Under maintenance
הויפט זייט » ביסט מיר געווארן א "חכם"? טרעף חכמה אין אידישקייט!!

ביסט מיר געווארן א "חכם"? טרעף חכמה אין אידישקייט!!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11302
זונטאג פעברואר 12, 2017 8:38 pm#362608
ביסט מיר געווארן א "חכם"? טרעף חכמה אין אידישקייט!!
א היסטארישע ארטיקעל איז געשריבן געווארן פאריגע וואך און האט נאך נישט באקומען גענוג אויפמערקזאמקייט ביי אונז אין שטיבל. דאס איז די ארטיקעל "גיסט נישט אויס דאס וואסער מיטן קינד!" געשריבן דורך דעם בארימטן שריפטשטעלער הרב יואל אשר לאבין.

צום ערשטן איז א חידוש נפלא אז הרב לאבין האט זיך ארויסגעשטעלט מיט זיין ארטיקל און מיט זיין נאמען. מ'דארף דאס באגריסן, ווייל אזעלכע זאכן געשעען נישט אזוי אפט און עס איז געוואגט. נאכדעם איז א עקסטערע זאך וואס מ'דארף באגריסן אז ער האט דאס געשריבן נישט אין דער איד אדער דער בלאט נאר אין סאמע פארווערטס די פלאץ פון די עוקרי התורה ומחללי שבתות. פונקט ווי הגה"ק רבי אלחנן וואסערמאן זצוק"ל בשעתו האט געשריבן פייערדיגע מאמרים פאר יהדות אין די פרייע אידישע פרעסע אין פוילן, אזוי דארף מען היינט זיך ארויסריקן פון דער בלאט און שרייבן אביסל עכטע אמונה אין די פלעצער ווי ס'דרייען זיך OTD'ס און פאטענציעלע אראפ-פון-דרך'ניקעס.

איז וואס האט הרב לאבין געזאגט? אנשטאטס איך זאג פאראפרעיזן זיין גאלדענע שפראך, לאמיך ענק געבן דעם שליסל וואס וועט אייך צופירן ממש צו דעם ארטיקל אליין. וועט איר קענען זען די הייליגע ווערטער אותיות מחכימות*.

m http://blogs.yiddish.forward.com/yiddis ... ph/202313/ m






יעצט אז איר האט שוין געענדיגט ליינען די הייליגע ווערטער, און איר האט געפראסעסט וואס דאס מיינט, לאמיר א מינוט זיך אפשטעלן און פארשטיין. וואס מאכט א מענטש זוכן גליקן אין פרעמדע ערטער? וואס מאכט דעם אזויגערופנעם חכם וועלן שפירן די "ארט" פון עפעס א עכו"ם פעינטער און עס פאלט אים גארנישט ביי אז ביי לכה דודי קען מען שוועבן אין די לופטן? פארוואס טראכט ער אז די מוזיק פון עפעס א רוסישן שיכור קען דערהייבן א מענטש אבער עס פאלט אים נישט ביי אז א ווארימע אידישע ניגון'דל קען ארויסשלעפן א מענטש מאפילה לאורה ברוחניות און בגשמיות?

מו"ר הגה"ח רבי אביגדור מיללער זצוק"ל האט געטיישט דעם פסוק אין משלי "לדעת חכמה ומוסר" - חכמה גייט אלעמאל צוזאמען מיט מוסר. אויב האט מען חכמה אליין ווערט מער פארשלעפט אין פארצויגן צוליב די אייגענע תאוות, און מיינען אז יענעמס גראז אין גרינער איז א תאווה. אבער אויב האט מען אויך מוסר, מ'האט ענווה, מ'פארשטייט זיך מתגבר צו זיין אויף די מענטשליכע שוואכקייטן, דעמאלטס איז חכמה א ברכה. און נאר דעמאלטס קען מען זיין ווי דער פסוק זאגט ווייטער "להבין אמרי בינה".

