Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » די צוויי פראכטפולסטע רבי'ס מדור הקודם

די צוויי פראכטפולסטע רבי'ס מדור הקודם

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 46 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11304
דינסטאג פעברואר 14, 2017 1:45 am#362755
די צוויי פראכטפולסטע רבי'ס מדור הקודם
צווישן חסידים איז א גאנץ אנגענומענער זאך אז א רבי זאל אויפטרעטן ווי א מלכת היופי הרוקדת. א שיינער רבי א בעל הדרת פנים מיט א גרייז גרויער לאנגער בארד מיט געקרייזלטער אדער געקניפטע פאות אין די זייטן, מעוטר מיט א פרישער שטריימל און מעוטף מיט א מלאכישער בליטשקעדיגער טיש בעקיטשע מלא גוונין, איז א מחזה נהדר פאר זיך, און טאמער ווייסט ער וויאזוי צו צומאכן די הוויות מיט די הענט ביי א ניגון מיט ליכטיגע צדיקישע פנים אויסדרוקן ווערט עס א שם דבר און א שטאלץ פאר די חסידים.

דאכט זיך אז מען דארף נישט מאכן קיין וואוטס איבער ווער עס זענען געווען די צוויי שענסטע רבי'שע מלכים בראש השולחן אדער בתוך רחבת הריקודים אין שאטן פון די בערג חסידים און צושויער, איך מיין אז יעדער וועט מסכים זיין אז דאס זענען געווען ר' משה'לע וויזשניצער זצ"ל און ר' שלמה'לע באבובער זצ"ל. די צוויי זענען געווען לעגענדאריש בהוד יפים און בליטשקעדיגע הוויות און קאנטאקט מיטן עולם וואס האט געקענט צו נאגלען א אויג פאר שעות לאנג און זיך נישט אנזעטיגן.

ר' משה'לעס פנים אויסדרוקן און הענט פירערייען ביי א שבת טיש, ספעציעל ביים אנהייב טיש, האט געקענט צושמעלצן און עלעקטיזירן (פארשטייט זיך אז די עלטערע וועלן זאגן אז עס קומט נישט צום טאטן'ס א טיש). ר' שלמה'לע פאר ווער עס האט בייגעוואוינט א טיש אדער איווענט ביי אים קען מעיד זיין אז יעדער מינוט איז לעכטיג און אינטרעסאנט פיל מיט טאקט און פרישקייט.
דינסטאג פעברואר 14, 2017 3:30 am#362767
ווער פון די צוויי האבן געהאט א שענערע בעקיטשע?

מדור הקודם?, קוים יעצט געוועהן .
דינסטאג פעברואר 14, 2017 5:19 am#362773
ר' שלמה'לע יא, אבער ר' משה'לע? מהיכי תיתי.. דער מונקאטשער רבי שליט''א איז נאך עני טיים אזוי פראכטפול געווען אלע יארן
דינסטאג פעברואר 14, 2017 9:19 am#362781
ישראל גלויבער האט געשריבן:ר' שלמה'לע יא, אבער ר' משה'לע? מהיכי תיתי.. דער מונקאטשער רבי שליט''א איז נאך עני טיים אזוי פראכטפול געווען אלע יארן


און וואס טוט זיך מיט די רויטע רבי, ער איז פראכטפול? אדער סתם א לוזער?.
דינסטאג פעברואר 14, 2017 10:04 am#362783
ווער איז רויט? ניקלעשבורג? סטאלין? סאדיגורה?
דינסטאג פעברואר 14, 2017 10:09 am#362786
דער קאסובער ענדע ץ האסטו פארגעסן
דינסטאג פעברואר 14, 2017 9:44 pm#362851
ישראל גלויבער האט געשריבן:ר' שלמה'לע יא, אבער ר' משה'לע? מהיכי תיתי.. דער מונקאטשער רבי שליט''א איז נאך עני טיים אזוי פראכטפול געווען אלע יארן


