Under maintenance
הויפט זייט » "בעלזער ניטל", אז ס'זעהט אויס ווי א שינוי איז עס א שינוי

"בעלזער ניטל", אז ס'זעהט אויס ווי א שינוי איז עס א שינוי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11218
פרייטאג יאנואר 06, 2017 12:59 pm#359163
"בעלזער ניטל", אז ס'זעהט אויס ווי א שינוי איז עס א שינוי
אן אריינגיין באריכות אין די געשמאקע נושא פון די צוויי ניטלעך, לאמיר עס מאכן בקיצור. דער ניטל פון די נאכט פון יאנואר 6-7 איז די טראדישאנעל ניטל, דאס הייסט דאס איז די נאכט וואס פלעגט אויסגעפאלן אין דעצעמבער 25, זייער חגא קראצמעך. ערגעץ אין די 1500 יארן האט א פויפסט מיט'ן נאמען גרעגארי געזעהן אז זייער לוח טויג אויף כפרות, און האט אויסגעלאזט א געוויסע סכום פון טעג פון די לוח. איז געווארן אז דעצעמבער 25 האט אנגעהויבן אויספאלן פריער אין די יאהר.

כדי די לוח זאל מער נישט זיין אזוי טעות'דיג האט גרעגארי געמאכט א טויש אין די סיסטעם. פעברואר האט 28 טעג, אבער יעדע פערטע יאהר האט עס 29 טעג. גרעגארי האט אריינגעשטעלט א נייע הלכה אז יעדע הונדערטסטע יאהר - כאטש ס'איז בעצם אויך א פערטע יאהר, באקומט פעברואר נישט קיין 29סטע טאג.

אבער נישט יעדער האט אנגענומען גרעגארי'ס נייע לוח. אסאך קריסטן האבן געהאלטן אז "חדש אסור מן התורה" (כלשונו פון ר' יעקעלע מפשעווארסק), און זענען ווייטער געגאנגען מיט זייער אלטע לוח וואס דעצעמבער 25 איז אויסגעקומען ערגעץ אין יאנואר לויט גרעגארי'ס לוח.

יעצט גרעגארי'ס לוח ווערט אפגערוקט פון די חדש אסור מן התורה'דיגע לוח מיט איין טאג יעדע הונדערט יאהר. ווייל גרעגארי געט נישט פאר פעברואר א 29סטע טאג, און די פרומע חברה געבן יא.

יעצט אין די 1800 יאהרן איז די פרומע קראצמעך אויסגעפאלן אין די נאכט פון יאנואר 5-6. אבער אין יאהר 1900 ווען גרעגארי'ס לוח האט נישט צוגעלייגט א טאג און די פארפרומטע האבן יא, איז די פרומע קראצמעך געריקט געווארן מיט נאך א טאג לויט גרעגארי'ס לוח, און פון דעמאלטס איז עס געווארן די נאכט פון יאנואר 6-7. אזוי האלט עס נאך ביז היינט, ווייל אין יאהר 2000 איז גרעגארי'ס נייע כלל נישט געוועהן גילטיג, וויבאלד ער האט געמאכט נאך א כלל, אז יעדע 400סטע יאהר - כאטש ס'איז בעצם אויך א 100סטע יאהר, באקומט פעברואר יא א 29סטע טאג. קומט אויס אז אין 2000 האבן די צוויי לוחות זיך נישט אפגעריקט מיט נאך א טאג.

יעצט ווען עס איז געוועהן יאהר 1900 האבן אלע נארמאלע ניטל האלטערס געוויסט אז ניטל ריקט זיך יעצט מיט א טאג לויט די גרעגאריען לוח. אבער אין בעלז האט מען מחליט געוועהן אז מ'טאר נישט משנה זיין. מ'האט זיך ביז יעצט געפירט די נאכט פון 5-6, וועט מען ווייטער זיך אזוי פירן!!

די געלעכטער איז אז די גאנצע צווייטע ניטל איז דאך געבויט אויף דעם אז ס'גייט מיט די פרומערע קריסטען. אבער אין בעלז האט עס נישט געהאלפען - מ'טאר נישט משנה זיין!!

