Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » קאווע שטיבל • OSCARS MIXUP

קאווע שטיבל • OSCARS MIXUP

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11348
מיטוואך מערץ 01, 2017 8:50 pm#364250
OSCARS MIXUP
כקען נישט גלייבן אז אין אזא אויפגעקלערטע סייט איז נאך נישטא אן אשכול פאר די יערליכע אסקארס אווערדס. עניוועי די יאר איז געווען הויך יו"ט ווען מען האט געמאכט א מעסיוו מיסטעיק ווען מען האט באלוינט LA LA LAND מיט BEST PICTURE ווען אליבא דאמת האט עס געברויכט גיין צו MOONLIGHT. עס איז געווען א היסטארישער און דראמאטישער טעות וואס האט נאך קיינמאל פאסירט זינט די אסקארס איז געבוירן געווארן.

מען ברויך אנמערקן אז LA LA LAND איז געווען נאמנירט פאר 7 אסקערס, די ערשטע פילם אין היסטאריע צו ווערן נאמאנירט פאר אזויפיל אסקערס, און ממילא האט קיינער נישט געכאפט די טעות ביז אינמיטען די ACCEPTANCE דרשות פון די פראדאצירער פון LA LA LAND. דער עולם איז געווען אין שאק אבער יעדער האט זיך געפרייט מיט די פראדאצירער און עקטערס פון MOONLIGHT וואס זענען אמייסטענס געווען פון אפריקאנער אמעריקאנער געמיינדע.


דא האט איר די ווידאו פונעם טעות




דאס יאר איז זשימי קיממעל געווען די יושב ראש אין אינטער געהאלטען דעם עולם מיט זיין בחנ'טע ליצנותץ אינמיטען האט ער אריינגעברענגט א באס פון טוריסטן וואס האבן געמיינט אז זיי גייען צו א museum




די באקאנטע Guillermo ביי די איווענט
מיטוואך מערץ 01, 2017 9:21 pm#364251
איי עם סארי פאר די אמעראצעס, אבער וואס האט דאס געהאט מיט טראמפ, אז איך האב עפעס פארשטאנען אז די טראמפיסטן האבן זיך געפריידט מיט עפעס וועגן די אסקארס
דאנערשטאג מערץ 02, 2017 1:03 am#364274
צוליב וואס די האליוואוד חברה זענען בדרך כלל לינק געשטימט ווערט געווענליך אזעלעכע איווענטס אויסגעניצט אראפצורייסן און אפצוחוזקן פון טראמפ. גראדע ביי די אסקערס (אנדערש ווי ביי די עממיס) איז נישט געווען פונקטליך אזוי. בכל אופן זענען די טראמפיסטן אין מלחמה מיט האליוואוד אשטייגער ווי סקיוורא מיט ברסלוב, און וועלן זיך פרייען מיט יעדע אנזעץ זייערע.