דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 11:19 am#357494
איז חרדיזם און דער "סיסטעם" היינו הך?
כ'האב אנגעהויבן שרייבן ווי א תגובה צו @moshav zekeinim דא, אבער ס'האט זיך פארלענגערט צו אן ענין וואס איז נישט נכלל אין דעם קעפל פון יענעם אשכול, וועל איך עס קובע זיין ברכה לעצמה.
דו טוטסט קיינעם נישט קיין טובה מיט'ן מישן חרדיזם מיט דעם סיסטעם, און דו מאכסט נאר קאליע. עס איז אמת אז דער היינטיגער פארמאט פון חרדיזם איז געקניפט און געבונדן מיט דעם "גרויליכן תפיסה סיסטעם", אבער דאס האט נישט מיט חרדיזם ביסודו. חרדיזם איז אן עקסטרעמע און נאאיווע פארמאט פון אמונה וואס ארבעט פאר א גרויס טייל פון דער מענטשהייט, און מענטשן דארפן האבן די מעגליכקייט צו קענען לעבן אויף דעם וועג.
דער פראבלעם איז נאר אז חרדיזם איז געוואקסן אין די לעצטע פופציג יאר, און האט זיך צוגעקלעפט צו א סיסטעם וואס איז פול מיט טעראר און רשעות, וואס מאכט חרוב דאס לעבן פון טויזנטער מענטשן. אנשטאט די וואס גלייבן אין חרדיזם זאלן דאס מאכן געשמאק אז עס זאל צוציען מענטשן פאר וועמען עס איז א טובה פאר זייער לעבן און אידישקייט, האבן זיי עס פארוואנדלט אין א תפיסה פון וואס מ'קען זיך נישט ארויסזען. נאך מער, דאס איז די אפיציעלע סטראטעגיע און אגענדע. יעדע אסיפת הרבנים דעבאטירט וויאזוי מ'קען ענג מאכן מענטשן וואס ווילן זיין א טראפ אנדערש פון חרדיזם/סיסטעם, וויאזוי מ'קען אונטערהאקן די פיס פון יעדן וואס וויל זיין אביסל אפן צו דער וועלט.
ווען איז געווען די לעצטע אסיפת הרבנים וועגן וויאזוי מ'קען מאכן חרדיזם געשמאק, רוחניות'דיג, צוגענגליך וכו'? ווען האט מען דאס לעצטע מאל גערעדט וועגן פארזיכערן אז קינדער אין די מוסדות זאלן ארויסקומען געזונט ברוחניות ובגשמיות, מיט ריינע הערצער און קלארע מוחות? דוק ותשכח אז יעדע וויכטיגע אסיפה איז נאר וויאזוי נאך צו באגרעניצן, וויאזוי ווידער "אפצוהיטן" פון דרויסנדיגע מחשבות, וויאזוי צו מאכן נאך תקנות און נאך באגרעניצונגען אויף יעדן וואס וואגט זיך צו זיין אן אינדיווידועל.
אינערהאלב דעם חורבן, איז זייער גרינג צו פאלן פאר דעם טעות צוזאמענצומישן חרדיזם מיט'ן סיסטעם. עס איז אמת אז פאר די פירער איז אלעס איינס: ביי זיי איז נישט דא קיין "חרדיזם" און קיין "סיסטעם" -- אין זייערע קראנקע מוחות איז נאר דא "וויאזוי די תורה הק' הייסט זיך פירן," און דאס איז כולל יעדע חרדישע חומרא און יעדע סיסטעם-חולאת. אבער קלוגע מענטשן ווי מושב, דארפן יא נוצן א שפראך וואס ווייזט פארשטאנד אין די באזונדערע חלקים וואס פלאגן אונז, און מבדיל זיין צווישן דעם מהלך פון לעבן וואס ווערט גערופן חרדיזם (א מהלך וואס ארבעט פאר טייל מענטשן), און דער רשעות'דיגער סיסטעם וואס האט זיך צוגעקלעפט דערצו (א סיסטעם וואס איז צפון-קארעא בזעיר אנפין). מיר טארן נישט חוזק מאכן פון אידן וואס ווילן לעבן א חרדיש לעבן -- עס איז זייער אויסוואל, און זיי האבן רעכט אזוי צו לעבן. אבער מיר מוזן פירן א מלחמת חרמה קעגן די רשעי ישראל, רבי'ס און מנהיגים, וואס זענען אקטיוו אין אונטערדרוקן יעדן מענטש וואס האט געהאט דעם גליק אדער אומגליק געבוירן צו ווערן ביי חרדישע עלטערן.
