Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » ניי אינעם "וועקער"! קטלא קניא ברענגט "עצה פלייצע"

ניי אינעם "וועקער"! קטלא קניא ברענגט "עצה פלייצע"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11206
מיטוואך יאנואר 04, 2017 6:37 pm#358906
ניי אינעם "וועקער"! קטלא קניא ברענגט "עצה פלייצע"
"דער וועקער" איז א זשורנאל וואו מיר קענען דיסקוטירן אונזערע דאגות און פראבלעמען, אן אלעס אונטערשטויסן דעם קאָץ. הגם עס איז וויכטיג צו רעדן און שמועסן וועגן פראבלעמען, איז נישט קיין עסק נאר צו זיין פארנומען מיט'ן נעגאטיוו, און מ'דארף אויך רעדן -– א סך -– וועגן עצות וויאזוי איבערצוקומען די פארמעסטונגען.

עטליכע יאר צוריק האב איך אנגעהויבן "פראיעקט למעשה" טאקע פאר דעם צוועק, צו שרייבן און רעדן וועגן הילף און עצות צו קענען אנגיין מיט'ן לעבן אין די יעצטיגע שווערע מצבים.

אין לויף פון די יארן האב איך שוין געהאט די זכיה ארויסצוהעלפן צענדליגער חברים ברבים אין די בלעטער פון קאווע שטיבל, אין אישית און אין אימעיל, מיט פארשידענע שוועריגקייטן און דאגות. איך האב נישט פאר אלעמען אן עצה, אבער דאגה בלב איש ישחנה, שמועסן און אויסשמועסן ברענגט אז דער פראבלעם זאל זיך קריסטאליזירן און צומאל קען עס ברענגען צו א בליץ אין מוח.

אבער מיין קאריערע איז פיל קלענער ווי דער קאריערע פון דעם בארימטן דענקער און שריפטשטעלער קטלא קניא, וועלכער שרייבט שוין איבער זיין און אונזער לעבן פאר כמעט 15 יאר. ווער עס האט נאר אמאל געלייענט קטלא'ן ווייסט אז חוץ זיינע אויסערגעווענליכע שרייבערישע כוחות האט ער א זעלטן טיפן איינבליק אין די פרטים און ניואנסן פון אונזער לעבן. קטלא האט שוין איבער די יארן געהאט געלעגנהייטן צו רעדן מיט אומצאליגע היימישע אידן, און טיף אויסגעשמועסט מסגר נפשם.

אנגעפאנגען פון דעם קומענדיגן וועקער, ברענגען מיר קטלא קניא אז ער זאל מיט זיין טיפן טראכט און חכמת החיים ענטפערן פאר אחינו בני ישראל מיט זייערע לעבנספראגעס און דאגות. דער נייער קאלום וועט טראגן דעם נאמען "חצי נחמה", ע"ש צרת רבים חצי נחמה און דאגה בלב איש ישחנה -- דאס רעדן זעלבסט ברענגט שוין א שטיקל נחמה.

מיר לאדענען יעדן אריינצושיקן זייערע פערזענליכע פראגעס צו e vekerjournal@gmail.com e , און דער קעניג פון חסידישע שרייבער וועט אויסקלויבן די פאסיגסטע און נויטיגסטע צו ענטפערן בטוב טעם ודעת.

מיר האפן אז דאס וועט זיין נאך א ביישטייערונג צום קאלעקטיוון גוטס, און אויפטון פאזיטיוו און פערזענליך אין דעם לעבן פון אונזערע לייענער.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 6:46 pm#358910
גוטע נייעס!
מיר קענען שוין נישט ווארטן.