דערפאר איז וויכטיג צו חזר'ן הרב לאבין'ס מעסעדזש איינמאל און נאכאמאל, צו געדענקען אז דווקא ביי אונז קען מען טרעפן די גליקן פון די וועלט, און מ'דארף נישט גיין פאשענען אין פרעמדע פעלדער.

________
*אז מ'רעדט פון אותיות מחכימות איז כדאי צו דערמאנען וואס כ'האב געהערט פון מו"ר הגאון החסיד רבי אביגדור מיללער זצוק"ל אז אותיות מחכימות איז נישט סתם א מליצה וואס ארבעט עפ"י סייענס ווייל די מוח קען בעסער "פראסעסן" די ווערטער, נאר דאס האט א ענין סגולי וואס די הייליגע אותיות שטראלן אריין א ליכטיגקייט אין מוח, וואס איז להבדיל א"א הבדלות די אותיות וואס מ'זעהט אויף כלים טמאים ווי טעלעוויזשען וואס די ראדיא סיגנאלן באמבאדירן דעם קאפ מיט כל מיני טומאה וזוהמה וואס פארשטאפט דעם קאפ.
זונטאג פעברואר 12, 2017 10:27 pm#362622
א מענטש דארף מאכן זיין אייגענע פלאן וויאזוי צולעבן און וויאזוי זיך אויפצופירן, נישט אויף יעדעם שטייט גוט די היינטיגע סיסטעם. אוואדי דארף א מענטש גרונטליך דורכטראכטן אלע צדדים און נישט סתם אוועקצולויפן אינמיטן העלן טאג מיט א שטוב מיט קינדער, אבער לדעתי, אויב א מענטש קומט צו א מצב ווי ער קען מעהר נישט וואוינען אין א ענווייערמענט ווי ער פילט דערשטיקט און ער קען מעהר נישט אויסהאלטן די מהלך החיים ארום זיך איז צייט זיך אראפצוזעצן און איבערעדן מיט קלוגע מענטשען וואס פארשטיין אין די פיעלד און זעהן וויאזוי/אויב מ׳קען ארויסקריכן פון די פלאנטער. איך זאג נישט אז מ׳זאל זיך נעמען לויפן די רגע מ׳פילט אומבאקוועם, איך זאג אז א מענטש זאל נישט לעבן א לעבן וואס ער וויל נישט געצווינגענערהייט, און אויב פילט ער אז סאיז נישט מעהר פאר אים בשום פנים ואופן, זאל מען גוט דורכטראכטן אלע צדדים און אנפאנגן צוקוקן וויאזוי ער קען יא לעבן א גליקליכע צופרידנע לעבן,שטייצעך מ׳זאל פראבירן צומאכן וואס ווייניגער שאדן און ווייטאג פאר אלע ארומיגע און ווען די צייט איז רייף און ס׳גוט אויספלאנירט, וויאזוי אומצוגיין מיט די ווייב, קינדער, עלטערן, חברים, וכו׳ זאל מען זיך גיין לחיים ולשלום. סאיז נישט גרינג די טראנזישאן.

מ׳קען אסאך רעדן איבער דעם סאיז היפש א קאמפליצירטע קאנטערווערסיאלע נושא,אבער ׳אינטערשטע שורה׳, א מענטש דארף נישט לעבן א לעבן געצווינגענערהייט, און א לעבן וואס זיי גלייבן נישט אין דעם. יעדער זאל מאכן זייער אייגענע חשבונות, אבער קום מיר נישט זאגן וויאזוי צוטראכטן און ווי צו קוקן פאר חכמה, איך וועל אליינס מחליט זיין וואס חכמה מיינט ביי מיר און ווי זיך אומצוקוקן פאר חכמה, אז דיר איז די כריין גיט מיינט נאך נישט אז סאיז גוט פאר א יעדעם.

