Under maintenance
הויפט זייט » אי לאו האי יומא - כ"א כסלו

אי לאו האי יומא - כ"א כסלו

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11171
פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 2:07 am#357848
אי לאו האי יומא - כ"א כסלו
די וואס דרייען זיך מיט יוצאי מוסדות סאטמאר, איז אודאי שוין אמאל אויסגעקומען צו הערן ווי זיי ווייסן צו דערציילן אז זייער רבי (מהר"י ט"ב ז"ל) איז דער וועם ס'איז צו פארדאנקען דאס גאנצע אידישקייט בזמן בזה. אפילו ס'זענען געווען אנדערע וואס האבן אויך געטון, איז זייער הצלחה אבער געווען נאר ווייל אין וויליאמסבורג איז געווען דער סאטמאר רב.

לאמיר קלארשטעלן: איך בין א שטארקע פארעהרער פון סאטמאר רב און ס'איז נישט קיין ספק אז ער איז געווען איינע פון די וואס האבן געשפיעלט א מעיזשאר ראלע אין די ווידעראויפבוי פון די יהדות החרדית נאכ'ן חורבן אייראפע. פון די אנדערע זייט אבער קרענקט מיר ווען מ'מיינט אז מ'גייט אים מאכן גרעסער דורך פיטערן די מאסן מיט שקרים וכזבים און נישט דערציילן דעם אמת איבער אנדערע גדולי ישראל. א סאטמערע יונגל קען זיין קאנווינסט אז דער צעהלימער רב האט שוין געהאט אן אפוינטמענט ביים בארבער זיך אפצוגאלן דעם בארד, נאר צו מזל איז סאטמאר רב פונקט דאן אנגעקומען אויף אמעריקא און משפיע געווען אז ער זאל דאס נישט טון.

ווען מ'פרעדיגט די שטותים פאר די יונגווארג ברענגט עס טאקע די געווינטשענע רעזולטאטן אין די קינדער און בחורים זענען זייער פראוד צו זיין פון די לגיון של רשכבה"ג. די פראבלעם געשעהט אבער ווען מ'גייט ארויס פון די וויליאמסבורגע/קרית יואל'ע גבולות און מ'ווערט געוואר אז ס'איז דא א גאנצע וועלט חוץ סאטמאר, און זיי האבן אויך געהאט גדולים וואס האבן אויפגעטון אפילו מער ווי סאטמאר רב.

א סאטמאר גרעדזשועט האט אמאל גערעדט מיט מיר וועגן די גדלות פון זיין רבי און אלץ וואס ער האט אויפגעטון. האב איך אים געפרעגט טאמער ער האט שוין געהערט פון תורה ומסורה? ער האט נישט געהאט די מינדעסטע השגה פון וואס איך רעד. האב איך אים דערציילט אז ר' אהרן קאטלער האט זיך געזארגט פאר אידישע קינדער פון איבער גאנץ אמעריקא זאלן וויסן וועגן אידישקייט, תורה ומצוות. און אפילו אזעלכע וואס גייען אין פאבליק סקול זאלן זיי גיין צו אידישע שיעורים זאל דאס זיין אן עפטער סקול פראגרעם אדער זונטאג'דיגע קלאסן.

נאכדעם האב איך אים געפרעגט, וואס האט סאטמאר רב געטון וועגן אסימילעשאן? האב איך אים מגלה געווען אז די רבנים פון OU זענען כסדר פארנומען דערמיט און זיי פארשפרייטן אויפקלערונגס מאטעריאל איבער גאנץ אמעריקא וועגן די חומר הדבר. כהנה וכהנה זענען דא אסאך זאכן וואס מ'פראבירט צו פארהוילן אז די קינדער זאלן נישט וויסן וואס אנדערע גדולי ישראל האבן אויפגעטון.