יי"כ.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 7:48 pm#358916
Re: ניי אינעם "וועקער"! קטלא קניא ברענגט "חצי נחמה"
קטלא קניא איז א געבענטשטע פעדער און א געוואלדיגע לץ. איך האף זיין טאלאנטען האבען זיך אויך אויסגעשטעלט א געלונגענע ערפארונג אין לעבען, און ער זאל קענען ברענגען א פרישע בליק צו די פראבלעמען מיט וואס פיהל ספראווען זיך אין אונזער שטיבעל

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך יאנואר 04, 2017 8:03 pm#358917
איז ער א פרומער אדער א פרייער ?
מיטוואך יאנואר 04, 2017 8:04 pm#358918
דאס איז פיינע נייעס, ווי מען זאגט אין היינטיגן אידיש. קטלא קניא איז א שרייבער און דענקער כמעט נישטא זיין גלייכן. לעצטנס הערט מען ווייניק פון איהם, לאמיר האפן דא און שטיבל וועט זיך זיין קוואל עפענען מחדש.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 8:05 pm#358919
בן אדם האט געשריבן:איז ער א פרומער אדער א פרייער ?


וואס א פראגע? א פרומער ווי אלע פרומע אידן.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 8:31 pm#358929
בן אדם האט געשריבן:איז ער א פרומער אדער א פרייער ?

m http://katlekanye.blogspot.com/?m=1 m
מיטוואך יאנואר 04, 2017 8:35 pm#358930
קטלא קניא ברענגט חצי נחמה. תפילה איז אויך נאר עושה מחצה. נו מה לי קטלה כוליה מה לי קטלא פלגא.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 9:14 pm#358931
Re: ניי אינעם "וועקער"! קטלא קניא ברענגט "חצי נחמה"
כל העומד לקטול כקטל דמי,
מיטוואך יאנואר 04, 2017 9:35 pm#358936
וואס איז פשט אז אזויפיל אונטעליגענטע ניקים האבן גלייך באמערקט דעם אשכול אבער האבן נישט געזען פאר וויכטיג אנטייל צונעמען אין די שמועס?
מיטוואך יאנואר 04, 2017 9:56 pm#358941
ההוא גברא קטילא
מיטוואך יאנואר 04, 2017 9:58 pm#358943
כ'האף מ'וועט הערן נישט נאר פון קטלא נאר אויך זיין קטלנית.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 10:12 pm#358946
Re: ניי אינעם "וועקער"! קטלא קניא ברענגט "חצי נחמה"
גברא קטילא כקטיל
אלע וויצען אינדע זייט,מיר זענען זייער עקסייטעד פאר אזא סארט ארטיקל, איך האף עס וועט זיין כדרך ראביי שייס טויב פון די עמי מאגאזין, ער איז גאר מצליח מיט חכמה אלע מאל צים פינטעל.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 10:21 pm#358948
Re: ניי אינעם "וועקער"! קטלא קניא ברענגט "חצי נחמה"
אבטולמוס האט געשריבן:מיר לאדענען יעדן אריינצושיקן זייערע פערזענליכע פראגעס


למשל?
מיטוואך יאנואר 04, 2017 10:34 pm#358949
קטלא באגריסט די נייע קאלום

m https://www.facebook.com/katlekanye/pos ... 9040247068 m
מיטוואך יאנואר 04, 2017 10:50 pm#358951
גר ותושב האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן:מיר לאדענען יעדן אריינצושיקן זייערע פערזענליכע פראגעס


למשל?

סיי וועלכע פראגע וואס מ'קען אריינשיקן צו אן אדווייס קאלום. טראכט, עמי'ס הרב טאוב, אדער דער "דאגה בלב" קאלום אין "מעלות".
מיטוואך יאנואר 04, 2017 11:09 pm#358955
лпم iοوԴ האט געשריבן:קטלא באגריסט די נייע קאלום

https://www.facebook.com/katlekanye/pos ... 9040247068


און ער זאגט דארט א פשט אין די נאמען 'חצי נחמה'

וזל"ק
ולמה נקרא שמו חצי ווייל אנדערש ווי הצלה און בוני עולם מוז מען אויך אלייך טון


וש"י
פרייטאג יאנואר 06, 2017 7:42 am#359142
Re: ניי אינעם "וועקער"! קטלא קניא ברענגט "חצי נחמה"
מיין ערשטע פראגע צו איהם איז: פארוואס איז ער נישט אקטיוו אין קאווע שטיבל?
דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 2:05 am#361727
שוין אנגעהויבן לייענען די נייע וועקער. ס'מייסטערהאפטיג. אויף די אויסזעהן און גראפיקס איז ראובן גערעכט אז ס'נאך אזוינס גלייכן נישט געווען. אויף די ארטיקלען העט מיך נאך נעמען צייט אדורך צו אקערן איינס ביי איינס.

