Under maintenance
הויפט זייט » "וועקער" אינטערוויו מיט פראפעסאר מארק שפירא

"וועקער" אינטערוויו מיט פראפעסאר מארק שפירא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11273
מיטוואך פעברואר 01, 2017 2:10 pm#361549
"וועקער" אינטערוויו מיט פראפעסאר מארק שפירא
היות דער עולם פאנגט שוין אן צו באקומען דעם וועקער (איך ווארט נאך אויף מיינס, אגב), עפן איך דעם אשכול צו דיסקוטירן דעם רייכן אינטערוויו מיט הגאון החכם מארק שפירא. דער אינטערוויו ציט זיך אויף א סך זייטן, און נעמט ארום גאר א סך נושאים. לאמיר הערן וואס דער עולם האט צו זאגן!
מיטוואך פעברואר 01, 2017 2:22 pm#361552
ס'איז איבעריג ארויסצוברענגען אז אזעלכע סארט אינטערוויוס ווערן נישט געמאכט אין היימישע אויסגאבעס, און צי מ'זאל עס רופן "רעוואלוציע" אדער אנדערע נעמען, איז דאס א חידוש נורא.

יעדע טעמע פאר זיך איז א חידוש, אבער כ'וועל יעצט דערמאנען איין זאך וואס שטייט מיר ארויס, ווי שפירא האט נישט קיין פראבלעם מודה צו זיין אז אין געוויסע אספעקטן איז ער שוואכער ווי חרדישע אידן, און אז זיין קרייז, די מאדערנע ארטאדאקסן, האבן פארשידענע חסרונות וואס זענען נישטא ביי חרדים. דאס גייט צוזאמען מיט דעם שמועס אז פארשונג האט נישט קיין שום שייכות מיט אידעלאגיע. פונקט ווי מ'קען נישט זאגן אז מ'וויל נישט נוצן דעם טעלעפאן ווייל דער וואס האט עס ערפינדן האט נישט געהאט קיין ערליכע השקפות, אזוי אויך קען מען נישט זאגן אז די פאקטן וואס א נישט-ערליכער מענטש האט אנטדעקט מיט זיינע פארשונגען זענען נישט רעלעוואנט.

אין א תקופה פון "אלטערנאטיווע פאקטן" איז וויכטיג דאס צו געדענקען און חזר'ן.
מיטוואך פעברואר 01, 2017 3:01 pm#361559
כ'ווארט נאך אויך אויף מיינ'ס.

אבטולמוס האט געשריבן:פארשונג האט נישט קיין שום שייכות מיט אידעלאגיע. פונקט ווי מ'קען נישט זאגן אז מ'וויל נישט נוצן דעם טעלעפאן ווייל דער וואס האט עס ערפינדן האט נישט געהאט קיין ערליכע השקפות, אזוי אויך קען מען נישט זאגן אז די פאקטן וואס א נישט-ערליכער מענטש האט אנטדעקט מיט זיינע פארשונגען זענען נישט רעלעוואנט.

ידועים דברי הרמב"ם סופי"ז מהל' קידוש החודש (עפ"י גרסת פרנקל):

ומאחר שכל אלו הדברים בראיות ברורות הם שאין בהם דופי, ואי אפשר לאדם להרהר אחריהם, אין חוששין למחבר; בין שחברו אותם נביאים, בין שחברו אותם גוים. שכל דבר שנתגלה טעמו ונודעה אמתתו בראיות שאין בהם דופי, אין סומכין על זה האיש שאמרו או שלמדו, אלא על הראייה שנתגלתה והטעם שנודע.
מיטוואך פעברואר 01, 2017 3:27 pm#361568
Re: "וועקער" אינטערוויו מיט פראפעסאר מארק שפירא
וואס ברענגסטו א ראיה פונעם רמב"ם, ער איז עפעס געווען א חרדי?
מיטוואך פעברואר 01, 2017 3:35 pm#361571
Re: "וועקער" אינטערוויו מיט פראפעסאר מארק שפירא
איך האב שטארק הנאה געהאט פונ׳ם אינטערוויו. דאס ברענגט ארויס קליפ און קלאר זיין מיינונג.

איך בין נאר נישט קיין גרויסע חסיד פון זיין מיינונג.

איין קליינע נקודה, ער טיילט צווישען חז"ל׳ס מיניה קא רבי און חז"ל׳ס טב למיתב טן דו. לדעתי איז דער חילוק פארקערט. ווען מיר זע׳ען מיט די אויגען אז ס׳איז נישט מיניה קא רבי קען מען לייכטער טוישען די הלכה ווי ווען מיר הערען סוביעקטיווע מיינונגען אז ס׳איז נישט טב למיתב טן דו.

אין מיין מאמר אין דער וועקער, ריר איך עס עטוואס אן.

ועוד, ער מאכט כאילו נאר הרב סאלאווייטשיק האט זיך געדינגען מיט ראביי ראקמאן, בשעת אז ס׳איז פארקערט. קיינער האט זיך נישט מסכים געווען מיט איהם, און ער איז געבליבען אליינס. יא, הרב סאלאווייציק האט גערעדט הויך און קלאר, אבער אליינס איז ער נישט געווען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך פעברואר 01, 2017 9:11 pm#361648
דער אינטערוויו איז לפע״ד דער קרוין פונעם ״וועקער״ און פראפעסיאנאל אויף אן אופן וואס מען זעהט זעלטן אין אונזערע קרייזן.

