Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » פאעזיע: "איך וויל"

פאעזיע: "איך וויל"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1135
מיטוואך יולי 18, 2012 5:53 pm#25822
פאעזיע: "איך וויל"
איך וויל

איך האב זיך אויפגעוואכט פון חוני-המעגל שלאף און זע פאר זיך א נודנע וועלט, וואו דער איינציגער חידוש איז געווענליכקייט. 

כ'האב דאס נישט ליב. מאדנע. נודנע.

איך דארף א געפיל, וואס לאזט זיך אין דער האנט האלטן. איך וויל אטעמען נערונג, אבער דערביי זאגן רק נאך-ברכות. איך זוך יענעם חשבון, וואס פארשטייט זיך מיט קאלירן. 

פארוואס זאל דער קערפער זיך רירן ביים גיין אויף ארויף? און, צי איז עס טאקע אזוי וויכטיג צו פארלירן הייך אויב וויל זיך ליגן? 

איך וויל זען; זאלן די אויגן אבער נאכקומען א קאפיטשקע שפעטער. און אז בשמים געשטעלט אונטער צעברייטערטע נאזלעכער, איז דערפון געדרינגען אז שמעקן איז א חיוב? 

פארוואס, בוים, פעלד און גראז, דווקא פאעזיע? זאג א מאנאטאנעם גוט מארגן. זוך אינספיראציע ביי א צופעליג שטיינדל. 

האלט אראפ אן איבערגעקערטן שירעם. לאז רעגן זיך שווערן ביי נאסקייט. וועסט זען ווי ער פיטערט גרינס בשוגג. 

ברענג, אה וועגעטאריער, א חטאת שמינה. זינג הלל אונטער חושכ'דיג פענסטער פון תשעה-באב נאכט. דערצייל דעם רבונו של עולם א ווילדן חידוש. 

פארטראכט זיך, קאנטעמפּליר די אויבנאויפיגקייט פון פשטות. לייז מיסטעריעס א רגע נאך המפּיל. פארווארף אלע קשיות אין לאנד וואו קאמוניקאציע איז נעכטן ארויס פון דער מאדע. 

דו ווערסט, זאגסטו, יונגער גאר? קום מיט מיר צו יענער שטאט וואו א פייג טרייבט פארשעמטן להכעיס'ניק אין ווינקל פון קרייז. 

נאר געדענקען זאלסטו, אז אריין פירט א שלאס וואס זוכט שוין יארנלאנג זיין טיר.
מיטוואך יולי 18, 2012 5:56 pm#25824
עס ווערט געזוכט מפרשים...
מיטוואך יולי 18, 2012 6:44 pm#25869
יאנקל האט געשריבן:איך וויל
פארוואס זאל דער קערפער זיך רירן ביים גיין אויף ארויף? און, צי איז עס טאקע אזוי וויכטיג צו פארלירן הייך אויב וויל זיך ליגן? 

איך וויל זען; זאלן די אויגן אבער נאכקומען א קאפיטשקע שפעטער. און אז בשמים געשטעלט אונטער צעברייטערטע נאזלעכער, איז דערפון געדרינגען אז שמעקן איז א חיוב? 


א בייפאל מיר זאלען שפאצירן ליגעדיג, און שלאפן שטייענדיג

זיס געשריבען יישר כח
דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:19 pm#26190
שמעקעדיג האט געשריבן:עס ווערט געזוכט מפרשים...


לענ"ד נראה לפרש כדלהלן, ובעל הדברים יכפר בעדי אויב כ'פארטייטש אים שלעכט, והוא רחום יכפר וגו'.

איך האב זיך אויפגעוואכט פון חוני-המעגל שלאף און זע פאר זיך א נודנע וועלט, וואו דער איינציגער חידוש איז געווענליכקייט. 
כ'האב דאס נישט ליב. מאדנע. נודנע.

דער מחבר האט זיך געטראפן אין א וועלט וואו גארנישט כאפט אים נישט. אלעס איז פשוט, געווענליך, דורכשניטליך.

ער זוכט עפעס עקסטרעמע, ראדיקאלע חידושים -- אזעלכע וואס זענען גאר בכלל נישט בנמצא. דאס שטיקל רעכנט אויס א ליסטע מיט סתירה'דיגע אבסורדן, זאכן וואס האבן נישט קיין הענט און פיס.

ער וויל האבן געפילן וואס זענען ממשות'דיגע זאכן, וואס מען קען האלטן אין די הענט, ווי א חפץ. ער וויל מאכן ברכות אויפ'ן עסן, אבער דווקא נאר נאך-ברכות.

ער וויל גיין, שפאצירן, אבער אן דעם וואס דער גוף זאל זיך מוזן רירן פון פלאץ. ער וויל ליגן, אבער בלייבן "הויך"; נישט אז זיין הייך זאל גיין אין דער לענג.

ער וויל זען. ער פארשטייט אז זען מוז מען מיט די אויגן; וויל ער אבער די אויגן זאלן ווערן א "טפל" אין דעם זע פראצעס. ער פארשטייט נישט פארוואס בשמים מוז דווקא געשמעקט ווערן...

די נאטור ווערט געווענליך געניצט אלס מיטל און אינספיראציע פאר פאעזיע. פארוואס קענען זיי נישט זיין פשוט, ווי א פשוט'ער גוט מארגן? אינספיראציע פאר פאעזיע זאל קומען דווקא פון אבי א פשוט'ן שטיין.

עפעס אזוי...
דאנערשטאג יולי 19, 2012 2:39 pm#26233
שיין אראפ געלייגט פ״ק, גענומען דאס קאמפליצירט און געמאכט פשוט...
דאנערשטאג יולי 19, 2012 2:52 pm#26236
ישר כח פשוט-קאמפליצירט!!
דער פאעט פארמאגט א טיפע נשמה.
זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 12:22 am#436826
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:עס ווערט געזוכט מפרשים...


לענ"ד נראה לפרש כדלהלן, ובעל הדברים יכפר בעדי אויב כ'פארטייטש אים שלעכט, והוא רחום יכפר וגו'.

איך האב זיך אויפגעוואכט פון חוני-המעגל שלאף און זע פאר זיך א נודנע וועלט, וואו דער איינציגער חידוש איז געווענליכקייט. 
כ'האב דאס נישט ליב. מאדנע. נודנע.

דער מחבר האט זיך געטראפן אין א וועלט וואו גארנישט כאפט אים נישט. אלעס איז פשוט, געווענליך, דורכשניטליך.

ער זוכט עפעס עקסטרעמע, ראדיקאלע חידושים -- אזעלכע וואס זענען גאר בכלל נישט בנמצא. דאס שטיקל רעכנט אויס א ליסטע מיט סתירה'דיגע אבסורדן, זאכן וואס האבן נישט קיין הענט און פיס.


ער וויל זען. ער פארשטייט אז זען מוז מען מיט די אויגן; וויל ער אבער די אויגן זאלן ווערן א "טפל" אין דעם זע פראצעס. ער פארשטייט נישט פארוואס בשמים מוז דווקא געשמעקט ווערן...



עפעס אזוי...

אגב, ס'דא א סארט קאנדישאן וואס הייסט synesthesia. דאס איז ווען אנדערע סענסעס (מישן זיך און) טוהן (אויך) שפירן א געוויסע סענס. למשל, שמעקן א קאליר, זעהן א קול [רואים את הנשמע...] וכו'.