די גרעסטע וויץ איז אז ס'איז בכלל נישט קיין שינוי. לאמיר אריינטראכטן. די וואס האלטן די צווייטע ניטל האלטן אזוי ווייל זיי נעמען אהן די שיטה פון די פרומערע קריסטען וואס זענען נישט גורס גרעגארי'ס שינויים, און ממילא איז די אמת'ע קראצמעך אין די צייט ווען עס איז באמת דעצעמבער 25 לויט די פרומע לוח. יעצט נאר איינער וואס האלט אז גרעגארי איז יא גערעכט קען זעהן א שינוי אין 1900. לויט די פרומע לוח איז בכלל נישט דא קיין שינוי - קראצמעך איז געווען דעצעבמער 25 ביז היינט, און ס'וועט ווייטער זיין. די גרעגארי לוח איז דער וואס טוישט דא, און מאכט שינויים אין די לוח.

נאר וואס האט בעלז געטראכט? פאר א תמימות'דיגע מענטש איז נישט דא קיין פאקטען. למעשה זעה איך אז די גוים (ליין: די גוים אין מיין שטאט) זאגן אז די יעצטיגע דאטום איז יאנואר 5, און איך ווייס אז מ'האט זיך געפירט יאנואר 5 צו האלטען ניטל, וויל איך נישט וויסן פון קיין מעשיות. קום נישט מיט קיין פשט'לעך אז אנדערע גוים האלטען אנדערש וכו'.

בקיצור, אויב ס'זעהט אויס ווי א שינוי, איז עס א שינוי.
פרייטאג יאנואר 06, 2017 1:06 pm#359166
Re: "בעלזער ניטל", אז ס'זעהט אויס ווי א שינוי איז עס א שינוי
דער אמת איז אז מען קען עס פארשטיין
דער גאנצע ניטל היינט איז איבערבלייבענישן פון אן אלטן מנהג וואס האט זיך לכאורה אנגעהויבן ווייל מען האט מורא געהאט פון די גוים צו לערנען בעת זייער חאגע היינט איז דאס נישט נוגע און עס איז נאר א זכר צו אמאל ממילא איז נישט משנה ווען די חאגע איז באמת
פרייטאג יאנואר 06, 2017 1:11 pm#359170
קענסט דיך אבער נישט סותר זיין מני ובי. אויב מ'האלט די צווייטע ניטל איז דאס ווייל מ'האלט אז די שינויים פון גרעגארי זענען נישט וועליד. און אויב האלטסטו אז 1900 ברענגט א שינוי איז דאס נאר ווייל דו האלטסט אז גרעגארי'ס לוח איז יא וועליד.

מעיק אפ יור מיינד.
פרייטאג יאנואר 06, 2017 1:15 pm#359171
אז מען רעדט שוין פון ניטול... איך האב דאס יעצט באקומען....

הצדיק ר' שלמה בובובער זצוק"ל סיפר שהיה צדיק אחד שהי' תלמיד חכם גדול דיבר בלימוד עם ראש ישיבה ליטאי אחד.
פתאום, אמר הצדיק שהוא רוצה להפסיק כי עכשיו נכנס ליל ניטל ( הדגיש שזה הי' הניטל הפולני שעל זה הקפידו מאד).
לעג הראש ישיבה ואמר: הייתי רוצה לראות את הגיהינום שנותנים עבור לימוד גמ' ותוספות!
ענה לו הצדיק: אתה צודק. על לימוד גמ' ותוס' לא נותנים גיהינם.אבל נותנים גיהינם על לגלוג בדברי גדולים שלפנינו שאמרו לא ללמוד בליל ניטל!
פרייטאג יאנואר 06, 2017 1:29 pm#359176
ולגלוג על תלמיד חכם הוא כלום?
פרייטאג יאנואר 06, 2017 1:30 pm#359177
איך האב געזעהן אין אייוועלט אזא וויץ. ס'דרייט זיך שוין אין וואטסעפפ

הערט "אזא מעשה" אמת'ע מעשה, כבין געווהן א בחור אין ישיבה ניטל נאכט, די בחורים האבן זיך געדרייט ( נישט אויף אייוועלט, אינטערנעט האט קוים עקזעסטירט) צווישן זיי איז געווען "סקווירא בחורים" איינע פון דיע האבן געכאפט זייער חבר ליינען בעצם יום הניטל די "חצר הקודש" זאגט ער אים נא ניטל! פארענפערט זיך: כ'ליין נאר וואס דער אנדערער האט געענטפערט נישט וואס דער רבי האט געזאגט!
פרייטאג יאנואר 06, 2017 1:31 pm#359178
די גוים אין אוקרייאינע , בעלזער געגנד, זענען אפנים געגאנגען אין קלויסטער דער פינפטער אפילו נאך 1900 ממילא האט בעלז נישט געטוישט.
פרייטאג יאנואר 06, 2017 1:38 pm#359181
הפנים אפילו די גויים אין בעלזא זענען געווען בעלזער חסידים...
פרייטאג יאנואר 06, 2017 1:41 pm#359182
תורה ומדע האט געשריבן:די גוים אין אוקרייאינע , בעלזער געגנד, זענען אפנים געגאנגען אין קלויסטער דער פינפטער אפילו נאך 1900 ממילא האט בעלז נישט געטוישט.

