Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » אינטערוויו מיט ראובן אין פארווערטס וועגן דעם וועקער

אינטערוויו מיט ראובן אין פארווערטס וועגן דעם וועקער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11290
דינסטאג פעברואר 07, 2017 9:45 am#362178
אינטערוויו מיט ראובן אין פארווערטס וועגן דעם וועקער
אינטרעסאנטע נייעס האט היינט פאסירט. דער אנליין אידיש צייטונג 'פארווערטס' האט געמאלדן וועגן דער נייעם וועקער, און נישט נאר דאס, נאר געדרוקט אן אינטערוויו פון איציק בלימאן מיט אונזער בארימטער רעדאקטאר 'ראובן' וואס האט ערקלערט דער תכלית פונעם אויסגאבע און איר אייגענארטיגקייט.

לייענט און האט הנאה:

m http://m.yiddish.forward.com/articles/2 ... int/?p=all m
דינסטאג פעברואר 07, 2017 10:42 am#362182
מיט דעם לינק קען מען שרייבן קאמענטארן
m http://yiddish.forward.com/articles/202 ... int/?p=all m
דינסטאג פעברואר 07, 2017 10:47 am#362183
איין זאך דארף מען באמערקען פונ'ם אינטערוויו. דער גראפיקער האט דאס מאל זיך באהאלטען בהסתרה שבתוך ההסתרה, מ'הערט כמעט נישט זיין נאמען. ראובן האט איהם שיין אויסגערימט, אזוי ווי עס קומט זיך איהם.

ATUB @אלקנה ATUB ווי ביסטו?
דינסטאג פעברואר 07, 2017 10:58 am#362185
הנני מצטרף להנ"ל ATUB @אלקנה ATUB ווי ביזסטו??
דינסטאג פעברואר 07, 2017 1:20 pm#362190
איציק בלימאן = לאשיצער ?
דינסטאג פעברואר 07, 2017 1:34 pm#362192
Re: אינטערוויו מיט ראובן אין פארווערטס וועגן דעם וועקער
יעקב מענטש האט געשריבן:איציק בלימאן = לאשיצער ?


פינעם אימייל אין דעם אשכול שיינט אזוי
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=307362#p307362
דינסטאג פעברואר 07, 2017 2:45 pm#362199
יא. לויט די תקנות פון אוניווערזיטעט טאר איך נישט זיין אנאנים אויף קיין שום פלאטפארמע וואס האט א שייכות מיט מיין ארבעט.
אבער מיינע "אינפארמאנטן", די מענטשן וואס איך מאך ביי זיי אינטערוויוען פאר מיינע אידיש-שפראכיגע פארשונגען, בלייבן יא אנאנים.
דינסטאג פעברואר 07, 2017 3:30 pm#362207
זעט אויס אז דער ארויסגעבער האט זיבן נעמען ווי יתרו
דינסטאג פעברואר 07, 2017 11:15 pm#362253
ישראל גלויבער האט געשריבן:זעט אויס אז דער ארויסגעבער האט זיבן נעמען ווי יתרו

און אזוי ווי מנשה לוסטיג
מיטוואך פעברואר 08, 2017 5:23 pm#362313
לויט ווי איך ווייס, האט מנשה לוסטיג בשיטה פיינט צו ניצן אנאנימע נעמען, ער שרייבט נאר מיט זיין אפענע נאמען, אדער וואס מ'ווייסט אז ער איז עס.
זונטאג פעברואר 12, 2017 7:45 am#362545
ישראל גלויבער האט געשריבן:לויט ווי איך ווייס, האט מנשה לוסטיג בשיטה פיינט צו ניצן אנאנימע נעמען, ער שרייבט נאר מיט זיין אפענע נאמען, אדער וואס מ'ווייסט אז ער איז עס.

״מנשה לוסטיג״ איז א אפענע נאמען?
זונטאג פעברואר 12, 2017 9:09 am#362546
Re: אינטערוויו מיט ראובן אין פארווערטס וועגן דעם וועקער
אין די אשכול מיט זיין לעבענס געשיכטע דא אין שטיבעל, שרייבט ער אויס זיין גטנצע נאמען. זיין ערשטע נאמען איז נאך דער בעל הילולא פונ׳ם טאג וואס ער איז געבוירען געווארען, זיין צווייטע נאמען קומט פון דער העלד פונ׳ם טאג פון זיין ברית, און זיין משפחה נאמען האט מיט דער כלי וואס מאנכע נוצען צו עסען זופ.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג פעברואר 12, 2017 11:17 am#362553
משה מרדכי לאפפלער

איך מוטשע עהם אויפן טעלעפאן ער זאל קומען שרייבן דא.
און ער זאגט, ווען מ'וועט צוריקעפענע זיין נאמען 'מנשה לוסטיג'.
זונטאג פעברואר 12, 2017 11:29 am#362555
ישראל גלויבער האט געשריבן:איך מוטשע עהם אויפן טעלעפאן ער זאל קומען שרייבן דא.
און ער זאגט, ווען מ'וועט צוריקעפענע זיין נאמען 'מנשה לוסטיג'.

שטימט נישט
זונטאג פעברואר 12, 2017 11:36 am#362556
שטימט יא.
זונטאג פעברואר 12, 2017 11:44 am#362557
ווער ס'זאגט אז מנשה האט אנאנימע נעמען, קען עהם נישט בכלל
זונטאג פעברואר 12, 2017 11:54 am#362558
ישראל גלויבער האט געשריבן:ווער ס'זאגט אז מנשה האט אנאנימע נעמען, קען עהם נישט בכלל

ס׳וואַרפט זיך דא ״פאקטן״ לרחצה!. כן ירבה.
מאנטאג פעברואר 13, 2017 9:44 pm#362726
פארוואס איז די נאמען מנשה אויסגעשפארט
מאנטאג פעברואר 13, 2017 10:04 pm#362731
האָפֿנטלעך װעט קומען דער טאָג װאָס אַ חסיד װעט קענען שטאָלצירן מיט זײַן אינטעלעקט און קענען שטילן זײַן אינטעלעקטועלן דורשט, אָבער איך פּערזענלעך באַטראַכט זיך נישט אומגליקלעך. יאָ, זאַכן קענען זײַן בעסער — אַ סך בעסער, אָבער מיר אין דער חסידישער װעלט האָבן אַ סך מיט װאָס צו שטאָלצירן


וואס האט עס צו דרך החסידות ?
לעיקוואד איז אנדערש אין דעם, אתמהה