Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » "בימים ההם" סעריע אין דעם "וועקער"

"בימים ההם" סעריע אין דעם "וועקער"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11284
זונטאג פעברואר 05, 2017 1:45 pm#361943
"בימים ההם" סעריע אין דעם "וועקער"
עפ"י בקשת אחד מחברינו עפן איך אויף אן אשכול פאר דער נייער סעריע אינעם וועקער בשם "בימים ההם". דער קאלום איז געווידמעט אויסשניטן פון אלטע אויסגאבעס און צייטונגען וואס קענען זיין אינטערעסאנט פאר די לייענער. איינער האט מיך געפרעגט צי כ'האב גענוג חומר אנצוגיין פאר עטליכע חדשים -- כ'האב אים געענטפערט אז כ'האב גענוג פאר צען יאר...

אין דעם ערשטן קאלום זענען פאראן אויסשניטן פון דער טאג, דער איד, שערי ציון, די צייטונג, און נאך. אלס א טייל פון דער סעריע וועל איך פרובירן אין יעדער אויסגאבע צו נעמען איין אויסשניט און מרחיב זיין את הדיבור. אין דער יעצטיגער אויסגאבע שמועס איך אויס אן אנאנס אין דעם "אידישן ליכט" בשנות תר"פ וואס דערמאנט ספרי השכלה וואס מ'קען באקומען ביי "ר' יצחק מאיר אלטער'ס ספרים געשעפט". דער ר' יצחק מאיר שטעלט זיך ארויס צו האבן געווען דער איידעם פונעם אמרי אמת מ'גור.

וזאת למודעי, אז אויב איינער האט אן אינטערעסאנטן אויסשניט וואס ער וואלט געוואלט זען אין דעם קאלום, זאל ער עס אריינשיקן צו דער רעדאקציע: e vekerjournal@gmail.com e
זונטאג פעברואר 05, 2017 1:52 pm#361945
ראובן האט געשריבן:אין דער יעצטיגער אויסגאבע שמועס איך אויס אן אנאנס אין דעם "אידישן ליכט" בשנות תר"פ וואס דערמאנט ספרי השכלה וואס מ'קען באקומען ביי "ר' יצחק מאיר אלטער'ס ספרים געשעפט". דער ר' יצחק מאיר שטעלט זיך ארויס צו האבן געווען דער איידעם פונעם אמרי אמת מ'גור.

vekerjournal@gmail.com

געפאלן איז מיך - נאך מיין פון דער "השכלה" אספעקט - דאס די גור'ער קינדער האבן שכל געהאט, אינוועסטירערערס צו באווערן, מיט "רייכע" לייט אין די "גאלדענע" עמערעקע...
זונטאג פעברואר 05, 2017 1:58 pm#361948
בן נריהו האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:אין דער יעצטיגער אויסגאבע שמועס איך אויס אן אנאנס אין דעם "אידישן ליכט" בשנות תר"פ וואס דערמאנט ספרי השכלה וואס מ'קען באקומען ביי "ר' יצחק מאיר אלטער'ס ספרים געשעפט". דער ר' יצחק מאיר שטעלט זיך ארויס צו האבן געווען דער איידעם פונעם אמרי אמת מ'גור.

vekerjournal@gmail.com

געפאלן איז מיך - נאך מיין פון דער "השכלה" אספעקט - דאס די גור'ער קינדער האבן שכל געהאט, אינוועסטירערערס צו באווערן, מיט "רייכע" לייט אין די "גאלדענע" עמערעקע...

हाँ। ऐसा लगता है कि रब्बी खुद अपने दामाद कानून निवेश करने के लिए कहा था। बहुत ही रोचक।
זונטאג פעברואר 05, 2017 3:11 pm#361959
פאר די וואס פארשטייען נישט קיין הינדא קענען דא זעהן.
זונטאג פעברואר 05, 2017 4:48 pm#361975
בנוגע דעם שערי ציון אנאנס. כ'האב אמאל געהערט אז אין באבוב האט מען אמאל נישט געהאט קיין גרויסע קפידות און חומרות אויף מעהל וואס מען האט גענוצט פאר די מצות.

ווי אויך האב איך אמאל געהערט אז ביי ר' הערשעלע ספינקער האט מען דוקא נישט מקפיד געווען אויף 18 מינוט.

ס'האט מיר אמאל געזאגט א עלטערן איד אז פארן קריג איז די מצה ביזנעס געווען פיל מיט מכשולות און קארופציע און מען האט נישט געקענט טוען קיין סך דערוועגן.

ווי אויך האב איך אמאל געהערט פון איינעם אין די ביזנעס אז היינט זענען צוגעקומען אזויפיל נייע חומרות וואס מאכן די מצות פון 40 יאר צירוק ממש חמץ. און אז אין גן עדן טוט זיך טישן אויף בענק צו מ'זאל ארויסצושטעלן די אלע פריערדיגע צדיקים וואס האבן געגעסן פון די אמאליגע מצות.