איך בין אבער גאנץ שאקירט אויף די ערשטע ארטיקל פון קטלא. ס'איז א פשוטער מעין סטרים מידיאַ עדיטאריעל וואס מ'זעהט היינט איבעראל נישט דא קיין חידושים און איז פשוט א תרגם פון איינער פון די צענדליגע עדיטאריעל וואס כ'גלייב רוב לייענער האבן שוין מערערע מאל געליינט.

איך פיל ווי א שטיקל נער צו קריטיקירן אויף האלבע ארבייט ווייל איך האב נאכנישט געליינט די צווייטע ארטיקל פון קטלא, אבער כ'וועל עס נעמען איינס אויף אמאל און ווען איך ענדיג יענץ העליך איבערטראכטן נאכאמאל.

סתם אזוי ווען עס וואלט געווען אן ארטיקל וואס איינער האט אריינגעשטעלט וואלט איך נישט גערעדט דערוועגן אבער דא האט מען געמאכט אזא עסק האב איך זיך געראכטן אויף בעסער'ס.

דיסקלאַימער: איך איך האב צוויי מאל געשטימט פאר טראמפ און אויך מנדב געווען צו זיין קאמפיין מחמת סיבות שונות שאכהמ''ל
דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 7:26 am#361733
Re: ניי אינעם "וועקער"! קטלא קניא ברענגט "חצי נחמה"
אין די חרדישע פרעסע האט מען עס נישט אזוי געשריבען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 7:37 am#361734
.
דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 8:38 am#361735
Re: ניי אינעם "וועקער"! קטלא קניא ברענגט "חצי נחמה"
זיין אנדערע ארטיקל׳ן זע׳ען מיר אויס אביסל צוריק געשטאנען. די שאלות וואס מ׳פרעגט איהם זענען איינס; וויאזוי ספראוועט מען זיך מיט אייגענע ווילונגען און נויגונגען אין א סטאדע געזעלשאפט? די פרטי השאלות זענען ארום דעם. זיין ענטפער׳ס האבען אין זיך א פארביסענקייט אויף דער געזעלשאפט וואס איז שוין געווען נכלל אין די שאלות. ווען ער שרייבט מיט א רואיגקייט און א פשטות, כאילו דאס ארום און ארום איז פשוט אז ס׳איז א פראבלעם, יעצט לאמיר טרעפען א לעזונג, וואלט עס גווען בעסער און געהאט א גרעסערע אפקלאנג. יעצט זעט עס אויס ווי ער איז גאר מחדש די טענות יעצט, א זאך וואס נעמט אוועק פון די ענטפערס. כנלע"ד.

ולמשל, ביים ערשטע שאלה פון ענקזייעטי. ער איז גערעכט אז א זוהן מעג אויסוויילען א בית המדרש פאר זיך און דארף נישט גייען מיט זיין טאטע\שווער כאילו ער איז א קליין קינד. נאר וויאזוי דאס צו טוהן, אן א זלזול אין זיין משפחה און אן א מחלוקת מיט זיי, איז די שאלה. זיין תשובה איז ריכטיג אז צוביסלעכווייז איז דאס בעסטער וועג. נאר ווען ער איז בעסער מסביר די צד פון זיין ווייב און עלטערען, וואס שטערט זיי אויפ׳ן אמת און דעריבער וויאזוי קען מען אויסמיידען זייער טענות, וואלט דער מענטש בעסער געהאלפען געווארען.