ווען מיר זעען אזא אדמו"ר ווי הר' מרדכי דוד אונגאר מבאבוב-45 פארפירן קעגן מיידלעך וואס גייען מאכן א כשר'ן ספעשל עד דעגרי, דארף אונז דאס בלוט ארויף אין קאפ. דא האנדלט זיך פון א מענטש וואס האט צוגעקלעפט מאדנע ציפערן צו דעם פירמע-נאמען פון זיינע הונדערטער חסידים בלויז אויף צו שטויסן זיין פעטער. דאס איז א מענטש וואס אלע זיינע קינדער זענען באזארגט מיט פרנסה בהרחבה -- אן דארפן ארבעטן א טאג אין זייער לעבן -- און האבן נישט קיין פראבלעם צו טרעפן הערליכע דירות לויט ווי זייערע אנגעפאשעטע הערצער באגערן. דאס איז אין דער צייט וואס זיינע חסידים מוטשען זיך מיט אלע אלגעמיינע פראבלעמען, עניות, מוסדות, וכו'. אבער ער האט די חוצפה און רשעות צו זאגן אז מ'זאל נישט מאכן קיין דעגרי, ווייל מ'דארף זיך פארלאזן אויפ'ן רבונו של עולם אז ער וועט שוין צושטעלן פרנסה.
איך כאפ אן דעם באבוב-פאָרטי-פייווער רבי נישט ווייל ער איז ערגער פון א צווייטן -- ער איז נאר א שרייפל אין דעם גרויסן קארופטירטן סיסטעם קעגן וועלכן מיט דארפן זיך שלאגן ציין-און-נעגל. כ'האב נאר פונקט געזען זיין דרשה קעגן כשר'ע דעגריס. ווען מיר זעען עפעס וועגן באבוב-45ער רבי טארן מיר נישט גלייך שפרינגען אים צו פארגלייכן צו האדמו"ר הר' בן ציון מבאבוב. זייערע קליינקעפיגע שטרייטן זענען נישט אונזערע געשעפטן. אלו ואלו נשרפין בבית הדשן. דאס זעלבע מיט די צדיקים לבית סאטמאר, וכדומה.
די אלע רבי'ס זענען דא צו שטיצן דעם "סיסטעם" ווייל עס איז נישט דא קיינער וואס בענעפיטירט דערפון מער ווי זיי. דאס איז זייער כבוד, זייער פרנסה, די גאראנטי פון סטאביליטעט פאר זייערע קינדער און אייניקלעך, און מיר אלע קענען גיין איבער'ן דראנג.
אדרבה, זאל איינער אנצייגן ווען א רבי האט לעצט אויפגעגעבן עפעס פון זיין אדער זיינע קינדער'ס כבוד אדער פרנסה, פאר דער טובה פון זיינע חסידים.
דאס איז אונזער מערכה, און דאס איז אונזער געשריי. מיר דארפן פרובירן אויפצושאקלען דעם ציבור איינצוזען ווי זיי ווערן געפירט ווי שאף צו דער שחיטה דורך מענטשן וואס זענען דא נאר צו בענעפיטירן אויף זייער חשבון. מענטשן דארפן זיך כאפן אז די דעה פון רבי'ס וואס האבן נאך גארנישט אויפגעגעבן פון זייער געלט אדער כבוד איז ווערד כחספא בעלמא. זיי מיינען זיך און נאכאמאל זיך. יעדע באשלוס וואס זיי מאכן איז נאר אין זייערע אינטערעסן, און די צרכים פון פשוט'ע מענטשן קומען זיי ניטאמאל אויפ'ן געדאנק.
פאר אט די רבי'ס און מנהיגים גייט נישט אן קיין חרדישקייט, ווייל חרדיזם איז נישט דאס וואס גיט זיי כבוד און שררה, נאר דער סיסטעם. און כאטש זיי אליין נעמען אמת, תורה, חרדיזם און סיסטעם און מאכן דערפון א גרויסן קוגל צו פאשען זייער גשם, דארפן מיר זיין קליגער פון דעם, און צילן דייקא אויף די אמת'ע פראבלעמען.
moshav zekeinim האט געשריבן:וואס דען איז חרדיזם אויב נישט דער סיסטעם. סתם זיין א איד א מדקדק האט גארנישט מיט חרדיזם.
ביי מיר איז דא סיסטעם אדער נישט סיסטעם, אלעס אינצווישן מאכט נישט אויס. איינער וואס באלאנגט אינם סיסטעם איז ביי מיר אויף דער שווארצער ליסט, צו איז ער א מדקדק במצוות צו איז ער מחלל שבת בצנעה, און איינער וואס איז ארויס פונם סיסטעם איז ביי מיר אויף די ווייסע ליסטע, צו איז ער פריי צו דאוונט ער סידור רש"ש.
אז פוטסטעפטס איז אנטי סיסטעם זענען זיי מיט מיר (כאטש איך האלט אז זיי פארשטייען צו אטד ווי א טערק צו שהחיינו), און די חרדישע חזרים וואס האבן מיר צוגערעדט צו זינדיגן מיט זונות אבי נישט ארויס צוגיין פונם סיסטעם זענען ביי מיר אן עקל און א גרויל.
פארוואס בין איך אזוי להשמיד אויף חרדיזם - סיסטעם? ווייל דאס איז ווי א גרויליכער תפיסה פאר אזויפיל מענטשן, ואין מנוס.