Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » "ווער וועט אונז פירן?", שמואל היילמאן

"ווער וועט אונז פירן?", שמואל היילמאן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11201
דינסטאג יאנואר 03, 2017 6:34 pm#358707
"ווער וועט אונז פירן?", שמואל היילמאן
אין יוני ווערט ערווארטעט א פרישן בוך פון דעם באקאנטן מחבר שמואל היילמאן מיט'ן נאמען "ווער וועט אונז פירן? די געשיכטע פון פינף חסידישע דינאסטיעס אין אמעריקע."

לויט דער בוך-שילדערונג איז דער בוך וועגן פינף היינטצייטיגע חסידישע דינאסטיעס און וויאזוי זיי האבן באהאנדלט די דעליקאטע אישוס ארום ווער עס זאל פירן און ווער עס זאל ממלא מקום זיין. "צוויי משפחות מיט צו ווייניג ממלאי מקום, צוויי מיט צופיל ממלאי מקום, און איין וואס גלייבט אז זייער לעצטער רבי פירט זיי ווייטער אפילו נאך זיין טויט."

מ'הערט שוין לאנג אז היילמאן ארבעט אויף א בוך וועגן די סאטמארער שטרייטן נאך דער פטירה פון האדמו"ר ר' יואל, און שפעטער צווישן די קינדער פון האדמו"ר בעל ברך משה. מ'קען לכאורה אננעמען אז איינע פון די משפחות מיט "צופיל ממלאי מקום" איז סאטמאר. לויט דעם בילד אויפ'ן דעקל זעט אויס אז די מונקאטשער משפחה נעמט א פרק, און פון דער שילדערונג איז קלאר אז ליובאוויטש ווערט באשריבן.

היילמאן האט שוין ארויסגעגעבן פילע ביכער וועגן חרדים אין אמעריקע, און ער ווערט דורך דער פרעסע באטראכט ווי איינער פון די גרעסטע אויטאריטעטן אויף חרדים. פאקטיש איז ער א קנאפער פארשער און א פאצערישער שרייבער, און איך ערווארט נישט קיין גרויסע חידושים -- הגם די עבודה פון ארבעטן אויף א בוך האט זיכער געברענגט אינטערעסאנטע דאקומענטן און עפיזאדן.
דינסטאג יאנואר 03, 2017 6:36 pm#358708
אבטולמוס האט געשריבן:פאקטיש איז ער א קנאפער פארשער און א פאצערישער שרייבער, און איך ערווארט נישט קיין גרויסע חידושים -
דינסטאג יאנואר 03, 2017 7:27 pm#358714
Re: "ווער וועט אונז פירן?", שמואל היילמאן
זיין בוך the world of the yeshiva איז רעלאטיוו גאנץ פיין. די שמועסען מיט די ראש ישיבות וואס ער האט לעצטענס ארויסגעגעבען איז מיר געוועןמגאר אינטרעסאנט, ברענגענדיג ארויס יעדער ראש ישיבה און זיין אייגענארטיגקייט. דער ליובאוויטשער בוך איז עכט נעריש, לדעתי. גאר שוואכער אויפווייזונגען און שוואך געפארשט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג יאנואר 03, 2017 7:57 pm#358726
ער האט פיל מיט ביכער איבער ארטאדאקסישע אידן, כהאב קיינמאל נישט געליינט זיינע ביכער, געהערט אבער אסאך פון אים, לויט ווי עס קוקט אויס פון זיינע קליפס האט ער גאנץ גיט ארויס די חדרים, איז אדרבה ווער סהאט געליינט זיינע ביכער זאל לאזן הערן די קריטיק און צו סאיז אינטערסאנט, כקען באשטיין צו הערן. דאכצעך אויף די דאקיומענטרי פון חסידים live Apart אינטערוויט מען אים.
ATUB @אבטולמוס ATUB וואס מאכט אים א פאצערישע שרייבער און א קנאפער פארשער?