מונקאטשע רב פלעגט קיינמאל נישט פירן שיין, און היינט ווען ער איז נישט ביי די כוחות איז עס נאך שוואכער. ס'נישט געוועהן איינגעפירט די געזינגאכץ אווי באבוב און וויזניץ און חוץ די שיינע בעקיטשעס איז עכט נישט געווען עפעס וואס זאל זיין ענטערטעינינג. אדרבה, זיינע פולע קרעכצן און וויינערייען האבן עס געמאכט אומבא'טעמ'ט און אפילו זיינע תורות וואס זענען מלא תוכן, האט נישט געצויגן צופיל צוהערער.
דינסטאג פעברואר 14, 2017 11:22 pm#362857
דער צוויי רבי'ס זענען געווען די לעצטע וואס זענען שוין נישט בין החיים, (היינט איז אויך דא ציווישן אונז, ווי למשל הרב"ץ מבאבוב און הרש"א מוויזניץ שליט"א). אבער מסתם איז במשך די דורות געווען נאך.
מיטוואך פעברואר 15, 2017 1:56 am#362869
בן אדם האט געשריבן:דער צוויי רבי'ס זענען געווען די לעצטע וואס זענען שוין נישט בין החיים, (היינט איז אויך דא ציווישן אונז, ווי למשל הרב"ץ מבאבוב און הרש"א מוויזניץ שליט"א). אבער מסתם איז במשך די דורות געווען נאך.


אויב מיינסטו מיר, פלוז לייג מיך נישט אין די זעלבע שורה ווי דעם אנדערן דארט, שרייב כאטש להבדיל אלף הבדלות... :געוואלד: :געוואלד: :געוואלד: :ניין: :ניין: :ניין:
מיטוואך פעברואר 15, 2017 2:02 am#362870
שמעון וואלף האט געשריבן:
ישראל גלויבער האט געשריבן:ר' שלמה'לע יא, אבער ר' משה'לע? מהיכי תיתי.. דער מונקאטשער רבי שליט''א איז נאך עני טיים אזוי פראכטפול געווען אלע יארן


מונקאטשע רב פלעגט קיינמאל נישט פירן שיין, און היינט ווען ער איז נישט ביי די כוחות איז עס נאך שוואכער. ס'נישט געוועהן איינגעפירט די געזינגאכץ אווי באבוב און וויזניץ און חוץ די שיינע בעקיטשעס איז עכט נישט געווען עפעס וואס זאל זיין ענטערטעינינג. אדרבה, זיינע פולע קרעכצן און וויינערייען האבן עס געמאכט אומבא'טעמ'ט און אפילו זיינע תורות וואס זענען מלא תוכן, האט נישט געצויגן צופיל צוהערער.



איך האב אפאר מאל געהאט די זכי׳ צורעדן מיט אים פערזענליך און מיט צו דאווענען מיט אים, ביי משפחה שמחות. איך בין נישט איבערגענומען פון אים און פון זיינע פאלשע קרעכצערייען. איך וועל איין שיינעם טאג שרייבן א גוט שטיקל צימעס אויף דעם ״אהבת ישראל״ פונעם מונקאטשער, און וויאזוי ער האט בידים צוגרונט געלייגט א שיינע חסידות.

און וויאזוי ער האט זיך נישט אפילו אומגעקוקט אויף זיין אייגענע עלטערע קראנקע ברודער ר׳ הערשעלע ע״ה וואס האט זיך געוואלגערט אויף די גאסן פון ב״פ, ניטאמאל א גלאז וואסער אים פארגינט!
מיטוואך פעברואר 15, 2017 4:31 am#362876
שבת אחים האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:דער צוויי רבי'ס זענען געווען די לעצטע וואס זענען שוין נישט בין החיים, (היינט איז אויך דא ציווישן אונז, ווי למשל הרב"ץ מבאבוב און הרש"א מוויזניץ שליט"א). אבער מסתם איז במשך די דורות געווען נאך.