נ״ב איך באצי מיך נישט צו די ארטיקל פון הרב לאבין נאר צו שיטה׳ס לעצטע תגובה.
זונטאג פעברואר 12, 2017 11:01 pm#362624
גאר שטארקע און ריכטיגע ווערטער פון הרב לאבין

איך האב שוין לאנג געזען אין הרב לאבין אז ער איז א מענטש מיט א מהלך

אין קורצע ווערטער ביסט נישט צופרידן מיט סיי וואס

1 רעוואלט נישט אינגאנצן טו נישט דראסטיש טויש נישט פון ווי דו ביסט די אלטע לאזונג ' א איד ביסטו געבוירן א איד וועסטו שטארבן' האט אן אמת אויך אין זיך פארשטיי גוט קענסט נישט ארויסגיין פון זיך וואס דו ביסט ביסטו וואס דו קענסט יא איז

2 זוך אין דיין מצב די בעסטע

3 ווען דו ביסט נישט צופרידן פון איין אדער מערערע זאכן מיינט נישט אז אלעס איז אפגעפרעגט מיינט נישט אז ס'איז נישט פארהאנען גוטע זאכן אויך

קלויב די גוטע ווארף אוועק די שלעכטע און בלייב אין דיין מצב וועסטו זיין צופרידן די רעוואלט און העיט וועט דיך נישט ברענגען קיין ערגעץ ווייל סוף בעקפייערט עס אויף דיין פרעזענליכע לעבן ווייל פון זיך קען מען ניט אנטלויפן ערגעץ ווי וועט עס פלאצן

למעשה דארפן זיך צוזאמנעמען די אלע וואס זענען מיט שיטת לאבין און מיט א בראווקייט מאכן א יוניאן און טון די ריכטיגע מיט העפיניס און שטאלץ וועסטו זיין צופרידן און וועסט צופרידן מאכן אנדערע
מאנטאג פעברואר 13, 2017 1:11 am#362633
פארוואס האט ער עס נישט געלייגט אינעם וועקער? ווער ליינט נאך פארווערס בכלל?
מאנטאג פעברואר 13, 2017 1:46 am#362635
ביבער האט געשריבן:פארוואס האט ער עס נישט געלייגט אינעם וועקער? ווער ליינט נאך פארווערס בכלל?

יואל אשר זאגט זייער גוט אין די ארטיקל, אבער פארוואס אינעם פארווערטס? איך האב נישט קיין פראבלעם מיט זייערע שיטות נאר ענדערשט מיט זייער התנהגות פון באשמיצן יעדע איד ווען זיי האבן נאר א געלעגנהייט, ארטעדאקסישע און נישט ארטעדאקסישע צוגלייך.
שרייבן נעגעטיוו אויף יודן, איז ביי זיי ווי א רעספרעיטער זיך צו האלטן ביים לעבן. דאס איז חוץ זייער אלטער שמוציגער היסטורי צו אראפמאלן א שווארץ בילד אויף אידישקייט. יואל אשר וואלט געמעגט האבן מער שכל ווי דעם און נישט לייגן דארט קיין ארטיקלן.
מאנטאג פעברואר 13, 2017 2:55 am#362640
ביבער האט געשריבן:פארוואס האט ער עס נישט געלייגט אינעם וועקער? ווער ליינט נאך פארווערס בכלל?


אפשר ווייל די פארוועטס באצאלט און די וועקער נישט, סוכ״ס דעס איז זיין פרנסה.
מאנטאג פעברואר 13, 2017 3:40 am#362641
Hasidic one שרייט אז יואל אשר קען רוהיג עפענען א בית מדרש איך בין מיט עים אינגאנצן יואל אשר וואלט געווען א פיינער רב . איך וועל זיין דיין ערשטע חסיד הרב לאבין!
מאנטאג פעברואר 13, 2017 9:06 am#362646
וואס עפעס זאל ער עס לייגן אינעם וועקער? ער שרייבט דאך דירעקט צו אפגעפארענע אידן וואס מאכן חוזק פון אידישקייט און מיינען אז דער גליק ליגט ביי די אומות העולם.
מאנטאג פעברואר 13, 2017 9:37 am#362648
Re: ביסט מיר געווארן א "חכם"? טרעף חכמה אין אידישקייט!!
זיין רעדע העלפט נישט ביי אפגעפארענע, נאר ביי די וואס צווייפלען זיך אין זייער מצב.