אינטערסאנטע פאקט וועגן אים זיין טאטע און מאמע זענען ביידע פון פולין געראטעוועט געווארן פון די נאציס ימ״ש דורך די בארימטע אסקאר שינדלער.
דינסטאג יאנואר 03, 2017 8:00 pm#358727
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זיין בוך the world of the yeshiva איז רעלאטיוו גאנץ פיין. די שמועסען מיט די ראש ישיבות וואס ער האט לעצטענס ארויסגעגעבען איז מיר געוועןמגאר אינטרעסאנט, ברענגענדיג ארויס יעדער ראש ישיבה און זיין אייגענארטיגקייט. דער ליובאוויטשער בוך איז עכט נעריש, לדעתי. גאר שוואכער אויפווייזונגען און שוואך געפארשט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


און וואס זאגט ער אויף חבד און זייער רבין? וואס איז שוואך געפארשט?
דינסטאג יאנואר 03, 2017 8:04 pm#358730
אבער דאס וואס ער האט דורכגעארבעט איז גאנץ גוט באשריבן איך מיין גאר גוט
איך האב נאר געליינט די גוטע סחורה פון איהם
דינסטאג יאנואר 03, 2017 8:05 pm#358731
Re: "ווער וועט אונז פירן?", שמואל היילמאן
מיר האט יא אויסגעקוקט אז דער בוך אויף חבד איז קראנט און בכלל ווייס איך נישט פארוואס די לובאביצער זענען ברוגז אויפן בוך ביי מיר איז זיין ווערט גאר ארויף דוירך ליינען דעם בוך
דינסטאג יאנואר 03, 2017 8:07 pm#358732
מיש-נייעס האט געשריבן:אבער דאס וואס ער האט דורכגעארבעט איז גאנץ גוט באשריבן איך מיין גאר גוט
איך האב נאר געליינט די גוטע סחורה פון איהם


ווועלכע בוך פון אים וואלסטו רעקאמאנדירט? ווועלכע איז די ׳גיטע סחורה׳ ווי דו רופסט עס?.
דינסטאג יאנואר 03, 2017 8:29 pm#358734
Re: "ווער וועט אונז פירן?", שמואל היילמאן
mevakesh האט געשריבן:מיר האט יא אויסגעקוקט אז דער בוך אויף חבד איז קראנט און בכלל ווייס איך נישט פארוואס די לובאביצער זענען ברוגז אויפן בוך ביי מיר איז זיין ווערט גאר ארויף דוירך ליינען דעם בוך

ער דמיונ׳ט אפיציעל דארט.
אן קיין עכטע באווייזונגען טענה׳ט ער וואס דער רבי האט געטראכט ביי זיין דורכפאל פון נישט ברענגען משיח. ער שפארט זאכען אויף דער רבי מיט שוואכער ראיות. ער האט סתם אזוי שוואך ארויס חסידות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג יאנואר 03, 2017 9:16 pm#358736
Re: "ווער וועט אונז פירן?", שמואל היילמאן
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
mevakesh האט געשריבן:מיר האט יא אויסגעקוקט אז דער בוך אויף חבד איז קראנט און בכלל ווייס איך נישט פארוואס די לובאביצער זענען ברוגז אויפן בוך ביי מיר איז זיין ווערט גאר ארויף דוירך ליינען דעם בוך

ער דמיונ׳ט אפיציעל דארט.
אן קיין עכטע באווייזונגען טענה׳ט ער וואס דער רבי האט געטראכט ביי זיין דורכפאל פון נישט ברענגען משיח. ער שפארט זאכען אויף דער רבי מיט שוואכער ראיות. ער האט סתם אזוי שוואך ארויס חסידות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דער אמת איז איך האב נאר געלייענט די ערשטע האלב ביז ער איז געווארען רבי