קודם איז דער מדובר אליין א ידען וחכם און דער שמועס נעמט ארום גאר אינטערעסאנטע און ברייט פארצווייגטע נושאים, אבער בעיקר זעהט זיך אן דאס געניטקייט פונעם שואל כמאמר הידוע אז א ״שאלה של חכם איז שוין א האלבער תשובה״ און דער שמועס פארקירעוועט זיך אויף רעלסן וואס זענען גאר נוגע פאר אונז חרדים וואס לעכצן נאך חכמה מתוך נקודת האמת.

בלויז פאר דעם אינטערוויו אליינס לוינט זיך איינצוהאנדלן דעם ״וועקער״ כדי נהנה צו זיין מזיו אורה.
מיטוואך פעברואר 01, 2017 9:17 pm#361651
Re: "וועקער" אינטערוויו מיט פראפעסאר מארק שפירא
און דאס אז קינד אן קייט איז צוריק געקומען פאר דעם, איז אליינס א חשוב׳ע תוצאה פון דער אינטערוויו

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך פעברואר 01, 2017 11:25 pm#361696
קינד_אן_קייט האט געשריבן: בעיקר זעהט זיך אן דאס געניטקייט פונעם שואל כמאמר הידוע אז א ״שאלה של חכם איז שוין א האלבער תשובה״ און דער שמועס פארקירעוועט זיך אויף רעלסן וואס זענען גאר נוגע פאר אונז חרדים וואס לעכצן נאך חכמה מתוך נקודת האמת.

בלויז פאר דעם אינטערוויו אליינס לוינט זיך איינצוהאנדלן דעם ״וועקער״ כדי נהנה צו זיין מזיו אורה.

ס'איז מיר א גרויס חשיבות אז מ'דערקענט די שעות ארבעט וואס ליגט אין די פראגעס אליין. יישר כוח.
דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 12:30 am#361719
א יישר כח ראובן. די שאלות זענען לדעתי פיל מער ווי חצי תשובות!

לגבי זיין חילוק וואס ליטוואק האט שוין אנגערירט, האלט איך אויך אז ס'איז א צו דקות'דיגער חילוק וואס איז נישט מסתבר, אויב קען מען נישט טוישן אפילו קעגן מציאות פארוואס זאל דא זיין אנדערש.
דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 7:08 am#361732
Re: "וועקער" אינטערוויו מיט פראפעסאר מארק שפירא
ס׳איז לכאורה גאנץ קלאר, אז ביי איהם הרגנ׳ן א לייז שבת איז א קליינע נושא, זאל עס זיין מותר. בלייבען אן עגונה איז גאר א גרויסע פראבלעם, דעריבער קען ער נישט דערהייבען דער סברת הש"ס און פאר דעם מוז עס זיין אנדעריש.
Changing the immutable

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 11:58 am#361740
גוט געזאגט ליטוואק, איך האב נאכנישט געקויפט דעם וועקער מילא קען איך נאכנישט לערנען פשט אין די שורות. אבער די נקודה וואס דו ברענגסט ארויס איז וויכטיג דן צו זיין. אינדערצייט וואס ארטאדאקסישע פוסקים וואלטן אנגערופן אזא סארט צוגאנג שלא כדין, גע'פסק'נט מיט נגיעות וכדו' (און מיין פערזענליכע מיינונג איז אויך אזוי, עכ"פ דערווייל), וועלן אנדערע טענה'ן פארקערט, הלכה האט מען אייביג צוגעפאסט לויט ווי ס'האט זיך פארלאנגט, און ווען ס'איז געווען א צורך להקל האט מען ממציא געווען קולות, די ספרי השו"ת זענען דאך פול דערמיט. די ערשטע מיינונג וועט אלעמאל ענטפערן אויף דעם אז יענץ זענען פעסטע אויסגעבויעטע זאכן, משא"כ די ניי אויפגעקומענע קולות זענען היפש רופף און שטימען נישט מיט די כללים און מקורות, די דוגמא פון טב למיתב האסטו זייער גוט מגדיר געווען, דאס איז דאך נישט קיין חזקה וואס מ'זעהט קלאר ווען די כלל איז מוחזק און ווען די חזקה ווערט נעקר (דוגמת שאלת טריפות בעגונות), נאר דאס איז דאך סאביעקטיוו, און מאן יימר אז מיר האבן די ריכטיגע כלים דאס דן צו זיין, פסיכאלאגיע איז דאך נישט קיין הארטע סייענס (ספעציעל ביי דעם ענין איז דא נאך א ריעותא, די טוענות מיתב ארמלא זענען זייער וואקאל, לויט די היינטיגע נארמע איז נישט עטיש און פאליטיקלי אינקארעקט פאר א פסיכאלאג זיך אויפצושטעלן און זאגן אז לויט זיין מיינונג איז די נאטורליכע פעמינין רצון באמת למיתב טן דו, ודו"ק. סארי פאר די וואס מיינע לעצטע שורות ברענגען ביי זיי הויכע בלוטדרוק).

עורכינו מראייננו ידידינו ר' ראובן האט דא אריינגעווארפן ווערטער לטובת דעם צווייטן צד. איך וואלט איהם געוואלט בעטן אויב ער קען מער מרחיב זיין און מבסס זיין. לענ"ד איז לכה"פ זינט דעם אויסדרוק 'מיתיבי' ערשינט אין חז"ל איז הלכה גאנץ קלאר א טעאריע (איך גלייך נישט דעם אויסדרוק גראדע, ווייל אלץ ארטאדאקסישע איד זעה אין הלכה דעם רצון ה', עטוואס שטערקער ווי טעאריע) וואס מוז שטימען, כנלענ"ד.
דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 12:08 pm#361741
טעיתי, ר' ראובן נוצט דעם אויסדרוק "טעריטאריע", נישט "טעאריע". כ'האב געלייענט שנעל.
פרייטאג פעברואר 03, 2017 11:56 am#361825
Re: "וועקער" אינטערוויו מיט פראפעסאר מארק שפירא
איך וויל וויסען צו נאך איינער האט באמערקט ווי ער דרייט זיך אויס פון די הרב שטיינמן פראגע. ער מאכט זיך גארנישט וויסענדיג פון די עיקר שאלה, וויאזוי האט ער געטוישט מיינונגען במשך די יארען.

