Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » עמעזאן נעמט אן פסחדיג צו מאכן אייער הויז

עמעזאן נעמט אן פסחדיג צו מאכן אייער הויז

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 27 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #11394
מאנטאג מערץ 27, 2017 2:24 pm#367015
עמעזאן נעמט אן פסחדיג צו מאכן אייער הויז
עמעזאן נעמט אן פסחדיג צו מאכן אייער הויז
פאר מער אינפארמאציע קליקט דא amzn.to/2oa5XLW
מאנטאג מערץ 27, 2017 3:06 pm#367019
עס לוינט נישט, פאר א דריי בעדרום אפארטמענט אין וויליאמסבורג/בארא פארק ווילן זיי $190 פאר די ארבייט, און זיי שאצן עס וועט דויערן 6-7 שעה, דאס איז איבער $25 א שעה. 2-2.5 מאל אזויפיל ווי א גויטע.
מאנטאג מערץ 27, 2017 10:02 pm#367080
Re: עמעזאן נעמט אן פסחדיג צו מאכן אייער הויז
החוקר האט געשריבן:עס לוינט נישט, פאר א דריי בעדרום אפארטמענט אין וויליאמסבורג/בארא פארק ווילן זיי $190 פאר די ארבייט, און זיי שאצן עס וועט דויערן 6-7 שעה, דאס איז איבער $25 א שעה. 2-2.5 מאל אזויפיל ווי א גויטע.

פאר א גויטע וועט עס לכאורה דויערן אסאך לענגער.
דינסטאג מערץ 28, 2017 8:48 am#367135
אין די reveiws שטייט אז עס קומען אראפ 3-4 מענטשן.
עס איז דא איינער דא וואס האט זיי שוין גענוצט?
דינסטאג מערץ 28, 2017 8:50 am#367136
.
מיטוואך מערץ 29, 2017 7:45 pm#367501
זיי טוען אויך אנדערע סערוויסעס קליקט אויף Amazon Home Services
ווי צום ביישפיל
House Cleaning, Home Improvement, Assembly, Computer & Electronics, Yard & Outdoors, Smart Home Services an
דאנערשטאג מערץ 30, 2017 1:26 pm#367608
באשטעלט פאר זונטאג בדיקת חמץ. א רעוויו וועט נאכפאלגן.
דאנערשטאג מערץ 30, 2017 2:13 pm#367617
מ׳קען דאס אויך ריטערנען בעפאר 30 טעג?
זונטאג אפריל 02, 2017 12:05 pm#367885
זונטאג אפריל 02, 2017 12:34 pm#367889
גוט! זאג, א נעני וואס פעמפערט בעביס האבן זיי אויך?
זונטאג אפריל 02, 2017 3:21 pm#367910
רויטע די האסט א פלען בי אויך אויב זיי קומען נישט אהן?
זונטאג אפריל 02, 2017 6:07 pm#367929
זייערע רעוויוס אנליין זענען גאנץ גוטע, 72 פראצענט געבן זיי פינף שטערנדלעך און שרייבן גאנץ כמעשה.
זונטאג אפריל 02, 2017 6:08 pm#367930
נאטירליך האט געשריבן:אין די reveiws שטייט אז עס קומען אראפ 3-4 מענטשן.
עס איז דא איינער דא וואס האט זיי שוין גענוצט?

ווי איך פארשטיי פון די רעוויוס ווענד זיך עס אין די גרויסקייט, פאר יעדע בעדרום בערך קומט נאך א מענטש, די צוויי בעדרום דירה שיקן זיי צוויי גויטעס.
זונטאג אפריל 02, 2017 6:17 pm#367932
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:רויטע די האסט א פלען בי אויך אויב זיי קומען נישט אהן?


אויב זיי קומען נישט בין איך מבטל די חמץ אזוי ווי רבוה"ק האבן זיך געפירט.

נע, כ'נעם זיי נישט פאר עכט פסח'דיג, נאר פאר אזא לעצטע קלינאפ נאך א שטורעמישע וואך.