ווער פארשטייט נישט צו חסידות?...
דינסטאג יאנואר 03, 2017 9:44 pm#358743
mevakesh האט געשריבן:מיר האט יא אויסגעקוקט אז דער בוך אויף חבד איז קראנט און בכלל ווייס איך נישט פארוואס די לובאביצער זענען ברוגז אויפן בוך ביי מיר איז זיין ווערט גאר ארויף דוירך ליינען דעם בוך


די געדאנק פון זיין ביך אויף ליובאוויטשע רבי און זיינע פוינטס זענען גוט, סיי אז ס'ליגט הוילע פאנטאזיעס און זייער סיסטעם און די ליובאוויטשער בלוזעריי פון די לעצטער יאר הונדערט, און סיי מיט זיין פערזענליכע לעבן און די קריג יארן, אבער דאך איז ער נישט קיין ריכטיגער פארשער מיט זייער קראנטע בעק-אפ פאר וואס ער שרייבט. חאטש וואס זיין פערספעקטיוו איז גאנץ לייטיש.
דינסטאג יאנואר 03, 2017 10:47 pm#358755
שבת אחים האט געשריבן:ער האט פיל מיט ביכער איבער ארטאדאקסישע אידן, כהאב קיינמאל נישט געליינט זיינע ביכער, געהערט אבער אסאך פון אים, לויט ווי עס קוקט אויס פון זיינע קליפס האט ער גאנץ גיט ארויס די חדרים, איז אדרבה ווער סהאט געליינט זיינע ביכער זאל לאזן הערן די קריטיק און צו סאיז אינטערסאנט, כקען באשטיין צו הערן. דאכצעך אויף די דאקיומענטרי פון חסידים live Apart אינטערוויט מען אים.
@אבטולמוס וואס מאכט אים א פאצערישע שרייבער און א קנאפער פארשער?

כ'געדענק נישט קיין ביישפילן אויפ'ן מאמענט, אבער כ'האב געלייענט כמעט אלע זיינע ביכער, און זיי אלע שטייען ארויס מיט היבשער עם-הארצות און אויבערפלעכליכקייט.

יא, ער ווערט אינטערוויוט כסדר וועגן חרדים. עס איז זעלטן דא א געשיכטע אין דעם ניו יארק טיימס וועגן חרדים, וואס ער זאל נישט זיין דער "עקספערט" וואס איז "מסביר" די מעשה.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 12:21 am#358772
ער איז טאקע א פראפעסאר אין קווינס קאליעדזש אבער אינטערסאנט אז פונקט ער איז די בעל מסביר און פארבינדונגס-מאן פאר די ניו יארק טיימס און די מידיא וועגן חסידים, לכאורה וואלט עפעס א געוועזענע חסיד ווי שלום דין, ארי מאנדל, פריידי וויזל, וכו׳ געמאכט א בעסערע דזשאב אלץ א געוועזנע פון די קאמיונטי, מ׳דארף זיי אנטראגן די זשאב.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 3:10 am#358796
שבת אחים: מיט אט די אפשאצונג איבער שמואל היילמאן, לעומת די אנדערע וועלכע דו האסט אויסגערעכנט, ביניך מסכים 100%. ווייל ער, שמואל היילמאן איז שוין צו ווייט פארקראכן (דאס איז דאך א מעלה ביי דיר.) פון אידישקייט, אז ער האט נישט קיין אינסייד פערספעקטיוו ווען ער באשרייבט די פארשידענע חסיד'ישע גרופס. און חסידות בכלל. דער בעסטער מבין אויף א רעפארט איבער די היימישע גרופס און זיייער אינסייד פאליטיק וואלט נאך געווען שלום דיען...!

