Under maintenance
הויפט זייט » מיין חלום: א סידי פון דודי קאליש מיט יוסי גרין

מיין חלום: א סידי פון דודי קאליש מיט יוסי גרין

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11241
דינסטאג יאנואר 17, 2017 12:13 am#359941
מיין חלום: א סידי פון דודי קאליש מיט יוסי גרין
אין האב עפעס א געפיל אז א שידוך פון יוסי גרין מיט דודי קאליש קען עפעס זיין גאר גאר ארטיסטעש און דראמאטיש. עפעס וואס קיין איין אנדערער היימישע מוזיק שידוך קען נישט נישט דערגרייכן. דודי קאליש פארמאגט זייער ספוקי און דראמאטישע רעיונות, און צוזאמען מיט יוסי גרין'ס שטארקע קאלירן קען עס דערגרייכן א הויכער פלאם. צו א נעקסטער לעוול.

איך דמיון זיך וויאזוי יוסי מאכט איין פאל אין דודי א צווייטער, יוסי ברענגט אן עקזאטישער פסוק און דודי מאכט אן עקזאטישער גראם עפעס נישט פון דעם עולם, זיי שווימען ביידע ארום אין עולם היצירה, דודי זינגט יוסי'ס תנועה און יוסי זינגט דודי'ס, און דא באגלייטן זיי זיך איינער דעם אנדערן.

או מוזיק: א קליינער בענד מיט אינטרעסאנטע כלים, ארעידזשט ביי דודי און לייב ריגלער און אפשר אביסל משה לאופר. והנה חלום.

האט עמיצער דא א שייכות מיט די מוזיק אינסטאנצן זיי איבערצוגעבן מיין רעיון?
דינסטאג יאנואר 17, 2017 4:38 pm#360006
Not going to happen. Yossi, like most Jewish artists, does not like Dudi.
דינסטאג יאנואר 17, 2017 8:42 pm#360024
איך בין נישט זיכער ווי ווייט באליבט יוסי גרין איז געווען אין דודי'ס עידזש, ער איז מיר לעצטנס געווארן זיידי יוסי דער זקן מלא רחמים, אבער יונגערהייט איז ער דאכט זיך נישט געווען אזוי צוגענגלעך.

אלס ארטיסט איז דודי פאקטיש פון די געציילטע אמת'ע מוזיק ארטיסטן ביים חרדישן עולם. זיין אלבום דוד ושלמה יוכיח.
דינסטאג יאנואר 17, 2017 8:50 pm#360025
אבער זיין זינגען איז שוואך (לדעתי)
דינסטאג יאנואר 17, 2017 9:01 pm#360027
ווענדט זיך וואס ער זינגט. ער זינגט מער ווי אן ארטיסט ווי איידער א זינגער.
דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:38 pm#360038
ביים זינגען האבן זיי ביידע גאר שטארקע ענליכקייטן, אזוי אויך אין קאמפעזעטירן. זיי ענדלען זייער גלייך.
מושב, עס איז א בייפאל, מיר איז עס קיינמאל נישט איינגעפאלן!

צו מוזיק פארשטייסטו יא.
מיטוואך יאנואר 18, 2017 10:54 pm#360132
יוסי מיט דודי האבן ביידע גאנץ ענדליכע הייזעריגע שטימעס
איך וואלט מער געגליכן פינקי מיט זיין באסאווע שטימע זאל גיין צוזאמען מיט גרין אדער טאקע מיט קאליש
וואס זאגטס עטץ צו דעים? הא
מיטוואך יאנואר 18, 2017 11:19 pm#360133
קאליש א הייזעריגע שטימע?!
דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 12:07 am#360140
ער האט נישט קיין טיפיקל חזנישער שטימע אדער א גלאנציגער פילע שטימע. זיין שטימע איז מאט, שמאל, און אביסל דערשטיקט.
דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 12:11 am#360142
די סיבה פארוואס איך האלט אז יוסי מיט דודי קענען זיין וואונדערבאר צוזאמען איז ווייל זיי זענען זיך משלים אין עקזאטישקייט און אין קאלירפולע רעיונות.

פינקי און כמעט קיין איין אנדערער חרדישער מלחין איז נישט עקזאטיש.
פרייטאג יאנואר 20, 2017 1:01 am#360214
איך זעה א אינטערסאנטע צוגלייך ביי זייערע ניגונים אז עס איז שווער נאכצוזינגען זייער ניגונים ,עס איז דא וויינוג פשוטע תנועות א שטייגער ווי הגלה נא פון משה גאלדמאן , אבער אינדערצייט וואס גרינ'ס ניגונים איז זייער שטארק אויסגעבויט א יעדער פרט פון די ניגון איז דודי'ס ניגונים זייער שוואך אין דעם אמאל זעט אויס די ניגון ווי איין גרויסע תנועה עס זעט זיך קוים אן וועלכע איז די ערשטע פאל און וועלכע איז די צווייטע, וואס ענדלט אין זייער זינגען איז אז זיי זינגען יעדע קנייטש מיט א קלארקייט און די זינגען איז פול מיט רגש.
פרייטאג יאנואר 20, 2017 1:20 am#360218
קומזיץ האט געשריבן:איך זעה א אינטערסאנטע צוגלייך ביי זייערע ניגונים אז עס איז שווער נאכצוזינגען זייער ניגונים ,עס איז דא וויינוג פשוטע תנועות .


דודי'ס ניגונים זענען פשוט'ער ווי יוסי'ס. זיי זענען פארט קאליש זינגבאר סטייל.
פרייטאג יאנואר 20, 2017 1:44 am#360220
קומזיץ האט געשריבן: אינדערצייט וואס גרינ'ס ניגונים איז זייער שטארק אויסגעבויט א יעדער פרט פון די ניגון איז דודי'ס ניגונים זייער שוואך אין דעם אמאל זעט אויס די ניגון ווי איין גרויסע תנועה עס זעט זיך קוים אן וועלכע איז די ערשטע פאל און וועלכע איז די צווייטע,.


ביסט גערעכט אז יוסי'ס ניגונים פארמאגן מער קנייטשן, מבואות ומעברות (ענדליך צו פינקיס א ניגון) מיט עטליכע פארבן, און דודי'ס איז מער גלאט, א פאל אדער צוויי פון א אינטרעסאנטער ריכטונג