יעדער מענטש טוט זאכען געצוואונגענעהייט. דאס לעבען אין דער וועלט פאדערט עס. נאר א היפפי א יורש א מנוול לעבט לויט וואס ס׳שמעקט איהם. אן איינשטעטיגע מענטש האט פליכטען. צו א ווייב, צום ארבעט, צו קינדער און צו זיין משפחה. מ׳זוכט זיך א וועג אין די מצב וויאזוי צו לעבען דערמיט. אנטלויפען איז פאר אן אומציוויליזירטע פחדן, נישט פאר א מענטש צווישען מענטשען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג פעברואר 13, 2017 10:20 am#362650
כל הכבוד הרב לאבין.

דעם ארטיקל אונעם פארווערטס וועט נאך ריקן דעם הרב לאבין צוריקוועגס ביי זיינע קינדערס שידוכים

איין גרויסע נקודה האט ער פערפאסט. געזעלשאפט. א מענטש דארף האבן א סאושל סירקל.
ברגע די ביסט אביסל אנדערש וועלן דיינע ארומיגע אראפקיקן אויף דיר און די וועסט אויסקוקן ווי א יוצא דופן.

די אטד גייען נישט אהין פאר די אויפגעקלערע מאטעריאל, מיר האבן געניג פון דעם, זיי גייען אהין פאר acceptance. די judgemental חלק פון אינז הארגעט אוועק אזוי פיל.

איך אליין האב שוין געהאלפן אזויפיל נושרים בלויז נאך אפאר מאל פארברענגען מיט זיי און זיי געבן די געפיל אז זיי זענען נארמאל אין עקסעפטעט.

לאמיר אויפהערן מיט אינזער פארשאלטענע עין רע און דאס נישט קענען איבערקומען איינער וואס איז נישט פנקטליך און א באקס. הרב לאבין איז און זיינע דרייסיגער יארן לכאורה און ער האט נאכנישט געהאט קיין קינדער און שידוכים. ווען ער וועט זען וויאזוי מענטשן און אונזער קרייזן קענען נישט איבערקומען די מינדעסטע זאך וואס איז אביסל אנדערש פון וואס איז "נארמאל" וואלט ער פארשטאנען וואס די פראבלעם דא איז. טאמער יענער גייט געקניפטע פיאות און די נישט טויג שוין נישט. Wow. דער איז אביסל אמעריקאניש? זעקס דורות צוריק? נישט פאר מיר. אוי מה היה לנו.

און קורצן, נישט קונסט חכמה זיכט מען, מען זיכט איינער וואס האט חכמה צו קענען זיין אביסל פלעקסיבל.
מאנטאג פעברואר 13, 2017 10:43 am#362652
ביסט גאנץ גערעכט, נאר דער אויפגעקלערטע קען זיך אליינס העלפען אין דער געביט. ווען ער איז קלאר אין וואס ער וויל, ווען ער איז רואיג אין זיין מיינונג, קען ער לעבען מיט אנדערע און מ'וועט איהם צום סוף נישט אראפ קוקען. נאר ווען ער אליינס קוקט זיך אן נידריג, ער אליינס גלויבט נישט אז ער איז פונקט דער זעלבע גוטע מענטש מיט א געשניטענע בארד, ער אליינס האלט אז זיין וועג גליטשט ביז שאול תחתית, ט'ווי וועט זיין משפחה און חברים האלטען אנדעריש?
מאנטאג פעברואר 13, 2017 11:52 am#362660
והיינו בעינינו כחגבים וכן היינו בעיניהם. א באקאנט ווארט.
אבער ווי קומט מען צו צו דעם מדריגה?