אויב מיינסטו מיר, פלוז לייג מיך נישט אין די זעלבע שורה ווי דעם אנדערן דארט, שרייב כאטש להבדיל אלף הבדלות... :געוואלד: :געוואלד: :געוואלד: :ניין: :ניין: :ניין:

ניין ניין, חס וחלילה...! כ'האב נישט געמיינט צוצוגלייכן, נאר פונקט פארקערט, כ'האב געוואלט ארויסברענגען עפעס א פוינט עפעס אזוי ווי דבר והיפוכו.. שוין, האסט מיך עניוועי געקאוט וואס האב איך פון טוישען?
מיטוואך פעברואר 15, 2017 8:00 am#362878
.
דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 2:43 pm#362981
שבת אחים האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:
ישראל גלויבער האט געשריבן:ר' שלמה'לע יא, אבער ר' משה'לע? מהיכי תיתי.. דער מונקאטשער רבי שליט''א איז נאך עני טיים אזוי פראכטפול געווען אלע יארן


מונקאטשע רב פלעגט קיינמאל נישט פירן שיין, און היינט ווען ער איז נישט ביי די כוחות איז עס נאך שוואכער. ס'נישט געוועהן איינגעפירט די געזינגאכץ אווי באבוב און וויזניץ און חוץ די שיינע בעקיטשעס איז עכט נישט געווען עפעס וואס זאל זיין ענטערטעינינג. אדרבה, זיינע פולע קרעכצן און וויינערייען האבן עס געמאכט אומבא'טעמ'ט און אפילו זיינע תורות וואס זענען מלא תוכן, האט נישט געצויגן צופיל צוהערער.



איך האב אפאר מאל געהאט די זכי׳ צורעדן מיט אים פערזענליך און מיט צו דאווענען מיט אים, ביי משפחה שמחות. איך בין נישט איבערגענומען פון אים און פון זיינע פאלשע קרעכצערייען. איך וועל איין שיינעם טאג שרייבן א גוט שטיקל צימעס אויף דעם ״אהבת ישראל״ פונעם מונקאטשער, און וויאזוי ער האט בידים צוגרונט געלייגט א שיינע חסידות.

און וויאזוי ער האט זיך נישט אפילו אומגעקוקט אויף זיין אייגענע עלטערע קראנקע ברודער ר׳ הערשעלע ע״ה וואס האט זיך געוואלגערט אויף די גאסן פון ב״פ, ניטאמאל א גלאז וואסער אים פארגינט!

לשון הרע!
דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 2:47 pm#362982
ישראל גלויבער האט געשריבן:ר' שלמה'לע יא, אבער ר' משה'לע? מהיכי תיתי.. דער מונקאטשער רבי שליט''א איז נאך עני טיים אזוי פראכטפול געווען אלע יארן

איך בין אסאך געווען ביים מונקאטשערס טישן, ס'ווענדט זיך וואס מיינט שיין, תוכנ'פול אדער גראגעריי.

און כ'האב אינגאנצן פארגעסן דעם ליובאוויטשער מנהיג, וואס האט נאך עני טיים געפירט א מלוכה בישראל, און איינגעפאקט אלע
דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 3:34 pm#362985
1:30, אידן איינעם, מיר האבן נישט מורא פאר קיינעם, נאר פארן בורא עולם דעם איינעם!, זייער א שיינע קליפ.
m https://www.youtube.com/watch?v=SjxqXef47_M m
דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 8:13 pm#363027
הערליך שיין, ישר כח פארן ברענגען א לעבעדיגער ביישפיל, אט דאס מיין איך טאקע.
דער באבובער האט ספרינגס אויף זיינע פיס. ר' משה'לע איז בעסער ביי נסחאות וואווענדיג און פאכענדיג מיט די וויזשניצע אויגן ברעמען און פנים אויסדרוקן. "אוי וועי מיין וועלט".
דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 9:49 pm#363042
אגב, די קול רנה וישועה ניגון נתחבר לרגל חתונת האדמור מבעלזא שליט''א עם בם הישועת משה זצ''ל ומשם נתפשט לכל העולם החסידי.
דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 10:00 pm#363044
איך אויך האט געשריבן:אגב, די קול רנה וישועה ניגון נתחבר לרגל חתונת האדמור מבעלזא שליט''א עם בם הישועת משה זצ''ל ומשם נתפשט לכל העולם החסידי.