איך ווייס אז פיהל האלטען אזוי, אבער לדעתי איז עס געבויט אויף גארנישט. אמאל האט ער נישט געהאט קיין שופר, ווייל די צייטונג איז געווען אין די הענט פון די וואס האבען איהם געוואלט פארשטעלען אלס לינקער. דעמאלס האבען אלע לינקער פראבירט צו זאגען אז הרב שטיינמן איז מיט זיי און פאר דעם ווילען מאנכע זאגען אז ער האט זיך געטוישט. אבער דעמאלס האט ער קיין וועג נישט געהאט ארויסצולאזען זיין מיינונג מיט איהר נואנסען. זיין בריוו וועגען נח"ל, ווי ער לייקענט אז ער האט עס אויפגעשטעלט, האט ער דעמאלס געשריבען. אבער מפרסם געווען האט ער נישט געקענט. און אזוי איז מסתבר וועגען אנדערע זאכען.
לויט מיין בליק, איז ער טאקע מער פראקטיש ברבים, ווען הרב שך האט גערעדט אידיאליסטיש ברבים, אבער בפרטיות איז ער פיהל ווייניגער פראקטיש ווי הרב שך און פיהל רעכטער, מיט פרומקייטען, תמימישע גלויבונגען און חומרות וואס הרב שך האט געשפעט אין דעם.
ער איז קיינמאל נישט געווען לינק, און איך זעי ניטאמאל א לידת הספק צו גלויבען אז יא. אחוץ טאמער רעדען פון בין אדם לחבירו איז לינק.....
פרייטאג פעברואר 03, 2017 12:57 pm#361835
אויף וואס בויסט דו דיין מיינונג?
פרייטאג פעברואר 03, 2017 12:58 pm#361836
Re: "וועקער" אינטערוויו מיט פראפעסאר מארק שפירא
וועלכע חלק? פון אמאל צו היינט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג פעברואר 03, 2017 4:36 pm#361858
באופן כללי אז הרב שטיינמאן איז אן עקסטרעם רעכטע.
פרייטאג פעברואר 03, 2017 4:51 pm#361861
Re: "וועקער" אינטערוויו מיט פראפעסאר מארק שפירא
גם אני מצטרף, איך האלט אויך אזוי. איך גלויב נישט אז אמאל איז ער געווען לינקער. הרב שך איז אויך געווען פיהל לינקער אין אסאך הינזיכטען, און ער האט אפגעשטעלט אסאך אמונות טפלות צווישען שומעי לקחו.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג פעברואר 03, 2017 4:54 pm#361863
איך פרעג, פון וואו נעמסטו עס אז הרב שטיינמאן איז אן עקסטרעם רעכטע?
זונטאג פעברואר 05, 2017 1:05 am#361887
פון וועקער 5 צו וועקער 7 האט שאול ליבערמאן באקומען א שטארקע אפגרעיד פון החכם צו הגאון ר'?
זונטאג פעברואר 05, 2017 1:22 am#361893
איך וויל פארשטיין פארוואס די שואל פרעגט איהם וואס דער סאטמארער בעמח''ס האלט בנוגע מחקר. איז נישט מער כדאי צו פרעגן אזא שאלה פון דעם בעמח''ס אליין? ווייל למעשה פון וואו זאל מארק וואוסן וואס א סאטמארער איד האלט. איך פארשטיי אז דער סאטמארער איד וועט נישט ענטפערן פוינט בלענק אבער איך גלייב אז ס'איז דא געוויסע אופנים וויאזוי מען קען עס פרעגן.
זונטאג פעברואר 05, 2017 1:37 am#361900
הוגה האט געשריבן:איך פרעג, פון וואו נעמסטו עס אז הרב שטיינמאן איז אן עקסטרעם רעכטע?

זיין קאמפראמיסלאזע קאמפף קעגן גיוס, זיינע אויסדרוקן אויף סיי ווער עס דינגט זיך מיט איהם, זיין פערזענליכע פרומקייטן, די מימרות וואס מ'האלט אין איין ברענגען פון איהם,
זונטאג פעברואר 05, 2017 1:37 am#361901
.
זונטאג פעברואר 05, 2017 1:25 pm#361930
דער ארטיקל האב איך איבערגעליינט דעם שבת צום צווייטן מאל, עס איז עמוק עמוק מי יצאנו, די ענטפערס פון שפירא פאדערן התבוננות און פארמאגן אן עמקות מער ווי מערקווירדיג במושכל ראשון.
הפוך בה והפוך בה דכולה בה.
זונטאג פעברואר 05, 2017 3:14 pm#361960
צי זאגן אז די אינטערוויו איז געוואלדיג וועט זיין א אינטערגעשאצט, יעדעס ווארט איז חכמה און א לימוד, הגם נישט אלע מאל אגרי איך מיט זיי, אבער די שאלות ותשובות זענען אויסנאם, און ערמעגלעכט צו קיצלען קעמערלעך אין מיין מוח מער ווי סיי וועלכע ארטיקל.
א הערצליכען דאנק ATUB @ראוובן ATUB פארן אהערשטעלן אזא מייסטער שטיקל ארבייט, אויפן אינטערוויו בפרט און פאר די וועקער בכלל.
זונטאג פעברואר 05, 2017 3:30 pm#361962
זייער טיעף שוין געליינט מער ווי צוויי מאל.

