Under maintenance
הויפט זייט » נייע ארגענעזאציע "אומנות", טיילווייזע לעזונג צו פרנסה קריזיס

נייע ארגענעזאציע "אומנות", טיילווייזע לעזונג צו פרנסה קריזיס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11195
מאנטאג יאנואר 02, 2017 1:34 am#358533
נייע ארגענעזאציע "אומנות", טיילווייזע לעזונג צו פרנסה קריזיס
האב איך געזען היינט אין קול הציבור א מודעה אז ווער עס האט עפעס א סקיל אדער אומנות אין די האנט קען מאכן פרנסה פון געבן א קורס פאר א קלאס. ווען איך האב זיי געאימעיל פרעגן וואס דאס איז האב איך באקומען אן ענטפער וואס איך האלט אז סאיז כדאי צו מיטטיילן. עס איז א נייע ארגענעזאציע איינער טויב פון מאנסי פירט עס אהן, וואס שטעלט צו קורסעס אין אלע מיני פאכן וואס קען ברענגען פרנסה פאר היימישע יונגעלייט. זיי נעמען יונגעלייט (אדער עלטערע לייט, היינט הייסט מען יונגערמאן ביז די זיבעציג) וואס זענען אויסגעקאכט אין א געוויסע ענין און מען מאכט זיי פאר טיטשערס! דערווייל איז עס נאך אין די שטאפל פון צוזאמשטעלן טיטשערס.
איך ווייס נישט וויאזוי אנדערע קוקן עס אהן, אביר אין מיינע אויגן איז עס זייער א געוואלדיגע אויפטו. פארוואס זאג איך אזוי? ווייל נישט מער געדאכט ווען איך האב אנגעהויבן מיין קאריער האב איך ממש געשפיגן בלוט ביז איך בין אנגעקומען ערגעץ, און איך טראכט וויפיל עס וואלט בעסער געווען ווען איך האב ווען אזא מין זאך און איך דארף נישט ברעכן קאפ אדער כסדר שנארן אינפארמאציע פון אנדערע.
עכ"פ לאמיר האפן אז עס וועט מצליח זיין, הגם איך בין נאך אביסל סקעפטיש איבער דעם ווייל איינער וואס איז מצליח מיט א געוויסע פאך וועט עס לכאורה נישט וועלן אויסלערנען פאר אנדערע, אבער ער טענהט אז ער האט שוין א שיינע פאר פעהיגע יונגעלייט וואס האבן שוין געמאלדן גרייטקייט.
ימים ידברו
מאנטאג יאנואר 02, 2017 1:40 am#358536
וועט עס קאסטן געלט זיך צו באטייליגן ביי די קלאסן, אדער איז עס מער א לשם שמים ארגעניזאציע?
מאנטאג יאנואר 02, 2017 1:59 am#358541
Re: נייע ארגענעזאציע "אומנות", טיילווייזע לעזונג צו פרנסה קר
די איידיע איז גיט, אבער לאמיר א טראכט טון אזוי!
א אינגערמאן איז א געניטע סעילעס מאן פאר א לייף אינשורענס פירמע, אוו האט פרנסה און איז לאמיר זאגן שוין עטליכע און דרייסיג, זעי איך נישט ער זאל גרייט זיין איבער געבען פון זיין טאלאנט פאר אנדערע און זיך שיסן אין די פיס.
ווידערים א עלטערער מאן וואס איז שוין סעמי ריטייערט, זיין אינפא האט כמעט נישט קיין ווערט, ווייל ביזנעס איז שוין נישט אויף קיין ראלעדעקס, און דער עלטערער פארשטייט אפילו נישט געהעריג פארוואס מען דארף אימעיל, ער קאנעקט נישט מיט די היינטיגע בכלל, ער קען נישט אמאל שמיסען במילי דעלמה מיט די היינטיגע איגענט.
מאנטאג יאנואר 02, 2017 10:21 am#358554
גערעכט, איך האב עס אויך ערוועהנט נאר נישט אין אזא געשמאקע שפראך ווי נאר פליקער קען.
אבער איך מיין אז די טענה איז די מערסטע שייך ביי סעילסמאן וכדומה וואס רייסן זיך ביי די קעפ און נישט ביי אנדערע פאכן. בפרט אויב מען ארבעט נישט פאר זיך.
מאנטאג יאנואר 02, 2017 10:23 am#358555
בן ישי האט געשריבן:וועט עס קאסטן געלט זיך צו באטייליגן ביי די קלאסן, אדער איז עס מער א לשם שמים ארגעניזאציע?

לויט ווי איך האב פארשטאנען וועט עס קאסטן א ריזאנעיבל פרייז פשוט צו אויפהאלטן די זאך, צו באצאלן פאר די טיטשערס וכדומה (ער פלאנט צו באצאלן $150 פאר א לעססאן)
מאנטאג יאנואר 02, 2017 11:00 am#358558
דאס איז שוין לאנג "אווער דוי" בלע"ז. מי יתן אז מען זאל אויך דאס אפיליעיטען מיט א קאללעדש נוסח טורא וכדו', וועלן מיר קענען פראדוצירען אקאונטענטס, אדוואקאטען, דאקטורים און אנדערע פראפעסיאעלער, נישט נאר בלויע קאלנער ארבייטער.
מאנטאג יאנואר 02, 2017 3:24 pm#358580
אפשר וועלען מיר פראדוצירען מער לויערס, לויערקעס שופטים און שופטות סדוגמת השופטת מרת פרייער שתחיה
m https://youtu.be/F9FAj7W3HH0 m
מאנטאג יאנואר 02, 2017 6:53 pm#358616
Re: נייע ארגענעזאציע "אומנות", טיילווייזע לעזונג צו פרנסה קר
די ערשטע קשיא איז וויאזוי ווערט מען א טיטשער? איינער וואס האט זיך שטאדירט אין א נארמאלא קאלידש איז דאך חזיר פלייש. מיז מען נעמען איינער וואס איז סא קאללאד סעלף איופיונטיד געלאנגען אין זיין פילד... דאס איז א שטיקעל פראבלים.