וואס איז פשט?
פרייטאג יאנואר 06, 2017 1:44 pm#359183
זאלן זיי נאר געדענקען [איבערצוגעבן בצוואה] אז די ניטלען ריקען זיך ווייל אז נישט וועלן זיי נאך איין טאג האבן דריי ניטלען. חחח
אדער גאר פיהר.
1: גרעגארי'ס קראצמעך (דעצעמבער 25 היינט) שמא כי גרים
2: 5-6 ווייל מטאר נישט משנה זיין
3: 6-7 ווייל אין אנדערע חצירות האט מען זיך אזוי נוהג געווען
4: 7-8 די חדש אסור מן התורהניקעס וואס האלטן אין שינוי אחר שינוי.
פרייטאג יאנואר 06, 2017 2:45 pm#359188
מ'קען די אלע ניטל'ען צילייגען צי די רשימה פון לימוד התורה וואס מ'טאר חס ושלום נישט טוהן. רש"ש, קצות, תפארת ישראל, וכו' וכו' וכו'. ביי די אלע געמיינדעס וואס זענען פארנומען מיט די קפידא'ס און מסורה'ס ווי לאנג מ'גייט מיט א גארטל און מ'איז חלילה נישט משנה פון מנהגים איז גוט.

קאט די קרעפ און זעצט ענק לערנען נגלה מיט עמלות בתורה. זייט מתן תורה איז נאך קיין איין ערליכער יוד נישט אנגעקומען ערגעץ אן לערנען פשוטערהייט פשוטו כמשמעו.
מוצ"ש יאנואר 07, 2017 10:19 pm#359214
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ולגלוג על תלמיד חכם הוא כלום?


אם הוא מלגלג על צדיקים הוא לא ת"ח.

דער באבאווער האט געזאגט ת"ח ווייל ער אלייןס איז געוועהן א פיינע איד און איהם נישט געוואלט רופען מיט'ן טיפול וואס עס קומט זיך איהם
מוצ"ש יאנואר 07, 2017 10:45 pm#359218
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ולגלוג על תלמיד חכם הוא כלום?

בליטא לא האמינו בה' ובתורתו. רק ב'ביטול טעירעה.
ומעשה שהיה באחד מתלמידי הישיבות הליטאיות שרצה להתנצר (להמיר את דתו בדת הנוצרית.) והלך לבית הכומר. הרבנית (אשתו של הכומר) הזמינה את התלמיד ואת חברו שהצטרף אליו לסלון, לחכות עד שבעלה יגיע הביתה. בינתיים, הוציא המועמד לנצרות החדש גמרא קטנטנה מתוך כיסו והתחיל ללמוד. אז חברו אמר לו ...השתגעת?... פה אתה רוצה להתנצר ואתה עוד לומד גמרא...?!...על זה ענה לו הבעל דבר במילה אחת...ביטל טעירעה...!... :lol: :roll:
זונטאג יאנואר 08, 2017 12:09 pm#359254
וואלווי האט געשריבן:מ'קען די אלע ניטל'ען צילייגען צי די רשימה פון לימוד התורה וואס מ'טאר חס ושלום נישט טוהן. רש"ש, קצות, תפארת ישראל, וכו' וכו' וכו'. ביי די אלע געמיינדעס וואס זענען פארנומען מיט די קפידא'ס און מסורה'ס ווי לאנג מ'גייט מיט א גארטל און מ'איז חלילה נישט משנה פון מנהגים איז גוט.

קאט די קרעפ און זעצט ענק לערנען נגלה מיט עמלות בתורה. זייט מתן תורה איז נאך קיין איין ערליכער יוד נישט אנגעקומען ערגעץ אן לערנען פשוטערהייט פשוטו כמשמעו.

אןיף דעם איז שוין דער היינטיגער בעלזער רב מכפר מיט דעפ וואס ספרי מרן הגרא"י קוק שגורים בלשניה ובכתביו.