איך האב פארשטאנען אז ער האט עפעס אן אינטערסאנטע אפטייטש אויף "השגחה פרטית" ס'מאכט מיר נישט קיין סאך סענס. ער דערמאנט זיין מהלך אין השגחה פרטית צוויי מאל דורכאויס די אינטערוויו. אויב איינער ווייסט וואו מען קען ליינען מער וועגן זיין אפטייטש זאל ביטע אנצייגן. יש''כ
זונטאג פעברואר 05, 2017 4:01 pm#361966
דאס וואס מארק שפירא דערמאנט השגחה פרטית איז פשט אז מאדערן-ארטאדאקסן זעען שינויים אין געזעלשאפטליכע ערכים ווי א חלק פון גאט'ס פלאן. דאס אז היינט אנערקענען מיר פרויען ווי א חלק פון דער געזעלשאפט מיט אייניגע רעכטן, איז ווייל גאט האט מחליט געווען אז אין דער היינטיגער תקופה דארף אזוי זיין. דאס איז גאר אנדערש פון דעם חרדישן בליק, וואס זעט דעם אמאל ווי דעם אידעאל, און היינטיגע ערכים ווי פירצות און אוממאראלישקייטן.

ווען חז"ל זאגן אונז דרך ארץ קדמה לתורה, מיינט דאס אז די אוניווערסאלע מענטשליכע פארשטאנד פון מאראלישקייט איז פאר דער תורה -- דאס איז נאך שטערקער באפעסטיגט אין דער בריאה און אין גאט'ס פלאן ווי די תורה אליין. דאס קען אויך מיינען אז מיר דארפן נאכפאלגן דעם קאלעקטיוון מענטשליכן באוואוסטזיין, און זען דעם רצון השם אין דאס וואס מענטשן זעען ווי גערעכט און ריכטיג, אמת און יושר, אין יעדער תקופה.
זונטאג פעברואר 05, 2017 4:39 pm#361973
יש''כ פאר די קלארע הסבר. אבער איך פארשטיי נאכאלטס נישט וויאזוי דאס ווערט אריין געטייטשט אין השגחה פרטית. אויב איינער איז באקאנט מיט א לענגערע מקור אויף דעם וואלט איך הנאה געהאט.
זונטאג פעברואר 05, 2017 4:41 pm#361974
דא קענסטו לייענען א גאנצע טעזע על דרך זה:
m https://www.amazon.com/Expanding-Palace ... 1584653906 m
מאנטאג פעברואר 06, 2017 12:15 pm#362070
Re: "וועקער" אינטערוויו מיט פראפעסאר מארק שפירא
הרי"ד סאלאווייציק אין די פיהר דרשות (אויף אידיש אויף היברובוקס, שפעטער איבערגעטייטשט אויף לשה"ק און געדרוקט אונטער׳ן נאמען חמש דרשות) זאגט אז דער אויבישטער רעדט דורך היסטאריא. דערמיט בארעכטיגט זיין שטיצען דער מזרחי נאך דעם וואס זיין זיידע האט זיך אזוי מתנגד געווען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג פעברואר 06, 2017 2:55 pm#362089
אבטולמוס האט געשריבן:דאס וואס מארק שפירא דערמאנט השגחה פרטית איז פשט אז מאדערן-ארטאדאקסן זעען שינויים אין געזעלשאפטליכע ערכים ווי א חלק פון גאט'ס פלאן. דאס אז היינט אנערקענען מיר פרויען ווי א חלק פון דער געזעלשאפט מיט אייניגע רעכטן, איז ווייל גאט האט מחליט געווען אז אין דער היינטיגער תקופה דארף אזוי זיין. דאס איז גאר אנדערש פון דעם חרדישן בליק, וואס זעט דעם אמאל ווי דעם אידעאל, און היינטיגע ערכים ווי פירצות און אוממאראלישקייטן.

ווען חז"ל זאגן אונז דרך ארץ קדמה לתורה, מיינט דאס אז די אוניווערסאלע מענטשליכע פארשטאנד פון מאראלישקייט איז פאר דער תורה -- דאס איז נאך שטערקער באפעסטיגט אין דער בריאה און אין גאט'ס פלאן ווי די תורה אליין. דאס קען אויך מיינען אז מיר דארפן נאכפאלגן דעם קאלעקטיוון מענטשליכן באוואוסטזיין, און זען דעם רצון השם אין דאס וואס מענטשן זעען ווי גערעכט און ריכטיג, אמת און יושר, אין יעדער תקופה.

איז דאס א פטור פון דעם זאת התורה לא תהא מוחלפת ? אמער, מ'קען דאך אויף א געוואלד מיט ענינים פאכען מיט דעם פריש-איבערגעטייטשטען מאמר דרך ארץ קדמה לתורה, ניין ?

איך פרוביר נישט צו מחולק זיין מיט אים, ווייל ס'איז קלאר נישט אונזער השקפה, איך פרוביר נאר אים צו 'פארשטיין', וויאזוי שטעלט מען אראפ די גבולות ?
מאנטאג פעברואר 06, 2017 2:59 pm#362090
יעקב מענטש האט געשריבן: דעם פריש-איבערגעטייטשטען מאמר דרך ארץ קדמה לתורה

בכלל נישט פריש איבערגעטייטשט. דאס איז פשוט פשט.

יעקב מענטש האט געשריבן:איך פרוביר נישט צו מחולק זיין מיט אים, ווייל ס'איז קלאר נישט אונזער השקפה, איך פרוביר נאר אים צו 'פארשטיין', וויאזוי שטעלט מען אראפ די גבולות ?

