Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואס ברענגט דיר צי פארטיידיגן ראסיזם אדער א אומרעכט?

וואס ברענגט דיר צי פארטיידיגן ראסיזם אדער א אומרעכט?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11283
זונטאג פעברואר 05, 2017 1:39 pm#361940
וואס ברענגט דיר צי פארטיידיגן ראסיזם אדער א אומרעכט?
ס'קומט פאר פון צייט צו צייט געוויסע אומריכטיגע אינצידענטן אויף די גאס אדער און א חסידות, ווי למשל די מעשה מיט מרדכי בן דוד ווי ער האט געניצט ביי א קאנצערט א דערנידערונג אויסדריק צי אויסדריקן אז אבאמא'ס טערמין איז פארטיג,

סא נאכדעם שאפן זיך 2 לאגערן (וואס איך וויל רעדן פון...) איין לאגער וועט זאגן אז ס'איז נישט געווען א פאסיגע אויסדריק און ער זאל זיך אנטשולדיגן און די צווייטע לאגער וועט זאגן אז ער האט גארנישט געמיינט, און מען זאל זיך סטאפן משוגע מאכן,

וויל איך וויסן וואס איז די ווייטאג וואס ליגט אינטער דעם, עס זעט נישט אויס ווי די דעבאטע וואס מען רעדט פון, אז מען רעדט פון די זאך פון וואס מען האט אנגעפאנגען צי רעדן, (איך גלייב אז שטילערהייט וועלן רוב מסכים זיין אז מען טאר נישט אזוי רעדן) נאר עס גליטש זיך אריין און די אלגעמיינע לאגער פון רעכט אדער לינק, וויל איך וויסן וואס געשענט ווען מ'אנטשולדיגט זיך? וואס איז די פראבלעם? און פארוואס אויב א מענטש האט זיך מיאוס אויסגעדריקט אז ס'איז א פראבלעם צי פארלאנגען אן אנטשולדיגונג?
זונטאג פעברואר 05, 2017 1:53 pm#361946
וואס עס באדערט פאר געוויסע מענטשן איז מען אביוסט די מושג פון ראסיסט צו שטיל מאכן אנדערע מענטשן אינדערצייט וואס די צווייטע האט א גערעכטע טענה אבער איינמאל דו ביסט פארריפן אלץ ראסיסט ביסטו אוטומאטיש נישט גערעכט
זונטאג פעברואר 05, 2017 1:54 pm#361947
אויב האב איך ריכטיג פארשטאנען דיין פראגע איז עס פארוואס עס גייט אן פאר מב"ד זיך צו אנטשולדיגן. איך האלט אויך אז עטיש וואלט געווען אז ער זאל זיך אנטשולדיגן, אבער איך מיין אז מב"ד'ס דילעמא איז נישט געווען אז ער האט געטון אן אומעטישע זאך, נאר אז ער האט שאדן געמאכט פאר דעם אימעדזש פון דעם יהדות החרדית. ווען עס קומט אפצושאצן וואס זיין נעקסטן שריט זאל זיין ווערט עס נישט געמאסטן לויט וויאזוי מ'קען פאררעכטן זיין אומרעכט, נאר וואס איז דאס בעסטע פאר די פי-אר צרכים פון דעם יהדות החרדית.

און ווי סיי וועלכער א פי-אר מומחה וואלט אים געראטן לוינט ענדערש צו מאכן א שווייג אזוי אז די מעשה זאל זיך אפשטילן, ווייל אן אנטשולדיגונג וואלט ווידער ארויפגעברענגט די געשיכטע, און נאכאמאל געקאסט פאר דעם חרדישן אימעדזש.
זונטאג פעברואר 05, 2017 2:37 pm#361954
Re: וואס ברענגט דיר צי פארטיידיגן ראסיזם אדער א אומרעכט?
ראובן האט געשריבן:אויב האב איך ריכטיג פארשטאנען דיין פראגע איז עס פארוואס עס גייט אן פאר מב"ד זיך צו אנטשולדיגן. איך האלט אויך אז עטיש וואלט געווען אז ער זאל זיך אנטשולדיגן, אבער איך מיין אז מב"ד'ס דילעמא איז נישט געווען אז ער האט געטון אן אומעטישע זאך, נאר אז ער האט שאדן געמאכט פאר דעם אימעדזש פון דעם יהדות החרדית.


מיין קשיא איז נישט געווען אויף מב"ד נאר אויף די מענטשן וואס הערן די מעשה און קענען נישט האלטן אז ס'איז א אומרעכט, אויף דעם וויל איך פארשטיין פארוואס מען מיז אזוי האלטן?
זונטאג פעברואר 05, 2017 2:39 pm#361955
Re: וואס ברענגט דיר צי פארטיידיגן ראסיזם אדער א אומרעכט?
קומזיץ האט געשריבן:וואס עס באדערט פאר געוויסע מענטשן איז מען אביוסט די מושג פון ראסיסט צו שטיל מאכן אנדערע מענטשן אינדערצייט וואס די צווייטע האט א גערעכטע טענה אבער איינמאל דו ביסט פארריפן אלץ ראסיסט ביסטו אוטומאטיש נישט גערעכט

אבער פארוואס אפילו ווען ס'דא א גערעכטער
טענה מיז מען אויך אזוי האלטן?