן א קאמפיין וואס ברענגט אראפ מענטשן, איז עס אונטער א פראגע צייכן.

איך געדענק ווען איך האב עוסק געווען מיט מיין רבי'ן, מו"ר הג"ר אברהם יוסף ראזנבלום שליט"א, צו שרייבן א בריוו לטובת די כולל שערי יושר פון זיינע תלמידים, וויאזוי ער האט מדייק געווען יעדע ווארט, און נאר גע'חתמ'עט נאכ'ן מדייק זיין, און מיר געזאגט "מען מעג נאר שאפן געלט דורך אמת."
תורה קען מען נאר בויען מיט אמת און חסד קען מען נאר בויען מיט חמלה, און אויב איז נאר עפעקטיוו צו נוצן מאניפולאציעס איז עס אן ערנטסע פראגע צייכן אויף אונז אלע.

עס איז אויך דא א גאר פראקטישע פראבלעם: די העפטיגע קאנקורענץ ווער עס קען אויפקומען מיט א מער מאדנע גימיק און ווער עס גייט אויסגיסן מער געלט צו אנדרייען משונה'דיגע מצבים, האט ארויפגעטריבן די פאנדרעיזינג וועלט צו משונה'דיגע הויכקייטן. און דאס איז געווארן די סטאנדארט וואס איז נועל דלת בפני עסקנים ובעלי חסד.

מיר דארפן דאס ערנסט באטראכטן: מעגן מיר ארויפטרייבן די סטאנדארטן און מאכן פאנדרעיזינג א לוקסוס וואס נאר רייכע מוסדות קענען מצליח זיין דערין? מעג מען לאזן די וועלט פון צדקה וחסד צו נאך א פראנט פון די כל דאלים גבר ארענע?

**
דו טשעפעסט מיט ארגאניזאציעס? חלילה וחלילה! אלס א מייסד און מיטהעלפער פון עטליכע ארגאניזאציעס וואס זענען אליין אקטיוו אין שאפן געלט, ווייסט איך גוט די חשיבות פון דעם געדאנק אז אידן נעמען זיך צוזאמען און ארגאניזירן זיך פאר א צוועק און שאפן דערפאר געלט. און איך פארשטיי אז פאנדרעיזינג איז א שליסל און מען דארף זיין פראקטיש, און כדי אז אידן זאלן טון זייער בעסטע פאר צדקה דארף מען קענען געהעריג באצאלן פאר ארבעטער, און די קאנקורענץ איז זייער גרויס און יעדער פרובירט צו איבערשרייען דעם צווייטן.

איך קען דערפאר נישט מוסר'ן אדער קריטיקירן, איך קען בלויז זיך ווינטשן. מיין ווינטש איז אז מיט'ן טוישן די מארקעטינג פון טריקס און גימיקס, צוריק צו פשוט'ע אינפארמאציע, ווי יעדע צדקה זאל דערציילן פארוואס אידן זאלן געבן צדקה צו זייער גאר וויכטיגע צוועק, וואס איז וויכטיג על פי הלכה אדער פון רחמנות אויס, זאל קיין שום ארגאניזאציע נישט האבן שאדן, נאר פארקערט, צוזאמען, דורך צוריקלייגן די פראפארציעס אין פלאץ און צוריקקומען צו לאגיק און צו תורה'דיגע כללים, וועט האפנטליך דאס אליין אויסרייניגן די מצות צדקה פון דעם מאנטל פון טיפשות און פאפולערקייט, און ברענגען אז אידן זאלן געבן מעשר כדת וכדין מיט שכל און ערנסטקייט און יעדער וועט פארדינען.

לאמיר צוריקברענגען צדקה צו דעם תחום פון אידישקייט, תורה, מצוות, און רחמנות און איר אוועקשלעפן פון די מבול פון קאלירן, ווידיא פרעזענטאציעס און קארניוואלן. צדקה זאל אונז צוריק דערמאנען פון חמלה, רחמים און זאל אפעלירן צו אונזער אהבת התורה והמצות, און זאל נישט זיין א ביליגע מאניפולאציע פון אן אקטיאר וואס פּראדוצירט א ווידעא וואס דראמאטיזירט דעם מוסד אויף אן ארטיסטישן שטייגער.

צדקה איז נישט קיין אינדוסטריע, קיין קולטורעלע זאך, קיין העפטיגע פארמעסט. עס איז א הייליגע מצוה – און מצוות האבן כללים!
זונטאג דעצעמבער 25, 2016 12:18 am#357921
די ערשטע 5 שורות פונעם ארטיקל שטימט נישט מיטן עד אויפן זעלבן דף..
rps20161224_231600.jpg