יעדע השקפה האט א פראבלעם מיט גבולות. צום ביישפיל, אויב זאגט מען "חדש אסור מן התורה", וואס זענען די גבולות?
מאנטאג פעברואר 06, 2017 3:16 pm#362092
אם בדרך ארץ עסקינן כאפט א בליק אין דעם לינק, איך האב נאכנישט דורכגעלערנט דאס גאנצע, אבער ס'וועט אפשר צוגעבן אביסל פערספעקטיוו צו דעם שמועס

m http://yeda.eip.co.il/?key=6820 m
מאנטאג פעברואר 06, 2017 4:53 pm#362101
Re: "וועקער" אינטערוויו מיט פראפעסאר מארק שפירא
איך האב א ספר ביי מיר אינדערהיים וועגען דער טעמע.
בילד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 07, 2017 12:23 am#362152
דורכגעליינט.

א גרויסן יישר כח ATUB @אבטולמוס ATUB פאר די געוואלדיגע שאלות, מ'זעט אז ס'איז אריינגעלייגט כח און מח און דער וועקער האט מיט וואס זיך צו שטאלצירן מיט אזעלכע שואלים.

מיט די תירוצים בין איך ב"ה נישט אנטוישט. כ'האב נישט געזען קיין חידושים ווייל כ'האב שוין אלעס געוואוסט - און אויך געהאלטן אזוי - פארדעם אבער עכ"פ ברוך שכיוונתי. נאר מיט די חילוק וואס ער מאכט פון מציאות מיט חזקה מיין איך אויך אז יש עוד לדון בזה, אזוי ווי @ליטוואק און @שמערל האבן מעורר געוווען.

נאך איין קליינע זאך, ער ווערט געפרעגט צו ער איז מסכים מיט דר. אברהם טווערסקי וואס זאגט אז ער פארלאזט זיך נישט אויף זיך ווען ער האט א שאלה אין הלכה ווייל ער איז אן אקאדעמיקער און נישט קיין כולל אינגערמאן אויף וואס מלך ענטפערט אז ניין (עיי"ש תשובתו). לדעתי איז דאס נישט אזא מחלוקת, און דר. טווערסקי מיינט נישט צו דעמאנסטרירן א סטעיטמענט אז אזוי דארף אן אקאדעמיקער זיך צו פירן, נאר ס'איז ענדערש זיין אייגענע הנהגה וואס משום ענוותנותו וויל ער זיך נישט פארלאזן אויף זיך אליינס אפילו ער ווייסט אז יענער רב איז אויך נישט מקיים דעם משנה פון כך הוא דרכה של תורה, אבער עכ"פ וויל ער עס נישט אויף זיין אחריות. אבער איך גלייב אז ער כאפט נישט אבי א רב... מסתם ווייסט ער גאנץ גוט וועם צו פרעגן אז ס'זאל שטימען מיט עם, (און אז נישט וועט זיך אויך אן עצה געבן).
דינסטאג פעברואר 07, 2017 12:38 am#362158
Re: "וועקער" אינטערוויו מיט פראפעסאר מארק שפירא
היינט האב איך זיך נאך עפעס דערמאנט. דער גמרא זאגט אדם עשוי למשמש בכיסו כל שעה. דער בארימטער פרופ׳ וויל מיר זאגען וואס טוט מען מיט אזא חזקה היינטיגע צייטען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 07, 2017 12:49 am#362161
פארוואס זאל די גמרא האלטן אז היינט איז אנדערש.

טב למיתב טן דו איז אמאל געווען אוניווערסאל אנגענומען בעת וואס היינט איז נישט אזוי אנגענומען, איז מילתא בטעמא צו זאגן אז סגייט נישט און היינט.
מיר איז נאר שווער זיין חילוק צווישן קולטור און מציאות ווי כינים פרים ורבים, אבער דיין צושטעל קומט נישטא אריין
דינסטאג פעברואר 07, 2017 6:34 am#362174
Re: "וועקער" אינטערוויו מיט פראפעסאר מארק שפירא
ווייל מיר זע׳ען בחוש אז היינט איז אנדעריש.
איך פרעג עס נאר ווייל טב למיתב איז א סענסיטיוויער נושא, ס׳רירט אן טעמעס וואס זענען היינט אויפ׳ן וואגשאל. מענער טיילען איין וואס פרויען טראכטען, און באופן כללי דאס וויסען פאר זיכער וואס ׳יענער׳ וויל. דער קולטור לאזט עס נישט אזוי שנעל, הגם אז דאס מאכט נישט קיין חילוק אין דער מציאות צו הלכה. אדם עשוי למשמש בכיסו איז א לייכטערע נושא, וואס מ׳קען זע׳ען מיט די אויגען, מ׳דארף נישט שאצען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 07, 2017 6:30 pm#362221
קודם ישר כח ראובן פאר די הערליכע ארבעט איך האב זיך באלעקט מיט יעדן ארטיקל עס דערקענט זיך די שעות פון ארבעט וואס ליגט דא
מען שמועסט דא אויס די חזקה פון טב למיתב אז ס'איז אנגעהאנגען און די קולטור , פארוואס קען נישט זיין אז ס'איז וועגן די נאטור פון א פרוי וואס איז אנדערש פון א מאן ,
און די תורה זעט מען א פונדאמענטאלע חילוק צווישן מענער און פרויען לגבי מצות עשה שהז"ג , און ווי אויך און די מציאות ווען א מאן און פרוי געפעלן איינע פאר די אנדערע איז דא עפעס וואס ברענגט זיי צאם , די מאן באקומט א געוויסע אנערקענונג און ליבשאפט פון די פרוי און די זעלבע פארקערט , און דעס האט זיך נישט געטוישט דורךאויס די יארן ווייל ס'איז אנדערע נאטורן , איז מעגליך אז די חזקה האט אויכעט צוטוען מיט די חילוק און נאטורן פון א מאן און א פרוי
דינסטאג פעברואר 07, 2017 6:42 pm#362224
און וואס איז ווען זי לייקענט און זאגט אז ביי איהר איז עס נישט ריכטיג, זי וויל נאר א מאן וואס קען שיין זינגען, און אז נישט, וויל זי בלייבען עלענד? און נאכ'ן חתונה ווער זי געוואויר אז ער קען נישט זינגען? און וואס איז ווען ער שלאגט איהר, וואס קיין שום פרוי וויל נישט א מאן וואס שלאגט איהר, דאס איז אויך א מקח טעות? ווייל ס'האט קיינער נאך נישט אזוי געטענה'ט. נאר דער מאן וואס וויל נישט געבען א גט, האט הרב ראקמאן געוואלט מתיר זיין אן א גט, און קיינער האט נישט אנגענומען זיין מיינונג.