ביי זיין צווייטע שאלה קומט ער מיט א טענה הלמאי שיקט מען צו א חדר וואס שטימט נישט מיט די עלטערענ׳ס ווירדעס. דאס איז א קליינקעפיגע בליק. א חדר באשטייט פון פיהל נקודות, און א טייל פון זיי שטימט נישט מיט די עלטערענ׳ס ווירדעס. דאס איז דען א סבה ארויסצוווארפען אלסדינג? ער קען שיקען צו א שולע ווי מ׳לערנט אלגעמיינע ווירדעס, נאר קיין גמרא תוספות וועט דער קינד נישט לערנען. די שאלה איז נאכאמאל, וויאזוי גיבט מען זיך אן אייגענעם פערזענליכע עצה צוזאמען מיט בלייבען אינעווייניג?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג פעברואר 12, 2017 4:49 am#362537
גם אני מצטרף לדברי ליטוואק פון בודאפעסט.

קטלא האט מיר אנטוישט מיט זיינע ענטפערס אין חצי נחמה. אנגעהויבן פון זיין פארביסענע אנטי סיסטעם רעטאריק [וואס זענען אמת, און וויכטיג צו זאגן, אבער אין א "קטלא" סטיל ארטיקל פאר זיך], און געענדיגט ביים געבן היבש דורכשניטליכע ענטפערס אנע חידושים.

לדעתי האט ער נאך אויף וואס צו ארבעטן, הגם אזוי צו א שטרוי איז אייביג א פארגעניגן זיך צו פארסמאקעווען מיט זיינע שמאלציגע אויסדריקן.
זונטאג פעברואר 12, 2017 3:07 pm#362572
כ'וויל נאר מעיר זיין פאר'ן בעל הענקזייעטי אז אנטלויפען דערפון איז דאס ערגסטע; ביז עטליכע מינוט וועסטו אין קליינעם בית המדרש אויך נישט קענען גיין.
זונטאג אפריל 16, 2017 6:15 pm#368576
ווער עס האט נאכנישט געלייענט דעם "עצה פלייצע" פון דער פרישער אויסגאבע, זאל זיך מהנה זיין אין די קומענדיגע יו"ט טעג. קטלא'ס ענטפערס זענען פול מיט חכמה און חכמת החיים, און מיט טרעפליכע באלזאמישע דיבורים פאר יעדער פראגע. בפרט דארף מען לייענען די לעצטע פראגע פון א איד וואס ליידט אויף א שרעקליכער מחלה און זעט זיך שוין אויף יענער וועלט. קטלא קניא האט נישט קיין מעדיצינישע רפואות, אבער ער האט יא געטליכע רייד צו דערהייבן און מחיה זיין דעם פרעגער, און אלע לייענער.
דינסטאג אפריל 18, 2017 11:25 pm#368582
Re: ניי אינעם "וועקער"! קטלא קניא ברענגט "עצה פלייצע"
אבטולמוס האט געשריבן:ווער עס האט נאכנישט געלייענט דעם "עצה פלייצע" פון דער פרישער אויסגאבע, זאל זיך מהנה זיין אין די קומענדיגע יו"ט טעג. קטלא'ס ענטפערס זענען פול מיט חכמה און חכמת החיים, און מיט טרעפליכע באלזאמישע דיבורים פאר יעדער פראגע. בפרט דארף מען לייענען די לעצטע פראגע פון א איד וואס ליידט אויף א שרעקליכער מחלה און זעט זיך שוין אויף יענער וועלט. קטלא קניא האט נישט קיין מעדיצינישע רפואות, אבער ער האט יא געטליכע רייד צו דערהייבן און מחיה זיין דעם פרעגער, און אלע לייענער.

יא געליינט און גאר שטארק הנאה געהאט.
אגב האב איך געוואלט בעטן ראוובן אדער דעם קענסער ליידענדען אינגערמאן פון פערציג זאל מוחל זיין עפענען א אשכול, אדער ביטע ר' ראוובן עפען עס לכבודו, און מיר אלע צונעזאם וועלן אים באגיסן מיט חיזוק.
מיטוואך אפריל 19, 2017 1:41 pm#368607
קטלא קניא'ס ווערטער אין עצה-פלייצע הערט זיך ווי געטליכע רייד, און א מעניפעסטאציע פון שכינה מדברת מתוך גרונו אין אונזער צייט.
מיטוואך אפריל 19, 2017 10:15 pm#368646
גאר רייך און באלערנד. אסאך בעסער ווי די פריערדיגע וועקער.
זונטאג אפריל 21, 2019 11:53 pm#428834
Re: ניי אינעם "וועקער"! קטלא קניא ברענגט "עצה פלייצע"
אין די יעצטיגע ״עצה פלייצע״ [די לעצטע שאלה] פרעגט איינער פאר א חבר וואס עס געפעלט אים נישט זיין ווייב׳ס גוף. דאס האט מיר דערמאנט פון א תשובה אין באר משה (ח״ד סימן קמא).

