פרייטאג פעברואר 03, 2017 3:01 pm#361847
"דאס געראנגל": א שטורמישע דערציילונג פונעם מענטשליכן גורל
אינעם פרישן וועקער ערשיינט א שטורמישע דערציילונג מיט'ן נאמען "דאס געראנגל". די געשיכטע האנדלט זיך פון א וויליאמסבורגער יונגערמאן וועלכער האט נעבעך פארלוירן די אמונה, און זיינע אינערליכע און דרויסנדיגע ראנגלנישן וועלכע האבן נאכגעפאלגט.
ווען שמואל גייט אהיים אנגעלענט האלב-שיכור אויף זיינע צוויי קינדער ווייסט ער אז ער איז גליקליך.
דער שרייבער פונעם ארטיקל, יצחק וואלד, איז נאך נישט אנגעקומען צו עפענען א שמועס דא אויף קאווע שטיבל, האט ער מיך מכבד געווען דערמיט.
די געשיכטע ברענגט א שטורם פון רעאקציעס פון לייענער. פון איין זייט הערט מען געוואלדיגע גריסן ווי דאס דרינגט אריין אין דער נשמה פון די מענטשליכע ראנגלנישן, און גיט אן איינבליק וואס מענטשן גייען דורך. פון דער אנדערער זייט איז א גרויסער ציבור נישט געוואוינט צו אזעלכע געשיכטעס, בפרט אז עס רירט אן ענינים וועלכע זענען קיינמאל נאך נישט דערמאנט געווארן אין "דער איד".
סארי פאר'ן זייט ציניש... כ'איז נישט די סטאנדארטן פון דער איד וואס שטערט, נאר ס'איז שווער פאר מענטשן צו פארדייען א מין אפענע גערעדעכץ, הגם די געשיכטע זעלבסט איז דווקא א שטעלונג קעגן די OTD-פענאמען ביי חסידישע מענטשן מיט פאמיליעס.
ווי כ'האב געזאגט פאר איינעם, אמת, די געשיכטע איז אנדערש ווי וואס מיר זענען געוואוינט צו לייענען, אבער דערפאר זענען מיר נישט דער בלאט, נאר דער וועקער!
די נקודות וועלכע ווערן דערמאנט אין דער געשיכטע זענען נוגע פאר אונזער היינטיגער געזעלשאפט, און די קאנצעפטן וואס מיר לערנען דארף יעדער וויסן - צי מ'איז אליין אמאל דורכגעגאנגען ענליכע נסיונות צי נישט. ווייל קרישקעלעך פון דער געשיכטע איז געשען צו דיין ברודער, שכן אדער זון, און איינער פון אונזערע עיקר צילן איז טאקע צו ברענגען צום אויפמערקזאם נושאים וועלכע זענען וויכטיג אויסגעשמועסט צו ווערן.
עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז לויט דעם שרייבער איז "דאס געראנגל" באזירט אויף אן אמת'ע געשיכטע.