ער האט נאכנישט פארענטפערט דער אומרעכט וואס ער מאכט ביים אנשטעלען הרב סולובייציק ווי דער יחיד וואס האט זיך געדינגען. איך האף ער וועט זיך דא אריינשרייבען און ענטפערען, אפילו אויף ענגליש צו לשה"ק.
דינסטאג פעברואר 07, 2017 9:32 pm#362235
געמיינט אז די מאן קען זינגען איז נאר א פראבלעם אויב זי האט דאס געזאגט מיט א תנאי פאר די חתונה (וכולי האי ואולי, ס'האט דאך נישט קיין ממשות). און שלאגען גייט אריין בגדר בעלות וואס האט האט די מאן דער אויבערהאנט (קען זיין אז ביי דעם איז שוין שייך דינא דמלכותא...)
דינסטאג פעברואר 07, 2017 10:07 pm#362242
Re: "וועקער" אינטערוויו מיט פראפעסאר מארק שפירא
א תנאי איז גאר עפעס אנדעריש. תנאי האט נישט מיט דעת, כידוע לכלל הלומדים.

אז דער מאן מעג נישט שלאגען, שטייט שוין אין די ראשונים. און זיי זאגען א טעם ׳ווייל ס׳איז נישט אידיש, ס׳פאסט פאר גוים׳, עי׳ בשו"ת הרמב"ן. די היינטיגע פרוי וואלט קיינמאל נישט מסכים געווען צו אזא חתונה, און וואלט בעסער געוואלט בלייבען אליינס. און פון דעסטוועגען זאגט מען טב למיתב טן דו, דלא כדברי החכם ר׳ מלך

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 07, 2017 10:50 pm#362245
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א תנאי איז גאר עפעס אנדעריש. תנאי האט נישט מיט דעת, כידוע לכלל הלומדים.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איך פארשטיי נישט.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז דער מאן מעג נישט שלאגען, שטייט שוין אין די ראשונים. און זיי זאגען א טעם ׳ווייל ס׳איז נישט אידיש, ס׳פאסט פאר גוים׳, עי׳ בשו"ת הרמב"ן. די היינטיגע פרוי וואלט קיינמאל נישט מסכים געווען צו אזא חתונה, און וואלט בעסער געוואלט בלייבען אליינס. און פון דעסטוועגען זאגט מען טב למיתב טן דו, דלא כדברי החכם ר׳ מלך

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


די ראשונים וואס האלטן נישט פון שלאגן איז נאר א הנהגה טובה און נישט קיין לעיכובי. וידועים דברי הרמב"ם ועוד בענין זה ועי' ברמ"א אהע"ז (סי'??)
מיטוואך פעברואר 08, 2017 3:06 am#362264
Re: "וועקער" אינטערוויו מיט פראפעסאר מארק שפירא
דער רמב"ם רעדט לאו דוקא פון די מאן, ער זאגט ׳כופין אותה אפילו בשוט׳. דאס מיינט לכאורה אז ב"ד איז כופה די ווייב צו טוהן איהר פליכטען.
דער רמ"א אין קנ"ד ברענגט צוויי דעות אויף א פרוי וואס שעלט איהם און פיהרט זיך נישט אויף ריכטיג. איך האב נאר דערמאנט דער תשובות הרמב"ן צו ווייזען אז ס׳האט נישט מיט דער ארומיגע קולטור.

אלענפאלס, די אלע פוסקים רעדען נישט פון איהר תביעה אז אזוי וואלט זי קיינמאל נישט געוואלט חתונה האבען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מוצ"ש פעברואר 11, 2017 8:44 pm#362513
איז דא פון זיינע ביכער איבערגעטייטשט אויף אידיש?
און ווי קין מען קויפן זיינע ביכער
זונטאג פעברואר 12, 2017 2:43 am#362529
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איין קליינע נקודה, ער טיילט צווישען חז"ל׳ס מיניה קא רבי און חז"ל׳ס טב למיתב טן דו. ער מאכט כאילו נאר הרב סאלאווייטשיק האט זיך געדינגען מיט ראביי ראקמאן, בשעת אז ס׳איז פארקערט. קיינער האט זיך נישט מסכים געווען מיט איהם, און ער איז געבליבען אליינס. יא, הרב סאלאווייציק האט גערעדט הויך און קלאר, אבער אליינס איז ער נישט געווען.