נתחבר געווארן דורך רבי חיים דוד בלום ז'ל הי'ד פארן קריג, לכבוד א חתונה פון א קינד פון קדושת ציון מ'באבוב.
דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 10:17 pm#363046
שבת אחים האט געשריבן:דער קאסובער ענדע ץ האסטו פארגעסן

ער איז דאך סתם א משוגע'נער. עיין נחום. קליפ של תפילת שחרית בחוה"מ סוכות, אצל הנענועים...!
דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 10:58 pm#363054
איך אויך האט געשריבן:אגב, די קול רנה וישועה ניגון נתחבר לרגל חתונת האדמור מבעלזא שליט''א עם בם הישועת משה זצ''ל ומשם נתפשט לכל העולם החסידי.

דער ניגון קומט פון ר' חיים דוד בלום ע"ה, ומשם נתפשט לכל העולם החסידי.
(אלמאסט שאר)
פרייטאג פעברואר 17, 2017 1:37 am#363064
:)
פרייטאג פעברואר 17, 2017 3:16 am#363069
:like
פרייטאג פעברואר 17, 2017 3:25 pm#363108
berlbalaguleh האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:דער קאסובער ענדע ץ האסטו פארגעסן

ער איז דאך סתם א משוגע'נער. עיין נחום. קליפ של תפילת שחרית בחוה"מ סוכות, אצל הנענועים...!

לשון הרע
פרייטאג פעברואר 17, 2017 4:59 pm#363116
די צוויי פראכטפולסטע רבי'ס מדור הקודם
דערמאנסט מיך ווי יענער וואס האט געשריבן א ריוויא אויף א רעסטראנט

1 סטאר - לשון הרע
מוצ"ש פעברואר 18, 2017 9:25 pm#363121
ישראל גלויבער האט געשריבן:
ישראל גלויבער האט געשריבן:ר' שלמה'לע יא, אבער ר' משה'לע? מהיכי תיתי.. דער מונקאטשער רבי שליט''א איז נאך עני טיים אזוי פראכטפול געווען אלע יארן

איך בין אסאך געווען ביים מונקאטשערס טישן, ס'ווענדט זיך וואס מיינט שיין, תוכנ'פול אדער גראגעריי.

און כ'האב אינגאנצן פארגעסן דעם ליובאוויטשער מנהיג, וואס האט נאך עני טיים געפירט א מלוכה בישראל, און איינגעפאקט אלע

ישראל גלויבער: איך וויל וויסן פארוואס דו קענסט נישט פועל'ן ביי דיר אנצורופן דעם ליובאוויטשער רבי בדרך כבוד. ..."ליובאוויטשער רבי"... אדער האדמו"ר מליובאוויטש...! נאר ס'איז די שיריים פון די סאטמאר'ע קולטור וועלכע טוט נישט אנערקענען קיינעם. מ'טרעפט אלערליי חסרונות אויף איהם. אן מ'רופט איהם מיט שפעט נעמען. נאר נישט בכבוד הראוי...!

אנטשולדיגט וואס איך בין ארויס אזוי אפן און גראב. אבער ס'האט מיר געגעבן א שטעך. נישט ווייל איך בין א חב"ד'סקער. נאר פשוט פאר א טשעינדזש...!