ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב עס נעכטען געליינט. ממש אין מילים! פון ווי האסטו געהערט פון איהם? וואס האט דיר מעורר געווען איהם צו באשרייבען?
און בעיקר, וואס איז טאקע געווען זיין פאליטישע כח?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
בערך א יאר צוריק האב כ׳מיר אנגעשטויסן אינעם גאטעמיסט אינטערוויו וואס כ׳דערמאן אינעם ארטיקל און דערנאך געטראפען מערערע רעקאמאנדאציעס אז
דאס איז דער בוך וואס מען מוז לייענען, כ׳האב עס געקויפט און טאקע נישט חרטה געהאט. דער ארטיקל איז בעצם א שטיקל פארש ארבעט געבויעט אויפ׳ן בוך און אויף אנדערע מקורות.
צו דיין שאלה וויאזוי ער האט ערהאלטן אזויפיל מאכט, ער האט אויף א גאונות׳דיגער אופן געשאפן דעם נייעם אויטאריטעט פון ״סטעיט פארק קאמישאן״ (ס׳האט קיינמאל נישט עקזיסטירט בעפאר) און דאס אויפגעבויעט אלץ אן אויטאנאמיע מיט איר אייגענע געזעצן און פרעצעדענטלאזע מאכט.
דאס איז פארשטייט זיך ממש בלויז אויפ׳ן שפיץ גאפל, די מערערע פרטים איז א אריכות הדברים וואס מען מוז לייענען דעם בוך דאס באמת צו פארשטיין. אפשר, און אויב ס׳וועט טאקע זיין א שטיקל אינטערעסע, וועל איך בלי״נ מרחיב זיין דערויף אין א קומענדיגער ארטיקל.