גראדע, די האלטס ביי דעם. אסאך מאל ווינדער איך זיך ווי די גייסט דיר דיין וועג נישט קיין חילוק וויפיל קיתון של רותחין די באקומסט אמאל דא.

גראדע האב איך מורא צו שרייבן דעם לעצטן פאראגראף אויס מורא אז מען וועט מיר חושד זיין אלס סימפאטיקער צום לוטוואק...
מאנטאג פעברואר 13, 2017 11:57 am#362661
דו ביסט דער ערשטע מיר מגלה צו זיין אז איך בין עטוואס א פארייע (pariah) דא אין שטיבעל. זעט זיך אויס אז אומוויסענד איז דער בעסטע. גראדע האב איך אפט הנאה פון דער רייבעריי, ווען ס'ציט זיך נישט צו לאנג. ווען דער קיתון של שופכין איז צוליעב'ן זיין א ליטוואק, שטערט עס מיר בכלל נישט. מ'מיינט מיר נישט, מ'מיינט דאך ר' חיים עוזר צו דער בריסקער רב צו וואס. פארוואס זאל איך מיר זיל באליידיגען? עי' דער באקאנטע מעשה מיט'ן בית הלוי

אמת, ווען מיין לעבען און גוט שפירונג וואלט געווען נאר דא אין שטיבעל, וואלט שוין געווען ביטער. מ'דארף זוכען אוועק צו שטעלען דער לעבען אז קיין שום איינציגסטע זאך זאל נישט הערשען איבער דער גאנצע לעבען. ווען איינער מוז אנקומען צו דער שמייכעל פון זיין ווייב, זיין קינד זיין א מצויין, ער אליינס דער גרעסטע גביר, אדער דער גרעסטע תלמיד חכם, האט ער זיך אליינס אריינגעשטעלט אין גרוב. א פיהלפארביגע לעבען מאכט אז קיין שום איין אינצידענט קען דיר נישט אראפ שטופען פון דיין פלאץ
מאנטאג פעברואר 13, 2017 4:51 pm#362700
הרב אייז קריעם.

דו זאגסט א א ריכטיקע נקודה, אבער דאס איז שוין נאכדעם וואס דער נושר האלט אינמיטן פאלן, ער איז שוין טיף איינגעגעסן אין דעם טעות וואס הרב לאבין פרובירט מסביר צו זיין די אומריכטיקייט דערפון, אוודאי 'פיהלט' ער דערשטיקט, אוודאי פיהלט ער דזשאדזשד (אין זייער אסאך פעלער איז עס מער אן איינרעדעניש ווי עכט, ווייל ער 'ווייסט' אז ער איז אנדערש (וואס איז ממש דאס וואס ער וויל), פיהלט ער ווי דער עולם באטראכט אים מיט 7 אויגן, ווי כאילו ווען ער שפאצירט אריין אין גראסערי פארנעמט ער פלאץ אין דעם מוח פון דעם אינגערמאן וואס קלויבט יעצט טאמאטעס), זאל ער ווען טראכטן אביסעלע טיפער, וואלט ער אנטדעקט די ליידיגקייט אין דעם, און וואלט געוויס נישט אנגעקומען דארט ווי ער איז יעצט, 'נאר' זיין אייגענע טעות אין די אפטייטש פון חכמה/קונסט האט אים געברענגט דארט ווי ער איז יעצט.