ס'איז ביי מיר קלאר אז דער סאטמאר רב האט געהאט א השפעה אויף די פרומע חסידישע עולם. ער האט נישט גערועט און געשטארקט זיין עולם נישט צו קאמפראמייזן און זיך נישט צו שעמען צו טון וואס איז ריכטיג. דאס איז שפעטער אריבערגערינען צו אנדערע קרייזן אויכעט. מ'דארף אבער אכטונג געבן נישט צו זיין אין כלל פון כל המוסיף גורע, נישט מגזם זיין ווייל ווען מ'ווערט עלטער און מער אויפגעקלערט ווערט מען געוואר אז מ'האט נישט דערציילט דעם אמת און נאכדעם איז מען בועט אין אלעם.
פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 2:34 am#357850
אז דו דערמאנסט דעם צעלים רב זצ''ל ברויך מען דאך נישט זיין צעלימעריליכער פונעם צעלימער רב אליין, ער האט דאך געזאגט אז ער האט צוגעשטעלט פרום כשר מאכלים דא אין אמעריקע און אז סאטמאר רב האט צוגעשטעלט די וואס זאלן עס עסן.
פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 2:58 am#357851
אשר על כן?

(בקיצור ביזט פון די וואס פארשטייען יא...)
פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 8:54 am#357866
ליפא האט געשריבן:אז דו דערמאנסט דעם צעלים רב זצ''ל ברויך מען דאך נישט זיין צעלימעריליכער פונעם צעלימער רב אליין, ער האט דאך געזאגט אז ער האט צוגעשטעלט פרום כשר מאכלים דא אין אמעריקע און אז סאטמאר רב האט צוגעשטעלט די וואס זאלן עס עסן.

מקור? עפעס א סאטמערע ביכעל?
פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 9:59 am#357870
ליפא האט געשריבן:אז דו דערמאנסט דעם צעלים רב זצ''ל ברויך מען דאך נישט זיין צעלימעריליכער פונעם צעלימער רב אליין, ער האט דאך געזאגט אז ער האט צוגעשטעלט פרום כשר מאכלים דא אין אמעריקע און אז סאטמאר רב האט צוגעשטעלט די וואס זאלן עס עסן.


אטטע דאס מיין איך. מ'דערציילט מעשיות וואס זענען אדער אמת, אדער מוגזם אדער שקר און דער עולם קייט עס נאך מיט אזא תמימות. אפילו טאמער צעהלימע רב זאל דאס האבן געזאגט מוז נישט זיין אז ער האט עס געמיינט ליטערעלי און אז סאטמאר רב איז געווען די איינציגסטע וואס האט פארלאנגט פון זיין עולם צו עסן חלב ישראל. האסטי געוויסט אז אין חב"ד איז מען פונקט אזוי מקפיד אויף חלב ישראל ווי אין סאטמאר?
פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 12:33 pm#357881
מי יגלה עפר מעיניך, מיין זיידע ע"ה פלעגט דאס אזוי קרענקען, ביאינג אז ער האט גוואוינט און וויליאמסבורג אבער איז נישט געווען קיין סאטמערער. אז מען האט דערלעבט דעם טאג אז מען קען שוין רעדן פון דעם און פאבליק.

אבער דאס איז אמאל זיכער אז ער האט souped up וואס אנדערע האבן געטוהן.

פאר סאטמערער רב איז יודישקייט און אמעריקע געווען א זייטיגע זאך. א וודאי מען האט געקענט קויפן כשרע מילך אבער עס איז נישט געווען אן אינדעסטרי. מען האט געלעבט מיט די גוים און אין די זייט איז מען געווען א איד. למשל, עס זענען שוין געווען עדווערטייזמענטס אלעמאל, אבער Torah Times האט געמאכט פון דעם א אינדעסטרי for itself.יעצט איז שוין דא די לינק מיט שאפערס ראוט וכדו'. אדער ווי שאפרייט האט א יודישע סעקשן אבער עס איז נישט קיין יודישע סטאר.
פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 1:34 pm#357899
אין אסאך קרייזען הערט מען די זעלבע בלשות.

א סאטמארער אין לעיקוואד האט דער ערשטע מאל דורכגעלעבט א חגא אין ב.מ.ג.. אפשר איז דאס געווען א לויה צו א יארצייט צו וואס, און ער הערט א בארד מיט א ראש ישיבה באהאפטן פלוידערען ווי אמעריקא איז געווען א מדבר שממה ביז דער ראש ישיבה זצ"ל האט עפעס אריינגעבאכעט.
מיט וואונדער זאגט ער מיר "הייסט'עס איבעראל טרייבט מען דער זעלבע נאנסענס?!"