Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » ישראלישע "במבה" ברענגט מעדיצינישער טויש אין אמעריקע

ישראלישע "במבה" ברענגט מעדיצינישער טויש אין אמעריקע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11216
פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:47 am#359093
ישראלישע "במבה" ברענגט מעדיצינישער טויש אין אמעריקע
גרויסע מעדיצינישע נייעס איז היינט געמאלדן געווארן אז דאקטוירים טוישן זייער רעקאמענדאציע בנוגע פיצלעך און פינאטס.

דאקטוירים פלעגן עצה'ן אז מ'זאל נישט געבן פאר גאר יונגע קינדער צו עסן פינאטס אדער זאכן וועלכע פארמאגן פינאטס, ווייל דאס פארגרעסערט די שאנסן אז דאס קינד זאל אנטוויקלען אן אלערגיע צו פינאטס.

אבער דאקטוירים האבן עטליכע יאר צוריק באמערקט אז אין ארץ ישראל אנטוויקלען קינדער כמעט נישט קיין פינאט אלערגיעס. צוביסלעך זענען זיי אויפגעקומען אז די ישראלים געבן דעם פינאט באשמירטן מאכל "במבה" פאר זייערע קינדער פון גאר קליינווייז אן.

א 5-יעריגע שטודיע וואס האט זיך יעצט געענדיגט האט טאקע באשטעטיגט אז געבן פינאטס פאר יונגע קינדער איז זאגאר אפעקטיוו אין צוריקהאלטן פינאט אלערגיעס זיך צו אנטוויקלען.
פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:53 am#359094
זייער אינטערעסאנט. אפשר קענסטי צושטעלן א לינק ווי מ'קען מער ליינען איבער דעם?
פרייטאג יאנואר 06, 2017 2:14 am#359124
פרייטאג יאנואר 06, 2017 2:33 am#359128
יעדן שני וחמישי זע איך די זעלבע שטודיע. דא האסטו א לינק פון 2 יאר צוריק
m http://www.bbc.com/news/health-31550816 m