אוודאי קען מען אנהייבן טייטלען פינגער אויף דעם אדער יענעם ממי יצא העגל הזה, אבער אונטערשטע שורה, דער לעבט אין א טעות און מ'דארף עס אים אויפקלערן, עפ'י רוב גייט ער עט סאם פוינט אין היס לייף אנערקענען זיין טעות, און ער וואלט זיך געוואונטשען אז איינער זאל אין דאס אויפקלערן פריער אין לעבן, מ'רעדט דאך נישט דא פון אן אטעאיסט (איך קען אזעלכע וואס האבן זיך אויך צוריקגעדרייעט, און זענען צוריקגעגאנגעו אויף אסאך מסקנות וואס אפאר יאר פריער האבן זיי זיך געשוואוירן דערין, צו מזל האבן זיי נישט גענומען די טריט זיך פאקטיש ארויסצוציען פון די געזעלשאפט, נאר געבליבן מיט די ווייב, קינדער, סביבה, און כהיום יום האט ער א שטוב לשם ולתפארת) וואס אים קענסטו פשוט נישט צווינגען צו פיהרן א סדר ווייל ער גלייבט דאך נישט דערין. מ'רעדט פון א פשוטע פאל ווי איינער מיינט אז צו קענען ווערן א חכם, צו קענען ווערן אן ארטיסט, צו קענען ווערן א 'מושלם' ווי דער געבילדעטער גוי, צו טרעפן סיפוק אין חכמה, מוז זיין א סתירה צו זיין א חרידישע איד.
מאנטאג פעברואר 13, 2017 5:40 pm#362705
Re: ביסט מיר געווארן א "חכם"? טרעף חכמה אין אידישקייט!!
שוין דא א רעספאנס m http://m.yiddish.forward.com/blogs/yidd ... eph/202445 m

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
פרייטאג פעברואר 17, 2017 12:55 pm#363094
כל הכבוד הרב לאבין, דאס איז וואס יעדער פרומער אפענער יוד טראכט טאג און נאכט, אבער די האסט עס אזוי שיין באשריבן. אבער איין נקודה, ווי ATUB @אייז קריעם ATUB בארירט שוין, די סיבה פארוואס איינער וואס לאזט איבער אידישקייט ביים געזעלשאפט און ער זיכט אנדערע גליקן, איז ווייל זיין געזעלשאפט וועט קיינמאל נישט עקסעפטן זיין אידישקייט ממילא פליט ער אוועק און טרעפט א פלאץ וואס וועט אים יא עקסעפטן, זאת ועוד, און דאס איז מיין עיקר נקודה עס זייער זעלטן אז איינער זאל אלעס איבערלאזן סתם ווייל ער איז א חכם, קיינער זיכט נישט די אנגעצויגענע באציאונגען מיט די עלטערן, איבערלאזן זיין גאנצע עבר און זיין פיוטשער וועגן ער וויל זיין א חכם אדער ער וויל טאלאנט.. עס הייבט זיך גאר אן פארקערט ער פרובירט צו מאכן זיין מצב ארבעטן אבער ער האט מניעות צו איז עס א בחור אין ישיבה מיט זיין מגי"ש, צו א אינגערמאן וואס זיכט זיין טאלאנט, הכלל עס האט נישט אריינגעפיט אינעם באקס האט זיך די באקס אויפגערוסן און ער איז ארויסגעפאלן... וואס איז דיין עצה זיך חכמה ביי אונז, מיר לאזן דאס נישט צו, מיר האבן ליידער נישט קיין פלאטפארמע פאר דעם לעת עתה...