אליינס איז ראביי ראקמאן נישט געבליבן, ווייל מיין טאטע האט מיר דאס שוין געזאגט מדעת עצמו פאר צען-פופצן יאר צוריק. זעט אויס אז ס'איז גענוג סברא ישרה, אז מיין טאטע האט אויך געהאלטן אז דאס איז באזירט אויף דעמאלסדיגע געזעלשאפטליכע נארמען, און כהיום ווען פרויען זענען נישט איינגעשפארט אינדערהיים, און כל כבודה בת מלך פנימה איז א מוסר דרשה אנשטאטס אן אפמאלנדע פאקט, איז די טב למיתב נישט ריכטיג.
זונטאג פעברואר 12, 2017 3:05 am#362532
וואס זאל איך זאגן? די אינטערוויו האט מיך היבש אנטוישט, אבער צוליב א פאזיטיווע נקודה. איך האב געהאפט אז מארק שפירא וועט אויסגיסן עמער'ס חכמה, אבער ס'איז למעשה נישט געווען אזוי טיף ווי געגארט [חוץ געוויסע איינצעלנע תשובות וואס זענען בעצם נקודות פאר זיך אין 'העמק דבר' פארום]. איך ווייס גראדע די סיבה דערצו: ראובנ'ס שאלות זענען נישט געווען קיין שאלת חכם חצי תשובה, נאר עס איז האלב מאל געלעגן מער חכמה אין די שאלות ווי אין די תשובות.

א חד עין וואס וועט איבערגיין די גאנצע אינטערוויו, וועט מערקן צוויי זאכן: ראובן האט נישט קיין איין "תמימות'דיגע" שאלה, און ראובן גיסט אויס עמער'ס חכמה אין זיינע שאלות. ארום האלב פון די תשובות זענען מער-ווייניגער א שאקל מיטן קאפ אויף יא, פון מארק שפירא. ס'איז הויפטזעכליך ראובנ'ס קאפשטיק, וואס איז אויפגעקומען מיט די פאסיגע שאלות, צו באקומען די נויטיגע אנטווארט, וואס איך האב געקענט זאגן אויסנווענדיג אז דאס וועט זיין די אנטווארט... קודאס פאר ראובן, ער איז דער גרעסערער העלד אין מיינע אויגן.

מארק שפירא זאגט פארט יא געוויסע חידושים. זיין חידוש איבער כינים פרה ורבה איז אין מיינע אויגן אבסורד, און בכלל נישט קיין גוטע דמיון צו סיי וואס. דער בעסטער אנטווארט צו זיין טענה, ליגט גאר אינעם פחד יצחק זעלבסט, וואס האט טאקע יא געהאלטן אז מ'דארף טוישן די פסק הלכה [די וואס האבן געהאלטן אז נישט, איז עס נישט געווען צוליב שפירא'ס טענה, נאר צוליב טיפיש-חרדישע געדאנקנסגאנג].

זיין התפעלות פון חסידישער נישט נאכלאזן פון זייערע מנהגים און קליידונג וכו', איז קעלבערנער התפעלות אין מיינע אויגן. אויב שוין יא פאראינטרעסירט אין אונזער קולטור, וואלט געווען העכסט צייט צו זען אז דער חורבן דערפון איז פילפאכיג גרעסער ווי די מעלה, שוין אפגערעדט אז אלע חסרונות קומען טאקע פון זעלבן פלאץ ווי אט דער א.ג. מעלה.

יש עוד הרבה להאריך ואין עיתותי בידי, אבער כ'דארף ווידערהאלן, אז אויב פון שפירא זעלבסט ווער איך אנטציקט אין זיינע פאוסט'ס אויף ספרים בלאג, בין איך דא איבערהויפט אנטציקט געווארן פון אונזער אייגענער חכם, ראובן, וואס האט אייגנטליך ארויסגעברענגט די שארפסטע און בעסטע פונקטן אין זיינע כלומר'שטע 'פראגעס'.



נ.ב. "הגר"ש'" ליבערמאן האט מיר געקיצלט, הגם עס איז אן אמת'ער טיטל...
זונטאג פעברואר 12, 2017 12:00 pm#362560
פשי! [קאפ פארבויגן]
זונטאג פעברואר 12, 2017 5:34 pm#362585
שש משזר האט געשריבן:נ.ב. "הגר"ש'" ליבערמאן האט מיר געקיצלט, הגם עס איז אן אמת'ער טיטל...


קודם א יישר כוח פאר די עורכים הוועקער מעומקי הלב. מיין קריטיק דא האט אדער א תירוץ און אז נישט איז עס קריטיק. גארנישט מער.

די קלאסיפיקאציע פון הגר"ש (צוזאמען מיט ז"ל) לכשלעצמה האט גארנישט געקיצלט מיינע אויערן. אבער דאס צוזאמען מיט פארשטעלן הגר"ש אלץ "קאנסערוועטיווען חכם" איז מיר געווען אביסל גריצעלדיג. ספעציעל ווען הגר"ש ווארט פארגעשטעלט צו מארק שפירא מיט א הקדמה אלץ די צענטראלע פיגור אין זיין בוך "שאול ליבערמאן און די ארטאדאקסן".

מארק שפירא פאנגט אן די בוך מיט א מעשה פון די לוויה פון רב וויינבערג און ווי די בני ישיבה פון ירושלים און די מזרחי שלעפן די ארון אויף אנדערע ריכטונגען און יעדער וויל אים נעמען אונטער זייער פליגעל. און די ביך אליין טוט טאקע ענדליך צו דעם אנאליזירן צו וועם רבי שאול באלאנגט. מילא לאמיר אנעמען אז ראובן פארשטייט אז מארק האט אנגענומען הגר"ש ווי א קאנסערוואטיוו. מיז דאך נישט רבי שמעיה מסכים זיין מיט די הנחה. ווי פרעגט ער אים אן כאילו אז דאס וואס רבי שמעיה רופט אים אן חכם מיינט אויס שוין אז ער איז אפשר פארקראכן מיט זיינע השקפות מער ווי זיין בני הקהלה..