דער פאקט אז די ..."פרעסטיזשפולע"... ניו יורק טיימס נוצט איהם אלס זייער רעליגיע און חסידות עקספערט, איז טאקע רעפלעקטירט אין זייערע רעפארטס איבער חסידים. וועלכע האבן נישט קיין הענט און קיין פיס. נאר שפייען ארויס פול מיט האס און פאראורטייל...!
מיטוואך יאנואר 04, 2017 3:22 am#358799
ATUB @אבטולמוס ATUB : פאקטיש איז ער א קנאפער פארשער און א פאצערישער שרייבער

I agree with the former, not so much with the latter. His writing style can be very entertaining and accessible, especially for an academic book. As far as his poor research, it's a real shame. When he started out (Think *Defenders of the Faith*), he was still an idealistic anthropologist who seemed committed to intellectual honesty and objective truth. As the years passed, he seemed to become more and more anti-charedi, which wouldn't have been a problem, except that he allowed those biases to show. Or maybe his success just made him smug and lazy. Who knows
מיטוואך יאנואר 04, 2017 3:26 am#358800
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: מיט אט די אפשאצונג איבער שמואל היילמאן, לעומת די אנדערע וועלכע דו האסט אויסגערעכנט, ביניך מסכים 100%. ווייל ער, שמואל היילמאן איז שוין צו ווייט פארקראכן (דאס איז דאך א מעלה ביי דיר.) פון אידישקייט, אז ער האט נישט קיין אינסייד פערספעקטיוו ווען ער באשרייבט די פארשידענע חסיד'ישע גרופס. און חסידות בכלל. דער בעסטער מבין אויף א רעפארט איבער די היימישע גרופס און זיייער אינסייד פאליטיק וואלט נאך געווען שלום דיען...!

דער פאקט אז די ..."פרעסטיזשפולע"... ניו יורק טיימס נוצט איהם אלס זייער רעליגיע און חסידות עקספערט, איז טאקע רעפלעקטירט אין זייערע רעפארטס איבער חסידים. וועלכע האבן נישט קיין הענט און קיין פיס. נאר שפייען ארויס פול מיט האס און פאראורטייל...!


מסכים מיט די ערשטע חלק פון דיין תגובה, די צווייטע חלק אז די ניו יארק טיימס איז פול מיט האס קעגן חסידים איז נאך א אפענע דיבאטע ווייל איך האב נאך דערווייל נישט געזעהן קיין אפענע האס און בייעסי קעגן חסידים אין די ניו יארק טיימס, אדרבה לינק א שטיקל ווי דו האלטס אז זיי זענען פול מיט האס, כ׳קען באשטיין צוזעהן פון וואס איר רעדט.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 9:00 am#358806
Re: "ווער וועט אונז פירן?", שמואל היילמאן
אבטולמוס האט געשריבן:לויט דעם בילד אויפ'ן דעקל זעט אויס אז די מונקאטשער משפחה נעמט א פרק,.

דאס איז מסתמא בנוגע די פרשה מיט ר׳ ברוכ׳ל ז״ל, עס וואלט געוועהן גאר אינטערעסאנט (עכ״פ פאר מיר) צו וויסן וואס ער גייט שרייבן אויף דעם נושא
מיטוואך יאנואר 04, 2017 10:40 am#358811
פידלער האט געשריבן:I agree with the former, not so much with the latter. His writing style can be very entertaining and accessible, especially for an academic book. As far as his poor research, it's a real shame. When he started out (Think *Defenders of the Faith*), he was still an idealistic anthropologist who seemed committed to intellectual honesty and objective truth. As the years passed, he seemed to become more and more anti-charedi, which wouldn't have been a problem, except that he allowed those biases to show. Or maybe his success just made him smug and lazy. Who knows

קען זיין אז דו ביסט גערעכט בנוגע זיין שרייבן -- דאס לעצטע מאל וואס כ'האב געלייענט זיינס א בוך איז געווען א שיינע פאר יאר צוריק. כ'וואלט מסתמא געזאלט שרייבן אז ער איז א פאצערישער לייענער, ער פארשטייט נישט די ניואנסן פון שפראך ווען ער לייענט וואס חסידים שרייבן.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 2:27 pm#358852
שבת אחים: לינקן קען איך נישט. אבער איך קען דיר זאגן אויסנווייניג. דו ביסט דאך א סאציאליסט. און דו ביסט פאר סאציאלע אייניגקייט און גערעכטיגקייט.