נאר וואס, איך גלייב נישט אז די האסט עס פארזען נאר איך גלייב די האסט עס בכוונה אויסגעלאזט צו געבן פארן עתיד להיות חכם דעם גרויסן פיקטשער, ער זאל זען ווי אזוי זאכן קענען געשען ממילא זאל ער עס הענדלען פארזיכטיג, און נעמען זיינע סטעפס קעירפולי אזוי אז ער זאל געווינען ביידע, ווי אויך ברענגסטו זייער גוט ארויס טאקע דאס פאר אונז אלץ א קאמיוניטי אז די סיבה פארוואס די חברה פאלן האט גארנישט מיט זייערע קשיות...
פרייטאג פעברואר 17, 2017 3:02 pm#363106
אהרן האט געשריבן:כל הכבוד הרב לאבין, דאס איז וואס יעדער פרומער אפענער יוד טראכט טאג און נאכט, אבער די האסט עס אזוי שיין באשריבן. אבער איין נקודה, ווי @אייז קריעם בארירט שוין, די סיבה פארוואס איינער וואס לאזט איבער אידישקייט ביים געזעלשאפט און ער זיכט אנדערע גליקן, איז ווייל זיין געזעלשאפט וועט קיינמאל נישט עקסעפטן זיין אידישקייט ממילא פליט ער אוועק און טרעפט א פלאץ וואס וועט אים יא עקסעפטן, זאת ועוד, און דאס איז מיין עיקר נקודה עס זייער זעלטן אז איינער זאל אלעס איבערלאזן סתם ווייל ער איז א חכם, קיינער זיכט נישט די אנגעצויגענע באציאונגען מיט די עלטערן, איבערלאזן זיין גאנצע עבר און זיין פיוטשער וועגן ער וויל זיין א חכם אדער ער וויל טאלאנט.. עס הייבט זיך גאר אן פארקערט ער פרובירט צו מאכן זיין מצב ארבעטן אבער ער האט מניעות צו איז עס א בחור אין ישיבה מיט זיין מגי"ש, צו א אינגערמאן וואס זיכט זיין טאלאנט, הכלל עס האט נישט אריינגעפיט אינעם באקס האט זיך די באקס אויפגערוסן און ער איז ארויסגעפאלן... וואס איז דיין עצה זיך חכמה ביי אונז, מיר לאזן דאס נישט צו, מיר האבן ליידער נישט קיין פלאטפארמע פאר דעם לעת עתה...

נאר וואס, איך גלייב נישט אז די האסט עס פארזען נאר איך גלייב די האסט עס בכוונה אויסגעלאזט צו געבן פארן עתיד להיות חכם דעם גרויסן פיקטשער, ער זאל זען ווי אזוי זאכן קענען געשען ממילא זאל ער עס הענדלען פארזיכטיג, און נעמען זיינע סטעפס קעירפולי אזוי אז ער זאל געווינען ביידע, ווי אויך ברענגסטו זייער גוט ארויס טאקע דאס פאר אונז אלץ א קאמיוניטי אז די סיבה פארוואס די חברה פאלן האט גארנישט מיט זייערע קשיות...


כ'הער וואס איר זאגט. מיין שאלה צו אייך איז פון וואנעט איר נעמט די אנאליז, לדעתי איז דא צענדליגער אנדערע סיבות פארוואס אטד״ס האבן איבערגעלאזט זייער אויסגעטרעטענע וועג. דיינע אפשאצונגען זענען היפש סאבדזשעקטיוו, נישט אביעקטיוו.
פרייטאג פעברואר 17, 2017 3:16 pm#363107
שבת אחים האט געשריבן:כ'הער וואס איר זאגט. מיין שאלה צו אייך איז פון וואנעט איר נעמט די אנאליז.

מען קען אריינגיין אין א לענגערע שמועס, אבער און איין ווארט, פון וויפל איך האב מיטגעהאלטן הייבט 'כמעט' קיינער נישט אן מיט קשיות אופן בוכ"ע, עס הייבט זיך מיט געזעלשאפטליכע פראבלעמען, עס קומט אן ביז א מצב אז מען וויל אנטלויפן פונעם רודף, דהיינו די קאמיוניטי, וואס ניצט אומריכטיג דעם אייבערשטען פאר א שטעקן (כאילו די סטריקט גיידליינס איז די רצון השם).
שבת אחים האט געשריבן: לדעתי איז דא צענדליגער אנדערע סיבות פארוואס אטד״ס האבן איבערגעלאזט זייער אויסגעטרעטענע וועג. דיינע אפשאצונגען זענען היפש סאבדזשעקטיוו, נישט אביעקטיוו.

אדרבא, טייל מיט.
פרייטאג פעברואר 17, 2017 3:29 pm#363110
לויט דיר, בין איך א אויסנאם איי געס...
פרייטאג פעברואר 17, 2017 4:41 pm#363115
נאר דו ווייסט די עכטע תירוץ ;)