והשנית, פארוואס זאל מען נעמען א היימישער חכם אחד וואס איז בין החיים און האט א שטעלע סיסטעם בתוך סיסטעם און אים פארשטעלן אויף אזא וועג וואס קען נאר אים קאסטן דמים תרתי משמע. ממה נפשך, איז הגר"ש שליט"א ווי אונז, פרום ערליך און open minded איז דאך א שאד דאס מפרסם צו זיין. איז הגר"ש שליט"א ווי מ'שטעלט אהער זיין משפחה און בני הקהלה, פארוואס זאלן מיר אנעמען אז ער האט אפילו געוויסט אז די הגר"ש ז"ל איז פראבלאמאטיש. מארק שפירא שרייבט דאך אליין און אט די בוך אז האלב די ישיבה וועלט לערנט הגר"ש'ס ספרים אן אפילו וויסן אז ער איז קאנטערווערסיאל.

ס'האט געקיצלט.
זונטאג פעברואר 12, 2017 6:24 pm#362590
ס'איז א ריכטיגע טענה ווייל יעצט אז דו פרעגסט עס פארשטיי איך אז מ'קען זען די שאלה ותשובה אין אזא ליכט. אבער באמת איז דאס נישט געווען מיין כוונה. איך האב געוואלט הערן פון פראפעסאר שפירא צוויי נקודות: א) אמת'ע חכמים, נישט קיין חילוק וואס זייער דעה איז, זענען מקיים דעם קבל את האמת ממי שאמרו. ב) תלמידי חכמים וועלכע זענען ערנסט מיט זייער לערנען און הערן טאקע פון יעדן, א שטייגער ווי הג"ר שמעיה אבער נישט ספעציפיש ר' שמעיה, קענען נישט בלייבן שטעקן אין א שמאלן בעליעף-סיסטעם. די מטרה איז נישט אז מ'זאל סעקאנד-געסן ר' שמעיה'ן -- וועלכער איז אן עטאבלירטער אויטאריטעט פון פריערדיגן דור און אין ספק אז ס'וועט אים נישט שאטן -- נאר אז דער וועלכער קוקט ארויף אויף תלמידי חכמים זאל פארשטיין אז גאונים וועלכע זוכן תורה און אמת זענען אויך געזעלשאפטליך באגרעניצט מיט וויפיל זיי קענען זאגן אין פובליק.

אזוי צי אזוי הער איך דיין קריטיק, און כ'וועל מער נזהר זיין בעתיד.
מאנטאג פעברואר 13, 2017 9:10 pm#362720
פונקט ווי ביים אינטערוויו פון דזשערעמי ענגלאנד, וואס האט מיך געגעבן, עונג, הנאה, און געשמאק, האט מיך דעם אינטערוויו פון מארק שפירא געגעבן הויפענעס פון אינספיראציע. איבריג צו זאגן אז עס גייט אריין דערין שעות פון הארוואניע, האב איך ווי אנדערע האבן שוין געשריבן, סופרייסינגלי, מער הנאה געהאט פון די קשיות ווי דער ענטפערס. דער שאלת חכם איז געווען א תירוץ שלום. ווען אימער איך האב אנגעהויבן ליינען א שאלה, און איך האב געטראכט, נו פרעג אים שוין דאס אויך, און לייג שוין צו דאס, און.. די שאלה איז געווען געדריקט. א רייכע שפאנענדע מאגאזין וואס האט געלוינט יעדעס דאלער.

ביי איין תירוץ פון שפירא בין איך עטוואס אנטוישט געווערן, וועגן די ענטפער צו די באציאונג צו גוים, ווי ער דערמאנט דער ליובאוויטשער רבי ז"ל וואס האט געזען פאר וויכטיג, און ער האט געשטיצט די פאזיציע צו אנערקענען דעם ווערד פון יעדן מענטש, און בלאזט אוועק דער תניא וואס איז משמע פארקערט. ער זאגט: פארהייליגטע ספרים דארפן נישט זיין דאס לעצטע ווארט, ספעציעל אויב זיי זענען געשריבן געווארן לאנג צוריק.. קען מען זיי מסביר זיין אז די ווערטער רעפעלעקטירן אן אנדערן רעאליטעט, און קענען ווערן פריש איבערגעטייטשט אין א וועג וואס פאסט מער פאר היינטצייטיגע באציאונגען צווישן אידן און גוים. הגם מיין מוח איז גענוג היינטצייטיג משיג צו זיין אזא באגריף, ספעציעל היינטיגע צייטן וואס איז פרעצעדענטלאז צו יעדער תקופה זינט בריאת העולם. אבער אזעלכע ווערטער איז גאר מסוכן פאר אן ארטאדאקסישער איד, ווייל דאס איז די שליסל צו צומאכן און עפענען אלעס וואס מיר ווייסן פון פריער, און עפענען פרישע טויערן וואס פאסט מער פאר היינטצייטיגע באציאונגען צווישן אידן און גוים. ס'איז פשוט צו א סענסיטיווער ליין. מארק שפירא אליין דערמאנט ווערטער פריער אינעם אינטערוויו וואס שיינט צו זיין פונקט פארקערט, וז"ל: כדי צו זיין איינהייטליך מיט וואס איך האב יעצט געזאגט, דארף איך גיין מיט דעם מהלך אז הלכות באזירט אויף געזעלשאפטליכע נארמעס וועלכע זענען שון נישט אנגענומען היינטיגע צייטן קענען זיך אויך נישט טוישן.. איך פארשטיי אז מ'קען אביסל אפטיילן, אבער עס איז קענטיג אז שפירא האט שטארק אכטונג געגעבן ווען ער האט דארט געגעבן א סענסיטיווער ענטפער.