ווען דער נ.י. טיימס למשל שרייבט עפעס א באריכט איבער לאמיר זאגן, א בודהיסטישע גרופ וועלכע פראקטיצירט איהר פארם פון רעליגיע, ערגעץ וואו אין די טיפע בערג פון מאנטאנא. און זיי האבן עטליכע מאדנע-אויסזעהענדע מנהגים. וועט דער שרייבער פונ'ם באריכט אריינגיין אין א גאנצע און ברייטע דיסערטאציע איבער דעם בעקגראונד און היסטאריע פון אט די מנהגים און פירעכצער. כדי לסבר את האוזן פון די ליינערס און צוהערערס.

משא"כ. ווען ער ברענגט עפעס א באריכט איבער חסידים. וועט ער קיינמאל נישט פארגעסן צו צולייגן, אזוי בדרך אגב. אז זיי זענען מאדנע מענטשן, וועלכע גייען געקליידעט מיט ארכאאישע, אנאכראניסטישע סטיילס פון די מזרח אייראפע'אישע פריצים פון 200 יאר צוריק. און זיי האבן אומפארשטענדליכע, אנטי-עטישע סאציאלע אויפפיהרונגען. און זיי טוען עדיוקירן די קינדער מיט די וויסנשאפט פונ'ם מיטלאלטער...נאר אז ס'קומט פון די טוירעה פון פראפעסאר היילמאן איז בכלל נישט קיין וואונדער.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 2:54 pm#358864
ער איז נישט אזא שוואכער פארשער ווי א שוואכער interpreter. פאר די פארש ארבייט און אינפארמאציע זאמלונג קומט זיך אים א דאנק. אבער פיל מאל פארשטייט ער נישט די תוך תוכיות פון דאס לעבן וואס ער באשרייבט און ברענגט צומאל ארויף א געלעכטער. ס'איז א כלליות'דיגע פראבלעם מיט אנטראפאלאגיע ווען דער פארשער איז א דרויסענדיגער.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 2:56 pm#358866
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: לינקן קען איך נישט. אבער איך קען דיר זאגן אויסנווייניג. דו ביסט דאך א סאציאליסט. און דו ביסט פאר סאציאלע אייניגקייט און גערעכטיגקייט.

ווען דער נ.י. טיימס למשל שרייבט עפעס א באריכט איבער לאמיר זאגן, א בודהיסטישע גרופ וועלכע פראקטיצירט איהר פארם פון רעליגיע, ערגעץ וואו אין די טיפע בערג פון מאנטאנא. און זיי האבן עטליכע מאדנע-אויסזעהענדע מנהגים. וועט דער שרייבער פונ'ם באריכט אריינגיין אין א גאנצע און ברייטע דיסערטאציע איבער דעם בעקגראונד און היסטאריע פון אט די מנהגים און פירעכצער. כדי לסבר את האוזן פון די ליינערס און צוהערערס.

משא"כ. ווען ער ברענגט עפעס א באריכט איבער חסידים. וועט ער קיינמאל נישט פארגעסן צו צולייגן, אזוי בדרך אגב. אז זיי זענען מאדנע מענטשן, וועלכע גייען געקליידעט מיט ארכאאישע, אנאכראניסטישע סטיילס פון די מזרח אייראפע'אישע פריצים פון 200 יאר צוריק. און זיי האבן אומפארשטענדליכע, אנטי-עטישע סאציאלע אויפפיהרונגען. און זיי טוען עדיוקירן די קינדער מיט די וויסנשאפט פונ'ם מיטלאלטער...נאר אז ס'קומט פון די טוירעה פון פראפעסאר היילמאן איז בכלל נישט קיין וואונדער.