האמת אגיד כ'האב נאכנישט אנגעהויבן כלל פסח'דיג מאכן. געהאט א קינד ועוד מצבים וכו' וכדומה ודי למבין. מארגן וועט מען אנהייבן.
זונטאג אפריל 02, 2017 7:51 pm#367944
מז''ט.
זונטאג אפריל 02, 2017 8:12 pm#367947
Re: עמעזאן נעמט אן פסחדיג צו מאכן אייער הויז
"געהאט א קינד ועוד מצבים וכו' וכדומה ודי למבין."

געהאט א קינד - מז"ט. ועוד מצבים - איך הער. וכו' - איך הער נאך. וכדומה - איך קען נאך אלץ עפעס הערן. ודי למבין?? וואס נאך קען מען פארשטיין?
זונטאג אפריל 02, 2017 10:03 pm#367961
איך אויך האט געשריבן:מז''ט.

זאל ס'קינד זיין געראטן אינ'ם טאטן
זונטאג אפריל 02, 2017 10:20 pm#367967
אמן! יישר כח אויף די פילע ווינטשן. ביי אייך טייערע חברים אויף שמחות. (זע דעם וועקער 8 פאר אן אינסייד סקופ פונעם שמחה אונטערן קעפל "עזרת נשים, מזל טוב און ליבע")
זונטאג מאי 07, 2017 12:51 pm#370138
Summer savings: $30 off select home services
m http://amzn.to/2pjP6FV m
זונטאג מאי 07, 2017 2:38 pm#370146
איך ווארט נאך אויף די רעוויו פון רויטע.
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 2:20 pm#385304
עמעזאן וועט צוזאם שטעלען אייער סוכה ‏
m http://amzn.to/2yBzvY8 m
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 7:36 pm#385325
קורקלענד האט געשריבן:איך ווארט נאך אויף די רעוויו פון רויטע.


זיי זענען קיינמאל נישט אנגעקומען. גערופן עמאזאן מיט טענות, אהער און אהין, זיי האבן פרובירט כאפן די קלינינג קאמפאני אבער קיינער האט נישט אויפגעהויבן. זעהט אויס מ'האט מיר געגנבעט די ער"פ עמעזאן קליניג לעדי.
מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 8:50 pm#385340
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:איך ווארט נאך אויף די רעוויו פון רויטע.


זיי זענען קיינמאל נישט אנגעקומען. גערופן עמאזאן מיט טענות, אהער און אהין, זיי האבן פרובירט כאפן די קלינינג קאמפאני אבער קיינער האט נישט אויפגעהויבן. זעהט אויס מ'האט מיר געגנבעט די ער"פ עמעזאן קליניג לעדי.


נאך א מזל אז איר האט געהאט א פלאן א' (אזויווי AA ארבעט במקום אא, אזוי אויך קען מען ניצן א במקום A).
פרייטאג מערץ 16, 2018 10:55 am#397615
Get $20 off House or Car Cleaning
m http://amzn.to/2HFaeQE m
פרייטאג מערץ 16, 2018 5:55 pm#397631
איך האב נישט געליינט אלע תגובות. אבער לויט'ן היינטיגן מצב, דארף מען מאכן אן הגה"ה...שטאטס עמעזאן דארף מע שרייבן..."בינגא"... זיי זענען געווארן די אידישע..."עמעזאן"...וואלמארט"... און סיערס.". אלעס צוזאמען...! איך ווינטש זיי די גרעסטע הצלחה...! זיי האבן באוויזן א זאך וואס קיין איינער, יחיד אדער ארגאניזאציע האט נישט געקענט אדער געוואלט באווייזן ביז היינט. אז מ'קען ברעכן סיי וועלכן מאנאפאל. אויב א גרופ אדער יחידים האבן זיך משתלט געווען אויפ'ן ציבור. און האבן זיי אויסגעזעקלט. און זיך נאך אויסגעלאכט...! איז געקומען בינגאו און ער האט באוויזן אז ס'איז נישט לאחר יאוש. מ'קען זיך מיט א יעדן איינעם אן עצה געבן בעזהשי"ת...! און די נעכטיגע וואוילע יונגען וויינען היינט מיט קראקאדיל טרערן... און די פאני זאך איז אז זיי (בינגא) שארן ב"ה גאלד אין די זעלבע צייט...!