לדעתי ענטפערט קטלא זייער גוט.
IMG_4354.jpg



Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך סעפטעמבער 08, 2021 10:24 pm#481380
לגבי דעם וואס דער שואל פרעגט אינעם יעצטיגן וועקער 19 בנוגע דעם אז וואס ער וויל פאר א שידוך איז נישט אין איינקלאנג מיט וואס זיין טאטע וויל, איז מערקווידיג צוצוצייכענען צו וואס דער רמ״א פסק׳נט (עפ״י המהרי״ק) בסוף הלכות כיבוד או״א ביו״ד סימן רמ סעיף כה, ״אם האב מוחה בבן לישא איזו אשה שיחפוץ בה הבן אין צריך לשמוע אל האב״. דער בחור קען דאס אפשר נוצן אלס א לאָנטשינג פונקט וואו צו אנהויבן דאס צו ברעכן צו זיין טאטע איבער וואס ער וויל; זיין טאטע האלט דאך דעם רמ״א אלס הייליג.
זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 4:07 am#481545
ווען ס’קומט צו די זאכן קענסטו ברענגען א גאנצע בארג מיט מראי מקומות אין ספרי קודש ביזן דאך און ס’וועט דיר גארנישט העלפן......
זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 4:14 pm#481578
מי אני: די נאנצע נידון און די רמב"ם איז נישט שייך ביי אונזערע קרייזן, ווייל סייווי טוט די טאטע די שידוך...ביי אונז קען אפשר זיין א שאלה אז א טאטע וויל טון א שידוך, און די קינד וויל נישט, צו דער טאטע דארף זיך רעכענען מיט'ן קינד...
#יענץ געלעכטער
זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 11:00 pm#481614
ווי איז אונזער סופארט סיסטעם פאר אזאנע צובראכענע נשמות? ווי זענען די עסקנים?
דאס הארץ צו גייט ווען מ׳טראכט אריין אין דאס פארלעגנהייט פון א אינג נפש׳ל וואס שטייט איידערן שטעלן זיין ערשטן טריט אין לעבן, און מ׳וויל אים באגראבן לעבעדיגערהייט!

איך פארשטיי אז בדרך כלל קען זיין אז די עלטערן ווייסן און פארשטייען - און אפשר אפילו בעסער ווי די אינגע קינדער - וואס ס׳גוט פאר זיי, אבער אין א פאל וואס איז יוצא מן הכלל דארף זיין א מהלך אז ער זאל זיך קענען אליינ׳ס מסדר זיין...
מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 3:31 pm#486607
מי אני האט געשריבן:אין די יעצטיגע ״עצה פלייצע״ [די לעצטע שאלה] פרעגט איינער פאר א חבר וואס עס געפעלט אים נישט זיין ווייב׳ס גוף. דאס האט מיר דערמאנט פון א תשובה אין באר משה (ח״ד סימן קמא).

לדעתי ענטפערט קטלא זייער גוט.
IMG_4354.jpg



Sent from my iPhone using Tapatalk


זעיט אויס די באר משה האט נישט געוויסט די באדייט פון "asking for a friend"
מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 6:59 pm#486624
קהל'ס נער: די באר משה איז געווען א תמימות'דיגער, אונגערישער ראאאווו. א הייליגער איד וואס אזעלכע שמוציגע מחשבות זענען איהם נישט אדורך אין קאפ...! ביי איהם איז א שאלה, א שאלה...זאלל דאס זיין אז די קאטץ האט אויפגעגעסן די לעבער...וואס איז דער דין..?!