א באריכט גייט קיינמאל נישט אריין אין אריכות מער וויפיל ס'איז נוגע פאר די נייעס, און די ניו יארק טיימס ריפט נישט קיין שום גרופע "מאדנע", חוץ אפשר אז זיי באריכטן וואס אנדערע קענען קלערן.
דאנערשטאג מאי 04, 2017 5:22 pm#369916
דער ערשטער עמוד פון דעם פרק אויף סאטמאר.
דאנערשטאג מאי 04, 2017 5:29 pm#369918
ווי ערווארטעט דארף מען נישט לאנג זוכן צו טרעפן טעותים ביי היילמאן. אלס א ביישפיל פון א פסק הלכה וואס איז אייגנארטיג פאר האדמו"ר מבאבוב-45 ברענגט ער אן איסור אויף דעם עירוב. ווער עס איז בתוך הענינים ווייסט אז הגם באבוב-45 איז טאקע אפיציעל קעגן דעם עירוב, זענען זיי גאנץ לייכט דערקעגן, בשעת דער אנדערער באבוב איז שארף קעגן דעם עירוב.
דאנערשטאג מאי 04, 2017 6:16 pm#369925
ס'איז נישט קלאר פון די אויסשניט אז ער ברענגט דייקא אייגענארטיגע פסקים. ער אילוסטרירט אז ביידע זענען אקטיוו און זיך מטפל מיט פסקי הלכה פאר זייער נאכפאלגער.
דאנערשטאג מאי 04, 2017 6:30 pm#369927
ער זאגט עס נישט קלאר, אבער א פארשער וואס פארשטייט א חסידות מיט אלע ניואנסן וואלט אין דעם פאראגראף אויסגעקליבן דווקא פסקים וואס זענען אייגנארטיג פאר די צוויי חצרות. וואס דארף דער לייענער טראכטן, אז דער פארשער ברענגט דא צוויי פסקים אין וועלכע ער האט זיך פערצופאל אנגעשטויסן? אויב יא, האט היילמאן גאר שוואכע ערווארטונגען איבער זיין רעפוטאציע אלס א פארשער.
דאנערשטאג מאי 04, 2017 6:36 pm#369928
היילמאן שרייבט (זייט 291):

"פאר אן עדות'שאפט פון א חסיד וועגן זיין אטראקציע צו באבוב, זעט ATUB @הדד בן בדד ATUB 'ס פאוסט "נישט קיין ברי און נישט קיין שמא - מיין אייגענע מיינונג", אויף דעם פארום קאווע שטיבל, דעצעמבער 11, 2013."
דאנערשטאג מאי 04, 2017 8:05 pm#369935
ראובן האט געשריבן: יא, היילמאן האט גאר שוואכע ערווארטונגען איבער זיין רעפוטאציע אלס א פארשער.
דאנערשטאג מאי 04, 2017 9:57 pm#369961
ער איז זייער שלעכט אין מפענח זיין זאכען,

א גאר גרויסער פראבלעם זיינע איז, ער איז נישט מודה על האמת, מען קען איהם אנווייזען אז ער האט זעך טועה געווען אבער ער וועט זעך אייביג עקשענען אז ער איז יא גערעכט

דאס זעהט מען כמה וכמה פעמים אין זיין בוך אויף ליובאוויטש, און אויכעט אין דעם נייעם בוך

ער מאכט א מסקנה און נאכדעם מאכט ער פארש ארבעט צו בארעכטיגען זיין מסקנה, און נישט קיין חילוק וויאזוי ער קומט דערצו, אפילו עס איז פאלטש


און זייער אסאך מאל איז פאקטיש נישט גערעכט, לדוגמא די שטיקעל וואס מען האט אויבען געברענגט וועגען סאטמאר, שרייבט ער אז די מחלוקה האט אויסגעבראכען אין שטארקען ווען דער ברך משה איז נפטר געווארען, און ונהפוך הוא, ווען דער ברך משה איז נפטר געווארען איז שוין די עצם חלוקה ומחלוקה געווען כמעט דערנאך