ס'האט איינער געברענגט אמאל קיין באבוב גאר מהודר'דיגע מצות פון רחים של יד און אויפ'ן שאכטל איז געווען געשריבן רש''י האט די עולם דארט געפרעגט דעם איד צו ער האט רבינו תם מצות אויך...
זונטאג פעברואר 05, 2017 5:18 pm#361978
Re: "בימים ההם" סעריע אין דעם "וועקער"
דער היסטאריא פון מצות איז נאך נישט גוט באשריבען. אין דער אלטע היים האט מען נישט געהאט כצעט קיין קאמערשעל מצות. קהל האט געהאט אן אויווען, און יעדער האט געהאט זיין באשטימטע צייט צו באקען. עמי הארץ האבען געהאט עמהארצישע מצות און תלמידי חכמים האבען מער מהדר געווען, ס׳איז נישט געווען קיין כלל אין דעם.
אז מ׳טוט א קוק אין דברי מלכיאל ח"ד סי׳ כ"א זעט מען זיין חומרות אין מצה באקען. מיין חבורה פון שווארצע מצות וואלט זיך געבענטשט צו האבען אזעלכע מצות.

דער ענין פון שמורה איז אויך נישט געווען אזוי פארשפרייט, אחוץ פאר׳ן סדר. היינט פארגינט מען זיך מצות אן א שיעור, זאגאר האנד מצות מיט א מינימום פון אכצען דאללאר א פונט. אמאל האט מען דאס נישט געקענט, און פיהל ערליכע אידען האבען נאר געהאט מצות מקמח שמורה פאר׳ן סדר. און ווער זאגט? אפשר איז מחמיר זיין נישט אויסצוגעבען געלט וואס מ׳האט נישט וויכטיגער ווי מצות שמורה?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג פעברואר 05, 2017 5:28 pm#361981
כ'האב פארשטאנען אז פארן קריג איז מצות פונקט אזוי געווען א ביזנעס. צאנזער רב אין די תשובה אויף מאשין מצות האט געשריבן אז אלמנות שטייען אויס צו פארלירן זייער פרנסה. ווי אויך איז שייך געווען חבורות אבער כ'בין גאנץ זיכער אז מצות איז שוין יארן א ביזנעס.
זונטאג פעברואר 05, 2017 5:52 pm#361983
Re: "בימים ההם" סעריע אין דעם "וועקער"
נישט אומער.
די ביזנעס איז נישט געווען פארקויפען די מצות, נאר פיהרען די בעקעריי. ווען איינער האט גענויט מצות, האט ער געדינגען די וואס זענען געווען אוועילעבעל, ד.ה. די אלמנות וואס זענען גרייט צו ארבעטען עקסטער אין די פאר וואכען פאר פסח צו פארדינען א חיונה פאר יו"ט.
קוק דארט אין דברי מלכיאל, ווי ער דערמאנט די מצות העומדים למסחר. עכ"פ נישט אויפ׳ן היינטיגע שטייגער.

די גדולי ישראל וואס זענען אזוי צופרידען געווארען פון מאשין מצות איז טאקע צוךיעב דעם אז די כשרות סטאנדארטען זענען געווארען פיהל בעסער צוליעב די מאשינען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג פעברואר 05, 2017 5:58 pm#361985
ראובן: ייש"כ. דו האסט זייער גוט געטון ווען דו האסט געענטפערט פארבן נריה מיט סאנסקריט. (די אלטע אינדישע-פאקיסטאנ'ער שפראך.). ער פרעטענדירט צו רעדן טערקיש. מסתמא כדי צו זיין קיוט. און געפונען חן אין די אויגן פן די נאאיווע,תמימות'דיגע און אומוואוסנדע ליינערס און שרייבערס דא אויף קאווע שטיבל. איך האבן אים שוין געבעטן, נאך מיט חדשים צוריק. אז אויב ער האט נישט עפעס בעסערס צו טון ווי פארדרייען א קאפ. זאלל ער זיך פארדרייען זיין אייגענעם קאפ. ווי דער באקאנטער ווערטל, וואס מ'פרעגט פון א משוגע'נעם. פארוואס האקסטו יענעם'ס קאפ אין די וואנט. האק דיין אייגענעם קאפ...!
זונטאג פעברואר 05, 2017 10:10 pm#362021
Re: "בימים ההם" סעריע אין דעם "וועקער"
באקאנט וואס רבי יענקל'ע דרוקט זיך אויס אויף די מצות ביי זיי אינדערהיים אין יאשליסק
מאנטאג פעברואר 06, 2017 5:33 am#362041
וואס האט ער געזאגט?
זונטאג מערץ 10, 2019 11:16 pm#426154
זייער הנאה געהאט פון די צייטונג אויסשניטן. כ'האב קיינמאל נישט ארויסגעהאט וואס גענוי פארווערטס האט געשריבן קעגן סאטמארע פראטעסטן. אויך זייער אינטערסאנט די באבובע ישיבה וואס האט געלערנט די בחורים זייגערמאכעריי.