אין די דוגמא פון באבוב, עירוב, ביידע צדדים האבין די זעלבע פסק לגבי טראגען שבת
ביידע צדדים פחות או יותר האבין די זעלבע תקנות לגבי סמארטפאונס וכדומה
פרייטאג מאי 05, 2017 4:32 pm#370076
אוהב ספרים: וויאזוי זאלל ער וויסן אפדעיטעד אינפארמאציע ווען ער איז א פרייער יונג און אויסגעטון פון אידישקייט. אין קיין ביהמ"ד גייט ער נישט. אין מקוה אוודאי נישט. נו פון ווי זאלל ער וויסן וואס טיצעך אין די היימישע געסלעך...?! איך האב נאר געזעהן וואו ער זאגט ארויס זיין אמעראצישע מיינונג איבער חסידים אין די קליפ ..."א וואוירלד אפארט"... דארט ווייזט ער ארויס זיין געשוואלענע אמעראצעס. און די געשמד'טע אידישע אנטיסעמיטן פון די נ.י. טיימס פארדינען נישט קיין בעסערן עקספערט איבער אידישקייט און חסידים ווי איהם....!
פרייטאג מאי 05, 2017 5:32 pm#370086
berlbalaguleh האט געשריבן:אוהב ספרים: וויאזוי זאלל ער וויסן אפדעיטעד אינפארמאציע ווען ער איז א פרייער יונג און אויסגעטון פון אידישקייט. אין קיין ביהמ,ד גייט ער נישט. אין מקוה אוודאי נישט. נו פון ווי זאלל ער וויסן וואס טיצעך אין די היימישע געסלעך...?! איך האב נאר געזעהן וואו ער זאגט ארויס זיין אמעראצישע מיינונג איבער חסידים אין די קליפ ..."א וואוירלד אפארט"... דארט ווייזט ער ארויס זיין געשוואלענע אמעראצעס. און די געשמד'טע אידישע אנטיסעמיטן פון די נ.י. טיימס פארדינען נישט קיין בעסערן עקספערט איבער אידישקייט און חסידים ווי איהם....!


גראדע איז ער א שומר תורה ומצוות

איך וויל נישט גארנישט. זאל ער נישט וויסען. ער איז דער וואס האלט זיך פאר א פארשער פון חסידים, so make your job and do the research
מוצ"ש מאי 06, 2017 10:07 pm#370095
Re: "ווער וועט אונז פירן?", שמואל היילמאן
ווען איינער וויל פארשען אזא נושא, זאל ער קודם קויפען דער איד און בלאט פון אנהייב און ליינען נייעס מיט עדיטאריעלס. פאר דעם קען ער וואוינען אין א כאטקע אין קענטאקי. דאס האט גארנישט מיט זיך ווייקען אין מקוה. אוודאי ווען ער ווייקט זיך אין מקוה, צו כאטש אין היידפארק, וואלט ער אסאך בעסער געקענט פארשטייען, אבער דאס נישט וויסען די חלקים פונ׳ם פייט וואס האבען זיך אפגעשפילט בחיי הברך משה איז סתם א נאכלעסיגקייט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 6:48 pm#392023
היילמאן טענה'ט אז אין בארא פארק (ווס. וומ"ס) זעט מען פרויען מיט הויזן.
מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 9:58 pm#392033
ונבנתה העיר: דאס ווייזט נאכאמאל אויף דעם אמעראצעס פון שמואל היילמאן. ווייל אויב ער וואלט זיך געדרייט אין בארא פארק וואלט ער געזעהן אז אפילו די פרייע איזראעלישע און אמעריקאנער פרויען וועלכע דרייען זיך אין בארא פארק גייען נישט מיט קיין סלעקס. נאר אפשר די איטאליענער און שווארצע אנגעשטעלטע פון די בענק...!